Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הגרז"ל פילאף: לערנען ענגליש איז קריטיש וויכטיג!!

הגרז"ל פילאף: לערנען ענגליש איז קריטיש וויכטיג!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13343
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:45 am#436113
הגרז"ל פילאף: לערנען ענגליש איז קריטיש וויכטיג!!
מען דארף נישט קיין סאך צולייגן, דער בריוו זאגט אלעס פון זיך אליין. א שיין פנים וועל מיר האבן ווען די רבנים פון נעקסטן דור וועלן נישט קענען אין גארנישט אריינרעדן. לערנען ענגליש איז וויכטיג פאר די רוחניות פון אונזערע דורות, מיר מוזן האבן רבנים וואס זאלן קענען רעדן און ליינען בכתבם ובלשונם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:48 am#436114
Re: הגרז"ל פילאף: לערנען ענגליש איז קריטיש וויכטיג!!
האט מען פון איהם א פסק אז דער וואס קען נישט, מוז שווייגען! א שטארקען וואזשנעם חידוש זיינער.

ועוד, דער רבי ז"ל האט דאך אויך קיין ענגליש נישט געקענט, אלזא איז זיין מיינונג אויך נישט נייטיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:01 am#436115
איסר האיטלקי: ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט נישט מיט קיין איין ווארט אין דעם בריעף אז מ'זאלל לערנען ענגליש אין די חדרים און ישיבות. ער זאגט נאר אז ער איז נישט בקי אין די עניינים. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים וועלכע זענען ..."יא"...בקי אין די עניינים...לאל...! איז דאך משמע פון דעם אז אויב די רבנים הבקיאים וועללן מחליט זיין אז מ'טאר נישט לערנען ענגליש איז ער אויכעט מסכים צו דעם...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:07 am#436117
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:24 am#436122
דאס קעפל איז שוין גארנישט פארפירעריש, ער זאגט דאך קלאר אז ער קען נישט רעדן אין די נושא וויבאלד ער קען נישט קיין ענגליש, וכלשונו "אין כוחי לברר הדבר על בוריה, היות ואין לי בקיאות הנצרך לזה בכתבם ולשונם", זעהט מען דאך קלאר ווי וויכטיג קענען ענגליש איז, פאר דעם אליינס אז מ'זאל קענען דורטון צו מ'זאל לערנען ענגליש...
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:27 pm#436128
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט נישט מיט קיין איין ווארט אין דעם בריעף אז מ'זאלל לערנען ענגליש אין די חדרים און ישיבות. ער זאגט נאר אז ער איז נישט בקי אין די עניינים. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים וועלכע זענען ..."יא"...בקי אין די עניינים...לאל...! איז דאך משמע פון דעם אז אויב די רבנים הבקיאים וועללן מחליט זיין אז מ'טאר נישט לערנען ענגליש איז ער אויכעט מסכים צו דעם...!



דארפסט פארשטיין, @איסר איז פון די זאליס, וואס זענען אנטי די פרומע, און ווילן מאכן אויסקוקן די זלמן לייב פארטיי, ווי נוטראלע נורמאלע מענטשען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:43 pm#436141
איסר האטלקי האט געשריבן:מען דארף נישט קיין סאך צולייגן, דער בריוו זאגט אלעס פון זיך אליין.
א שיין פנים וועל מיר האבן ווען די רבנים פון נעקסטן דור וועלן נישט קענען אין גארנישט אריינרעדן.
לערנען ענגליש איז וויכטיג פאר די רוחניות פון אונזערע דורות, מיר מוזן האבן רבנים וואס זאלן קענען רעדן און ליינען בכתבם ובלשונם.


מאכסט ליצנות
רז''ל האט נישט געהאלטן ביים קומען ער האט געהאלטן ס'איז FRAUD
די אסיפה האט מתחילה אויסגערעכנט צו דריקן אירע איינגעשטעלטע אויף איין גאנג, רז"ל האט נישט געהאלטן ביים מיטאנצן האט ער געשריבן א שיינע אויסרייד.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:08 pm#436144
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט נישט מיט קיין איין ווארט אין דעם בריעף אז מ'זאלל לערנען ענגליש אין די חדרים און ישיבות. ער זאגט נאר אז ער איז נישט בקי אין די עניינים. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים וועלכע זענען ..."יא"...בקי אין די עניינים...לאל...! איז דאך משמע פון דעם אז אויב די רבנים הבקיאים וועללן מחליט זיין אז מ'טאר נישט לערנען ענגליש איז ער אויכעט מסכים צו דעם...!


האסט בפשטות נישט פארשטאנען וואס איסור מיינט צו זאגן... לייען איבער
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:09 pm#436145
איש את רעהו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מען דארף נישט קיין סאך צולייגן, דער בריוו זאגט אלעס פון זיך אליין.
א שיין פנים וועל מיר האבן ווען די רבנים פון נעקסטן דור וועלן נישט קענען אין גארנישט אריינרעדן.
לערנען ענגליש איז וויכטיג פאר די רוחניות פון אונזערע דורות, מיר מוזן האבן רבנים וואס זאלן קענען רעדן און ליינען בכתבם ובלשונם.




מאכסט ליצנות
רז''ל האט נישט געהאלטן ביים קומען ער האט געהאלטן ס'איז FRAUD
די אסיפה האט מתחילה אויסגערעכנט צו דריקן אירע איינגעשטעלטע אויף איין גאנג, רז"ל האט נישט געהאלטן ביים מיטאנצן האט ער געשריבן א שיינע אויסרייד.


ברודער טייערע דעי שטותים קענסטו פארזאגן אויף קול חומת הדעת. די ווייסט אויך ווער סזענען דעי וואס לייגן דריק אויף די רבנים מיט די גרעסטע מאס חוצפה
די רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן דעים קול קורא האבן נישט געהאט קיין שום פרעשור פון קיינעם והא ראי' אז ר' זלמן לייב פילאפף האט געזאגט ער פארשטייט נישט דערצו האט אים יעדער פארשטאנען. און אלע אנדערע האבן עס דורכגעטוען מיטן הערן די טענות פון ביידע צדדים......
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:11 pm#436155
האבן מיר געהאט אין רב אשר לא כרעו רגליו לבעל, האבן מיר אים יעצט אויך פארלוירען.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:17 am#436161
איסר האטלקי האט געשריבן:מען דארף נישט קיין סאך צולייגן, דער בריוו זאגט אלעס פון זיך אליין. א שיין פנים וועל מיר האבן ווען די רבנים פון נעקסטן דור וועלן נישט קענען אין גארנישט אריינרעדן. לערנען ענגליש איז וויכטיג פאר די רוחניות פון אונזערע דורות, מיר מוזן האבן רבנים וואס זאלן קענען רעדן און ליינען בכתבם ובלשונם.

פארשטייט מען שוין פארוואס סנהדרין האט געדארפט זיין בקי בשבעים לשון
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:35 am#436162
calculator האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט נישט מיט קיין איין ווארט אין דעם בריעף אז מ'זאלל לערנען ענגליש אין די חדרים און ישיבות. ער זאגט נאר אז ער איז נישט בקי אין די עניינים. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים וועלכע זענען ..."יא"...בקי אין די עניינים...לאל...! איז דאך משמע פון דעם אז אויב די רבנים הבקיאים וועללן מחליט זיין אז מ'טאר נישט לערנען ענגליש איז ער אויכעט מסכים צו דעם...!



דארפסט פארשטיין, @איסר איז פון די זאליס, וואס זענען אנטי די פרומע, און ווילן מאכן אויסקוקן די זלמן לייב פארטיי, ווי נוטראלע נורמאלע מענטשען.


איר זענט א טראלל, לאז פירן א שמועס ווי נארמאלע מענטשן.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:30 am#436164
שושן פורים: אויב דו זאגסט אז איך בין (ח"ו) א טראלל.פיהל איך מיך שטארק באליידיגט. וואס האביך דען געזאגט...?! דער בעל המימרא האט געזאגט אז ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט אין זיין בריעף אז מ'זאלל יא לערנען ענגליש נארמאל. האביך געזאגט אז אין בריעף שטייט גארנישט דערמאנט וועגן לערנען ענגליש. סך הכול זאגט רז"ל אז ער איז נישט בקי אין די ענגלישע שפראך. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים הבקיאים בכתבם ובלשונם...!
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:05 pm#436175
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: אויב דו זאגסט אז איך בין (ח"ו) א טראלל.פיהל איך מיך שטארק באליידיגט. וואס האביך דען געזאגט...?! דער בעל המימרא האט געזאגט אז ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט אין זיין בריעף אז מ'זאלל יא לערנען ענגליש נארמאל. האביך געזאגט אז אין בריעף שטייט גארנישט דערמאנט וועגן לערנען ענגליש. סך הכול זאגט רז"ל אז ער איז נישט בקי אין די ענגלישע שפראך. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים הבקיאים בכתבם ובלשונם...!

ער האט נישט גערעדט צו דיר ר בערל
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:38 pm#436225
ליפא האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: אויב דו זאגסט אז איך בין (ח"ו) א טראלל.פיהל איך מיך שטארק באליידיגט. וואס האביך דען געזאגט...?! דער בעל המימרא האט געזאגט אז ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א זאגט אין זיין בריעף אז מ'זאלל יא לערנען ענגליש נארמאל. האביך געזאגט אז אין בריעף שטייט גארנישט דערמאנט וועגן לערנען ענגליש. סך הכול זאגט רז"ל אז ער איז נישט בקי אין די ענגלישע שפראך. אשר על כן מישט ער זיך נישט. און ער לאזט עס איבער פאר די רבנים הבקיאים בכתבם ובלשונם...!

ער האט נישט גערעדט צו דיר ר בערל



איך האב מיך אויך שטארק באליידיקט, ווייל טאקע מיך מיינט ער. אבער וואס האב איך דען געזאגט, @בערל האט געפערגט א שטארקע קשיא, האב איך אים געענטפערט.
דו האסטו אן אנדערע תירוץ צו פארענטפערן @איסר'ן?