פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:20 am#435856
אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"
מ'זאגט א ווערטל אז א איד האט אינוועסטירט אין א בית זונות, און האט געזאגט, "ממה נפשך, אז כ'וועל מצליח זיין איז דאך גוט, אז נישט, וועל איך העכסטנס בלייבן ליגן מיט די סחורה."
איינער פון די וועגן וויאזוי אדמו"רימ'לעך, רבנים, און זייערע קינדער און קינדס-קינדער פילן זיך אן זייערע טאשן, איז דורך עפענען מוסדות און שנארן פאר די מוסדות מיליאנען איבער דער וועלט. פארשטייט זיך אז דורכאויס די קאמפיינס שניידט מען אראפ פאר זיך א גוט ביסן צו קענען לעבן בהרחבה. אבער די לאטערי קומט נאך עטליכע יאר ווען מ'שפארט צו דעם מוסד, און "מ'בלייבט ליגן" מיט די ריעל עסטעיט וואס איז באצאלט געווארן דורך נדיבים בעם. געווענליך פארדונגען זיי די בנינים פאר אנדערע מוסדות, און דאס געלט פלוסט אריין אין די טאשן פון די בני משפחה, אויפ'ן חשבון פון די נדבות וואס אידן האבן געגעבן פאר דעם אריגינעלן מוסד.
פארשטייט זיך אז דאס איז א שרעקליכע קארופציע, און אין יעדער ציוויליזירטער געזעלשאפט איז דא א חשבון אויף אזעלכע זאכן, און מ'קען נישט אזוי פרעך גנב'ענען פון א ציבור. נישט ביי אונז, פארשטייט זיך. ווייל וויאזוי קען מען דען ערווארטן אז מ'זאל מאכן תקנות לטובת הציבור, ווען די איינציגסטע וואס האבן דעם רעכט צו מאכן תקנות זענען אט די קעגן וועמען די תקנות דארפן געמאכט ווערן? דער רבישער קלאס איז א גרופע וואס קיין שום באגרעניצונגען ווערן געמאכט פאר זייערע אויפפירונגען, ווייל דאס איז דער זעלבער קלאס וואס האט דער איינציגסטער רעכט צו מאכן תקנות. און אוודאי וועלן זיי נישט זיך אליין שטערן צו מאכן א חיים טובים.
אבער אין א וועלט וואו ווען א רבי קראסט אריבער א אינגל דער גאס איז דאס א חידוש וואס ווערט באשריבן אין דער מידיא, דארף מען ארויסהייבן ווען א רבי איז באמת א מורם מעם, און טוט וואס איז ריכטיג עפ"י יושר וצדק אפילו אויב אלע אנדערע אין זיין קלאס זענען איינגעטונקען אין קארופציע ביז איבער דער נאז.
עס איז געווען באריכטעט איבער א דין תורה וואס האדמו"ר הגאון הצדיק מאמשינוב שליט"א האט געהאט מיט די קינדער פון א נדבן וועלכער האט מנדב געווען א בנין פאר אן אמשינובער תלמוד תורה אין תל אביב. דער רבי האט געהאלטן אז היות דער תלמוד תורה עקזיסטירט שוין נישט, טאר ער מער נישט אנהאלטן דעם בעלות איבער דעם בנין. די יורשים האבן אבער נישט געוואלט צוריק איבערנעמען דעם בנין. ווארשיינליך האט דער רבי געהאלטן אז אפילו אויב די יורשים ווילן אז ער זאל עס אנהאלטן, בלייבט אויף אים דער פליכט צו נוצן דעם בנין כדי ער זאל אליין מאכן דערין א תלמוד תורה, ווי עס איז געווען די כוונה פונעם נדבן, און ער האט נישט געהאלטן דערביי.
ווי באריכטעט, האט דער רבי אויסגעפירט, און די יורשים האבן צוריקגענומען דעם בעלות פון דעם בנין.