Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נייעס פון "עפל"

נייעס פון "עפל"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 241 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1333
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:38 am#31161
נייעס פון "עפל"
די שפעקולאציעס איבער עפל'ס קומענדיגן אייפאון 5 גייען אן אויף די העכסטע טעמפא. עס איז ערווארטעט אז עפל וועט מעלדן איבער דעם טעלעפאן אום סעפטעמבער 12, און אז עס וועט שוין זיין צו קויפן סוף סעפטעמבער אדער אנפאנג אקאטאבער.

באריכטן געבן איבער אז דער "דאק קאנעקטאר", וואס איז ביז היינט געווען זייער ברייט (30 פין) וועט ווערן היבש שמאלער (19 פין), אדער אפשר גאר זייער שמאל (8 פין). 
m http://news.cnet.com/8301-13579_3-57485 ... ys-report/ m

נאך א באריכט ווייסט צו דערציילן אז שארפ שיקט שוין ארויס דעם סקרין פאר דעם נייעם אייפאון. דער סקרין וועט זיין גרעסער ווי ביז יעצט, אזוי אויך וועט זיין א שנעלערער טשיפ, און iOS 6. 
m http://content.usatoday.com/communities ... BqBnGt5mSM m
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:47 am#31162
אינטרעסאנט, סעמסאנג פלעגט מאכן די סקרינס פאר עפל, זיי נעמען זייער ביזנעס צו שארפ?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:46 am#31169
ווילאנג עפל וועט נישט לאזן אריינלייגן sd קארדס האבן זיי א פראבלעם. סעמסאנג מאכט היינט צו טאג די בעסטע טעלעפונען ווי מען קען זיך אליין צוקויפן א בעטערי און לייגן נאך מעמארי. וואס זאגט דער עולם?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 8:34 pm#31326
לויט א פארבס באריכט שפעקלירן אנאליסטן אז עפל פלאנט צו ספליטען זייער שעירס (דאס הייסט אז א יעדע שעיר וועט צוטיילט ווערן אין קלענערע חלקים), אזוי ארום וועט זייער שעירס ווערן ביליגער און זייער שעירס וועלן געהאנדלט ווערן אויפן דאו.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:17 pm#39067
דע וואך זענען זיי איבערגשטיגען צי די ווירטפילסטע אין די וועלט
ווי לאנג וועט די באבעל אנהאלטען?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:29 pm#39074
באמת האט געשריבן:דע וואך זענען זיי איבערגשטיגען צי די ווירטפילסטע אין די וועלט
ווי לאנג וועט די באבעל אנהאלטען?

דאס איז א הוילע שקר אויפגעבלאזן ארויס פון יעדע פארפארציע ביי די מידיע. די איז א ציטאט אין פארבס וואס רוב נייעס אגענטורן האבן נישט געטראפן פאר וויכטיג צו זאגן.

Apple’s achievement does not take into account inflation, however, and Microsoft was considerably more valuable on an inflation-adjusted basis in December 1999. In inflation-adjusted dollars, Microsoft’s market-cap reached a high of around $850 billion. The company now has a market-cap of about $257 billion.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:50 pm#39091
פיינע קאווע האט געשריבן:ווילאנג עפל וועט נישט לאזן אריינלייגן sd קארדס האבן זיי א פראבלעם. סעמסאנג מאכט היינט צו טאג די בעסטע טעלעפונען ווי מען קען זיך אליין צוקויפן א בעטערי און לייגן נאך מעמארי. וואס זאגט דער עולם?

עס איז נישט אז זיי קענען דאס נישט באווייזן, נאר זיי האלטן עס נישט ביים צישטעלן, זיי ווילן די זאלסט זיין געקניפט און געבינדן מיט זיי אויף טריט און שריט וואס די ווילסט טון מיטן פאון. און דאס איז טאקע איינע פין די הויפט סיבות פארוואס איך האב נישט גענומען קיין איי פאון, אבער זעט זיך אויס אז עס איז פארהאן צענדליגער מיליאן מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי אינז, און זענען יא גרייט מוותר צו זיין אויף די אלע מעלות וואס ענדרויד שטעלט צי און סטיקן צו עפל,
אגב איך זע נישט די גרויסע פארשריט פין האבן א קלענערע טשארזשער קעבל
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:00 pm#39098
איך האב לעצטענס געליינט, אז פאר יעדע איי פאון 4 וואס איז פארקויפט געווארן אין די לעצטע פאר חדשים, איז פארקויפט געווארן 4 ענדרוידס דערקעגן.
עס איז נישט דא וואס צו רעדן, ענדרויד האט שטארק צוקלאפט עפלען מיטן נייע געלעקסי, און זיי האפן עס צוריקצובאקומען מיטן נייעם איי פאון.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:26 am#39607
עפעל האט געווינען!
סעמסאנג דארף באצאלן פאר עפעל 1.05 בּיליאן דאללער, פאר נאכמאכן זייער טעקנאלאדזשי.

m http://www.vosizneias.com/112360/2012/0 ... atent-case m
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:04 am#39615
ראשעקאל האט געשריבן:עפעל האט געווינען!

וואס האסטע געמיינט..!?!.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:03 am#39633
אבער מ׳גייט נאך אפיעלן
זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:22 am#39656
איז שוין דער גאלאקסי 3 אויסגעשפילט אדער סאמסאנג קען נאך מאכען אפאר קליינע טשיינדזשעס און ווייטער ממשיך זיין?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:05 pm#39675
שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:59 pm#39740
יעצט גרייט מען זיך צום נייעם אייפאון און מיני אייפעד. די חברה טענה'ען אז סעפטעמבער 12 קומט די נייע אייפאון און אין אקטאבער קומט די מיני אייפעד.
m http://www.pcworld.com/article/261459/i ... ts_up.html m

א בילד ווי אזוי מ'טראכט אז די מיני פעד גייט אויסזעהן
בילד
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:28 pm#39770
געפילטע פיש האט געשריבן:שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.


אבער אז אין סעפטעמבער קימט ארויס דער נייער אייפאן וועט דאך דער איצטיקער עפל פאלען אויף האלב פרייז, איז וואס וועט דענסטמאל זיין דער חילק צווישען זיי?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:34 pm#39776
געפילטע פיש האט געשריבן:שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.


וואס מיינט דאס?
איך האב פארשטאנען אז סעמסאנג דארף באצאלן אן אפותיקי פאר עפל, ותו לא מידי.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:48 pm#39784
למעשה איז דא א מעגליכקייט אז דער ריכטער זאל אסר'ן רוב פארגערשריטענע כלים פון סעמסאנג. אויב געשעט דאס ביניך פולשטענדיק מסכים מיט דעם מאמר פונ'ם סעמסאנג פארשטייער - דער אמעריקאנער קאנסומער איז דער גרעסטער פארלירער פון דעם פסק.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm#39795
וואס די עפל-סעמסאנג רולינג האט אויפגעטוהן
איך האב געליינט א גוגל פלוס פאוסט איש מפי איש פון ענריקעי גוטיערעז, א פאטאגראפער-בלאגער, ער שרייבט אזוי.

איי קענט מעיק דיס סטאף אפ

איך שטיי מיר אזוי אין קאווע שטיבל, עהם סטארבאקס, און איך ווארט אויפן ליין צו ווערן סערווירט מיין קאווע, זע איך ווי צוויי חבירים באטראכטן א צייטונג מיט די עפל-סעמסאנג העדליין און אט איז זייער שמועס:
ברוך: ווארט א מינוט, סא זיי מיינען צו זאגן אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל?
בערל: איך ווייס, מאכט מיר טראכטן צוויי מאל אויף וויפיל כ'האב געצאלט פאר מיין מעק-בוק.
ברוך:ערענסט גערעדט, התורה חסה על ממונם... (דאס האב איך שוין צוגעלייגט)

נאך אפאר מינוט, מאן און ווייב קומען אריין, די זעלבע צייטונג:

מאן: סעמסאנג'ס אייפעד איז די זעלבע ווי עפל'ס אייפעד, און איך האב געצאלט ממון ודמים פאר מיין עפל? האני, איך האב דיר געזאגט ס'איז א ריפ-אף (געשוואלענעם פרייז).
ווייב: "אה וואו!" קוקענדיג אויפן סעמסאנג סקרין, "...יענץ איז אזוי סאך ביליגער, מיינסט מיר קענען צוריק געבען די עפל און קויפן א סעמסאנג אנשטאט?

איך לייג מיין סעמסאנג לעפטאפ QX410 אויפן טיש און הייב אן צו ארבעטען און דער מאן בייגט זיך איבער צו מיר, "סארי, ס'גייט דיר נישט אן אויב איך פרעג דיר וויפיל דו האסט געצאלט פאר דעם סעמסאנג לעפטאפ?"

"קיין פראבלעם, זיבען הונדערט טאלער" האב איך געענטפערט.

איך זע ווי א שאק נעמט עם איבער, אן אומגלויבליכע מינע האט זיך אויסגעצויגן אוין זיין בלאסן פנים, ער קוקט מיר אן מיט א ווערטערלאזן בליק פאר א גוטע פאר סקונדען, "איך קען דאס אפשר באטראכטן?" פרעגט ער.

"אוודאי געוויס!" זאך איך מיט א זיכערקייט, ארום דרייענדיג די סקרין צום געפלעטן פארפאלק, איך הייב עם אן ארום צו ווייזן, עפעס האט ער זיך אנגערופן וועגן ווינדאוס 7 האב איך ביז אפאר סקונדעס געהאט א וויטואל מאשין מיט OSX, ווען ער האט געפארטיגט מיט מיר האט אויסגעזען ווי ער וויל שטויסן סטיוו דזשאבס אין די ביצים.

...יעצט די פאנטשליין:

איך שרייב די שורות נאך די פערדע גרופע סטארבאקס קונדן זענען געקומען צו די מסקנה אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, זיי ווייסן נישט קיין פרטים, און ס'גייט זיי קיין סאך נישט אן, וואס זיי ווייסן יא איז אז עפל זאגט אז סעמסאנג איז פונקט אזוי גוט ווי עפל... און מיט איין נישטיגע גיגול (מלשון מגגל זיין) זעסטו אז די פרייזן זענען בערך האלב ווי עפל'ס פאר די זעלבע פראדוקטן פאר כמעט אלעס.

צוויי פון די גרופעס האבן מיר געפרעגט וועגן מיין סעמסאנג לעפטאפ, די אנדערע צוויי האבן באמערקט מיין סעמסאנג געלעקסי פאון. אין צוויי ווערטער, דאס איז די בעסטע ביליאן דאלערדיגע עד קאמפיין וואס סעמסאנג וואלט געקענט מאכן.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:54 pm#39801
זעהט אויס ווי די ענדרויד פענס ווילען זיך בארואיגען מיט דעם.

מיינסט טאקע אז זיי ווערט די ביליאן דאלער עד?

בלית ברירה נעמט מען עס אהן אזוי.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:19 pm#39805
מים גנובים ימתקו
ידען האט געשריבן:זעהט אויס ווי די ענדרויד פענס ווילען זיך בארואיגען מיט דעם.

מיינסט טאקע אז זיי ווערט די ביליאן דאלער עד?

בלית ברירה נעמט מען עס אהן אזוי.



לכתכילה זיכט קינער נישט קיין צרות אבער צים סוף זעט מען אסאך מאל אז פארקערט"גם זו לטובה"

אזוי ווי די איסורים אויף ליפע שמעלצער האט עם נאר געמאכט נאך מער פאפולער און אזוי אויך מיט דעם פראביר צי אסר'ן דעם אינטערנעט.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:37 am#42058
וואס גייט די נייע אייפאון האבען?
עקספערן זאגען אז עס גייט האבן א גרעסער סקרין , גייט זיין דינער, און גייט האבן א גרעסערע בעטערי. אויך וועט עס מסתמא האבן LTE סאפארט.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:56 am#42059
נייע עירפאון׳ס פאר אייפאון פייוו
m http://news.cnet.com/8301-13579_3-57504 ... -iphone-5/ m
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:35 am#42065
סעמסאנג סטראשעט אז זיי גייען סויען עפל אויב די נייע אייפאן גייט האבען. LTE
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:45 am#42105
מקור?
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:14 pm#42112
שמעקעדיג האט געשריבן:מקור?

lmgtfy.com/?q=samsung+sue+apple+lte