ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב יצחק לעבאוויטש אויף קול הלשון (718) 906-6428 נומער דריי די לעצטע שיעור (נומער 320), רעדט אפאר ווערטער אין אנהייב וועגען קאמאן קאור, ווי ער גיבט צו פארשטיין אז דאס איז גארנישט ניי און גארנישט האט זיך נישט געטוישט. ער טענה׳ט אז די א.ג. קנאים שטערן שטארק צו די עיקר מערכה, ישמע חכם ויוסיף לקח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
במחילות כבודו הרמה, קאממען קאור האב איך נישט קיין אנוג וואס דאס איז, איך קען נישט קיין גוטע ענגליש עס דורך צוליינען, קען זיין ער איז גערעכט, קען זיין נישט. אבער די טענה וואס די עקסטרעמע האבן אויף "זלמן לייב" אז די ביזט משובד צו די גאווערמענט פאנדיג. קענסטו נישט קיקן געהעריג אויף די זאך, איז א שטארקע טענה. אז ווען PEARLS קומט מיט א חידוש פון קאממען קאור כדי זיך צו ראטעווענען פון די נייע רעגולאציעס, און פערלס איז משובד אז די מוסדות זאלן בלייבן מיט די גאווערמענט פאנדיג, ווי קען סאטמאר אנעמען און מיט גיין מיט זייער מיינוג, אפשר דארף מען קודם זאגן פאר די גאווערמענט, עטס ווילטס זיך אריינמישן, אינז דארפן נישט ענקער געלט?
נאכדערצו ווען ר' הלל וויינבערגער איז אויך אין א קהילה וואס האט מוסדות (ער איז טאקע אן עקסטעמיסט) טענהט ער האט עס דורכגעטוען, און מיט אים טיט מען דורך אנדערע שאלות, סאטמאר פארלאט זיך אויף זיין השגחה, פארוואס זעצט מען זיך ניטאמאל אוועק מיט אים?
ווען זלמן לייב זאגט איך בין גרייט אויפצוגעבן די געלט, און מיט דעם אלעם האלט איך אז קאממען קאור איז גוט, גוט, איז דיין שיטה א שיטה.
די זאליס מאכען חוזק פון די
2 לעפקאוויטש ברידערס, אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געפירט א מוסדות אז זיי זאלן קענען אנטיילן, צו יא צו נעמען געלט אדער נישט, איך פארשטיי נישט אין ארץ ישראל קענען זיי זאגן פאר אלע מוסדות אינז זענען גרייט ענק אויסצוהאלטן, נעמט'ס נישט קיין געלט, אבער דא קען מען נישט. ווען בעלז, ווישניץ קומט מיט די טענה, מילא, אבער סאטמאר, זיי האלטן אין איין שרייען מען איז משועבד צו די געלט, נאר וועגן דעם איז דא די גזירות גיוס, כי השוחד יעור וכו' וכו'.