Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט

הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13324
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:14 am#435784
הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט
די דרשו ארגענעזעישען מאכט לעצטענס עד'ס וואס ווייזן אידען לערנען תורה ביי אלע מיני געלעגענהייטען. די לעצטע עד איז פון א מצוה טאנץ ווי מ'זעהט נאר מענער אבער זיי האבן אויך אריינגעלייגט צוויי בלארי פיצי מיידלעך. די חברה אויף אייוועלט זענען געווארן אינגאנצען צושאקעלט פון די שרעקליכע בילד פון צוויי בלארי פיצי מיידלעך. איינער קען זיי אפשר געבן א וועקער?

Dirshu.jpg


די מחאות
הלשון האט געשריבן:מורא'דיגע ארבייט!

אבער פארוואס האט אויסגעפעלט אריינצורוקן די מיידלעך אינעם חסידיש-אויסזעענדע עד?!?!

תש"19 - די עיקר מען לערנט און מ'נעמט בחינות



דיסקלעימער: איך ווייס אז זיי זענען קליינע מיידלעך


הלשון האט געשריבן:ס'האט נישט מיט מיין צופרידנהייט. איך בין ליידער נישט אזוי פרוש ומובדל מעוה"ז אז ס'זאל מיר שטערן.

ס'איז א ווייטאגליכע מציאות, אז ווי א יאר נענטער צו ביאת גואלינו, ווערן ליידער אונזערע אדווערטייזמענט-אויסגאבעס מער און מער אנגעפילט מיט ערליכע צניעות'דיגע נשים ובתולות למחצה לשליש ולרביע - פארשטייט זיך על טהרת הקודש, אפגעהאקט, בלורי, נאר קליינע מיידעלעך מיט זאקעלעך, נאר אין בעקגראונד וכו'

אויב איז נישט גענוג די סארט בילדער ביי אדווערטייזמענטס פון מלבושי וצרכי נשים ובדומה להם, פעלט עס וויכטיג אויס ביי א עד פון א תורה ארגאניזאציע, וואס קומט פראמאוטן זיך צו דערהייבן עטוואס נענטער לעבודת הבורא ית"ש און קוקן אויף די אמת'ע ציל אין לעבן

להגדיל טוירע תש19

נ.ב. אויב שטערט עס איינעם, איז ער גאר דער קראנקער וואס ברויך הצלה



ניס קראכער האט געשריבן:הלשון האט רעכט!



ענדע צדיק! האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:הלשון האט רעכט.



באקסער בוים האט געשריבן:הלשון, איז זענט 100% גערעכט,



הלשון האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ס'האט נישט מיט מיין צופרידנהייט. איך בין ליידער נישט אזוי פרוש ומובדל מעוה"ז אז ס'זאל מיר שטערן.

ס'איז א ווייטאגליכע מציאות, אז ווי א יאר נענטער צו ביאת גואלינו, ווערן ליידער אונזערע אדווערטייזמענט-אויסגאבעס מער און מער אנגעפילט מיט ערליכע צניעות'דיגע נשים ובתולות למחצה לשליש ולרביע - פארשטייט זיך על טהרת הקודש, אפגעהאקט, בלורי, נאר קליינע מיידעלעך מיט זאקעלעך, נאר אין בעקגראונד וכו'

אויב איז נישט גענוג די סארט בילדער ביי אדווערטייזמענטס פון מלבושי וצרכי נשים ובדומה להם, פעלט עס וויכטיג אויס ביי א עד פון א תורה ארגאניזאציע, וואס קומט פראמאוטן זיך צו דערהייבן עטוואס נענטער לעבודת הבורא ית"ש און קוקן אויף די אמת'ע ציל אין לעבן

להגדיל טוירע תש19

נ.ב. אויב שטערט עס איינעם, איז ער גאר דער קראנקער וואס ברויך הצלה

ברויכסט דעפינירן וואס דאס מיינט וואס א יאר מער, ווייל לפי ווי די היסטארי ווייזט איז עס פארקערט, מיענינג אז פאר א געוויסע צאל יאר צוריק וואלט קיינעם בייגעפאלן אז דאס איז אפילו א פראבלעם, און ניין, איך רעד נישט פון בעפארן מלחמה. ואכמ"ל

איך בין נישט געגאנגען יעצט נאכקוקן קיין אויסגאבעס פון פריערדיגע יארן. אבער איך וואלט מיר געפריידט ווען דו טשעלענדזשסט מיר מיט עדס אין היימישע אויסגאבעס פון איינע פון די 2 תקופות. אדער אין די פארגאנגענע 30 יאר ביז איצט. אדער פון ווען שאפפערס רוט האט אנגעהויבן צו ערשיינען ביז איצט.

אלס איינער וואס איז אביסל אין די ליין, און קוקט שוין עדס פאר איבער 30 יאר, איז דאס מיין אויפפאסונג אלס טיייל פון ירידת/עליית הדורות.

ס'נישט דייקא נאר ביי אדווערטייזמענטס. איינע פון די מקומות ווי עס דערקענט זיך לעצטענס שטארק א שינוי בענין זה איז אויף די היימישע/רבי'שע בילדער וועבזייטלעך - ווי ס'איז געווארן אקעי נישט צו פארמעקן צורות נשים צדקניות וואס זענען געקליידעט בצניעות אשר בזכותן עתידין להיגאל



אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער דאס ס**לוזירן קליינע מיידלעך אז זיי קענען נישט ערשיינען אין אן עד איז א קראנקע צוגאנג וואס תוצאותיו מי ישרנה.


נו, לאמיר גיין לאידך גיסא:
לייגן קליינע מיידלעך אין א עד איז א קראנקע צוגאנג וואס תוצאותיו מי ישורנה..
איז טאקע קיינער נישט בארעכטיגט צו זאגן אז דאס איז א זאך וואס קען ברענגען פראבלעמען מיט די צייט?!
#קליינקעפיג



ארטסקרול האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ס'האט נישט מיט מיין צופרידנהייט. איך בין ליידער נישט אזוי פרוש ומובדל מעוה"ז אז ס'זאל מיר שטערן.

ס'איז א ווייטאגליכע מציאות, אז ווי א יאר נענטער צו ביאת גואלינו, ווערן ליידער אונזערע אדווערטייזמענט-אויסגאבעס מער און מער אנגעפילט מיט ערליכע צניעות'דיגע נשים ובתולות למחצה לשליש ולרביע - פארשטייט זיך על טהרת הקודש, אפגעהאקט, בלורי, נאר קליינע מיידעלעך מיט זאקעלעך, נאר אין בעקגראונד וכו'

אויב איז נישט גענוג די סארט בילדער ביי אדווערטייזמענטס פון מלבושי וצרכי נשים ובדומה להם, פעלט עס וויכטיג אויס ביי א עד פון א תורה ארגאניזאציע, וואס קומט פראמאוטן זיך צו דערהייבן עטוואס נענטער לעבודת הבורא ית"ש און קוקן אויף די אמת'ע ציל אין לעבן

להגדיל טוירע תש19

נ.ב. אויב שטערט עס איינעם, איז ער גאר דער קראנקער וואס ברויך הצלה


אין די סעריע פון פירצות בחומת הדת און פון נובעלע כשר'ע עדס, האלט איך אז דער דרשו עד איז דעדרימענטל אין די ראמען פון צניעות. ווי האט א מענטש א חוצפה צו נעמען א חתונה עד און אריינלייגן 2 קליינע מיידלעך, און מכשר'ט דאס נאך מיטן עס מאכן בלורי. וואו קומט א 2 יעריגע מיידל ביי די מענער, האט איר שוין געהערט אמאל אזאנס? ממאכט שוין ענדליך א כשרע תורה עד, און באאם מפארהרג'ט עס מיט דעם. שעים אן יו!!!

הלשון איז גערעכט.

(די לעצטע איז מסתמא א לץ.....)
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:54 am#435791
אבי זיי האבן נישט געכאפט קיין הארץ אטאקע פונ'ם יונגל מיט די פיר סלייס קאלירטע קאפל.

והאנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים מקטן...
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:17 pm#435796
Re: הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט
לדעתי, ענדערש לייג בכלל נישט קיין בילדער, ווי איידער בלורן צוויי פיצי מיידלעך!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:24 pm#435797
Re: הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט
ווי אויך, איז דאס ממש עקעלדיג ווי מען פארשעמט דעם בדחן לעיני כל הציבור, ער שטייט דארט אין געבט זיך אויס און כאילו לא היה, קיינער קען נישט קיין ש*ט! #נישטשיין
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:32 pm#435824
איינער דארט האט שטארקע הרהורים פון די פאלגענדע עד'ס
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:34 pm#435825
מ'זעהט אוואו די קאפ ליגט ליידער, השם ירחם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:38 pm#435827
עס איז גראדע נישט אזוי אומפארשטענדליך פון זייער זייט, זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו זען מיידלעך פיצי צו ריזיגע צוגלייך אין זייערע אויסגאבעס, פארשטייט זיך אז עס איז גאר קליינקעפיג צו לאזן אפילו איין נפיחה'דיגע תגובה וועגן דעם אבער עס איז צום אקצעפטירן זייער פרוסעטרציע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:22 pm#435828
וועגן דעם האט דער רבי ג'אסרט דף היומי ווייל מ'עט זיך נאך מתיר זיין אויף דרשו ותוצאותיו מי ישורנה. דער רבי האט געהאט א ווייטן בליק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:40 pm#435832
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס אין סאטמאר לאזט מען נישט אריין ביי די הקפות קיין צוויי יעריגע מיידליך. יעצט זע איך אז זיי זענען יא גערעכט, די חברה דארט ווערן אנגערייצט פאר אלעם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:53 pm#435836
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז גראדע נישט אזוי אומפארשטענדליך פון זייער זייט, זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו זען מיידלעך פיצי צו ריזיגע צוגלייך אין זייערע אויסגאבעס, פארשטייט זיך אז עס איז גאר קליינקעפיג צו לאזן אפילו איין נפיחה'דיגע תגובה וועגן דעם אבער עס איז צום אקצעפטירן זייער פרוסעטרציע.
לכאורה די וואס שרייען די העכסטע דארט, זענען זייער רגיל צו זעהן מיידלעך פיצי און ריזיגע צוגלייך. טאקע נישט און זייער אויסגאבעס נאר אין זייערער טעלעפאנען און קאמפיוטערס...

#אינטערנעטלצורךפרנסה...
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:18 am#435842
איך מיין אייוועלט מענטשן באדערט די אגודה חלק פון דרשו, בדרך אגב די בעביס אינעם פיקטשאר זענען אינטער די יארגאנג פון הלכדיגע יחוד, אויף דעם קען זאגן ולא. עם הארץ חסיד. וד״ל
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:24 am#435843
לכבןד די אייוועלט מענטשן, בארואיגט׳ס אייך, דאס זענען זכרים קליינטשיגע נאר מהאט זיי די יונגעלעך אנגעטוען קליידעלעך
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 7:45 am#435849
וואס זיי גייען טון אינערגסטן פאל - טוישן דעם קעפל פונעם אשכול צו לא תלבש.
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:27 am#435858
"די צייטונג" האט חלילה נישט אריינגעלאזט די צוויי קליינטשיגע מטושטש'דיגע מיידלעך.
2345.JPG


אין "דער בלאט" איז עס געווען געדרוקט נארמאל. איינער ווייסט וויאזוי עס איז אריין אינעם "איד"?
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:41 am#435860
אין די איד איז עס יא דא מיט די 2 קליינע פריצעלעך
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:32 pm#435861
אינעם 'פון אידן צום איד' אפטיילונג איז ערווארטעט א טוץ פון בריוון איבער דעם מכשול וואס האט ליידער פאראורזאכט א ים פון ז"ל, מיט א הבהרה פון די רעדאקציע אז מער וועט מען נישט לייגן קיין סיום הש"ס עדס.
מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 10:51 pm#435892
מאך זיכער האט געשריבן:וואס זיי גייען טון אינערגסטן פאל - טוישן דעם קעפל פונעם אשכול צו לא תלבש.

לא תלבש איז נישט א טעמע וואס מאכט אויסזעהן ווי דע רבי יואל זצל אבער האקן אויף פגם הברית ברענגט צו זיי אן ענדליכקייט צום רעבן הנל אין דאס לעכצן זיי אז מזאל נאכלויפן קדוש
מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 10:55 pm#435893
דאכט זיך אז זיי באדערט מער אז דעי יונגל אינעם בילד האט די מיטלסטע פינגער אין א אופן,,,,
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 12:52 am#435900
Re: הרהורים שטורעם ביי אייוועלטיסטען נאך דרשו עדווערטייזמענט
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:דאכט זיך אז זיי באדערט מער אז דעי יונגל אינעם בילד האט די מיטלסטע פינגער אין א אופן,,,,

אדער דער יונגערמאן מיט די אפענע קנעפל
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:40 pm#435934
אבטולמוס האט געשריבן:"די צייטונג" האט חלילה נישט אריינגעלאזט די צוויי קליינטשיגע מטושטש'דיגע מיידלעך.
2345.JPG


אין "דער בלאט" איז עס געווען געדרוקט נארמאל. איינער ווייסט וויאזוי עס איז אריין אינעם "איד"?

ברויך מען אינפארמירן קלינטאנטע.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:26 pm#435950
דובעלע האט געשריבן:
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:דאכט זיך אז זיי באדערט מער אז דעי יונגל אינעם בילד האט די מיטלסטע פינגער אין א אופן,,,,

אדער דער יונגערמאן מיט די אפענע קנעפל

נאך בעסער מעיין זיין זעהט אויס אז ער האלט אינעם האנט אן אביעקט וואס זעהט אויס כמו ... אבער די פינגער איז גראדע יא האלב פארמאכט
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:32 am#435972
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:
דובעלע האט געשריבן:
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:דאכט זיך אז זיי באדערט מער אז דעי יונגל אינעם בילד האט די מיטלסטע פינגער אין א אופן,,,,

אדער דער יונגערמאן מיט די אפענע קנעפל
יא יא אויף די אייוועלט סייט זענען אלץ פארנומען מיט די ווארט גילוי אדער חשש גילוי כן ראיתי על סייט שלהם