Under maintenance
הויפט זייט » אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13341
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:27 am#436072
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט וואלטן זאכן געוועהן זײער אנדערש ווי ס'איז געוועהן 18 יאהר צוריק. לאמיר אריינטראכטן. קודם כל פאר אונז אידן וואלט מען אסאך בעסער מיטגעהאלטן. אין 2001 האבן רוב מענטשן נאך נישט געהאט אינטערנעט. און טעלעוויזשען זיכער נישט. היינט וואלט יעדער געוועהן צוגענאגעלט צו די טעלעוויזשען אויף די אינטערנעט.

בילדער און ווידיאוס - היינט וואלט געוועהן אסאך מער און קלארערע ווידיאוס פון די טווין טאוערס. פון 9/11 איז נאר דא איין אומקלארע ווידיאו פון די עראפלאן וואס גייט אריין אין די ערשטע בילדונג. היינט וואלט געוועהן טויזנטער קלארע ווידיאוס ווייל יעדער האט א טאפ קוואליטי קעמרע אין טאש.

וואס נאך וואלט געוועהן אנדערש??
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:37 am#436073
Re: אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט
די פרעזידענט וואלט געפייערט יעדע אינטעלעדשענס הויפט אין די גאווערמענט.
אזא חוצפה נישט צו וויסן אז ס'קומט אזא מכת בכורות!

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:20 am#436077
עס וואלט געווען לייוו פיד פון די אומגליקליכע פארכאפטע אין די העכערע שטאקן
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:25 am#436078
Re: אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט
וואס יא. קודם כל וואס טוהט זיך מיט פערעשוטס. יעדע אפיס דארף האבן איינס.
און בכלל, איז עס למעשה א "נאו פלייט זאון" אדער קען חלילה דראונס אדער אנדערע כלי משחית זיך דרייען לעבן די טורעם פון פרייהייט פון די פאראייניקטע שטאטן און חוזר זיין על פשעו עוד פעם?


Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:33 pm#436079
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט? די אינטערנעט וואלט געקראכט וועגן צופיהל activity, live feed, news וכו'