Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • גדליה 2020 - נישטא פארוואס!

קאווע שטיבל • גדליה 2020 - נישטא פארוואס!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13347
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:32 am#436165
גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
א גוטן אלע חשוב׳ע צוהערער און מיליאנען וואס האלטן מיט פינדערהיים, פין די סמארטפאנען אדער פון טוויטער.
נאך לאנגע חדשים פון פלאנירונגען האבען מיר דעם כבוד צו מעלדען אונזער קאנדידאטור פאר פרעזידענט פון פאראייניגטע שטאטן!!!
יעדער איינער איז עדות איבער די שווערע מצב ואס מיר געפינען זיך, ס׳איז גארנישט פשוט, אמעריקע שטייט בעפאר טשעלענדזשעס וואס זי האט נאך קיינמאל נישט גע׳פנים׳ט אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. די איינציגסטע זאך וואס קען אונז ראטעווען איז א פעאיגע פרעזידענט וואס גייט צוריקברענגען כבוד צו די אוועל אפיס!
דא עקא, אלע קאנדידאטן סאקן, אשר על כן האבן מיינע מקורבים און גיטע פריינט מפציר געווען אז איך, גדליה, זאל לויפען פאר פרעזידענט. נאך לאנגע חדשים פון איבערקלערען האב איך באשלאסן אז יא, דאס איז עס און כ׳גיי מיך אויפפיקן מיינע פיפצן מינוט פון פעים.

נישטא פארוואס

די פלאטפארמע אויף וועלכע מיר לויפען איז א גענצליך נייע און אומדערהערטער, מיר ווילען אז מענטשען זאלען זיך אנהייבען ענדזשויען זייער לעבען. גענוג געווען מיט די דעפרעסטע רעטאריק.
אונזער סלאגאן פון די קאמפיין איז ״נישטא פארוואס!״ וויבאלד דאס ברענגט ארויס די שארפקייט פון אונזער מעסעדזש צו די מערסטע צאל וויילער.
׳נישטא פארוואס׳ איז די ענטפער וואס פריינדליכע מענטשען זאגען נאכדעם וואס זיי קריגען א קאמפלימענט אדער א ש׳כח. ״די קוגעל איז אזוי פיין געווען. א גרויסען ש׳כח״ ״עה, נישטא פארוואס.״
״נישטא פארוואס״ צייגט אז מיר זענען זשענטעל מענטשען וואס רעדען בדרך הנימוס, נישט ווי די היינטיגע פאליטיקאנטען (כ׳וויל נישט נעימען קיין נאמען) וואס רעדען גראב און עקעלדיג.

גדליה׳ס היסטאריע

גדליה איז געבוירען צו הונגארישע אימיגראנטען וועלכע זענען געקומען זוכען שיצונג אין אמעריקע נאך די ביטערע האלאקאוסט.
גדליה׳ס טאטע האט געארבעט אלץ א האלץ האקער בייטאג, און ביינאכט האט ער געהארעוועט אלץ א קויל מיינער. אזוי איז ער געגאנגען פון האלץ האקען צו די קויל גריבער און צוריק.
גדליה ועט קיינמאל נישט פארגעסען וואס דאס מיינט נישט צו האבען א פעני אין די טאש. ווען ער האט געוואלט קויפען א נייע רעקעל ביי דזשי דזשי האט זיין טאטע אפטמאל געזאגט אז ס׳איז נישט דא קיין געלט.
אזוי אויך ווען גדליה האט אמאל געוואלט א נאש האט די מאמע געזאגט אז ס׳איז מער נישט דא. ווייל די פוט סטעמפס איז אויסגעגאנגען.
דאס האט אויסגעלערענט פאר גדליה איין זאך: אן קיין נאש איז דאס לעבען נישט ווערט!
דערפאר האט גדליה געמאכט זיין פרייאריטי וואס ער וועט אינטערשרייבען די ערשטע טאג אין אפיס, וועלכע ער רופט די ״זשעלי פעללי פלאן״! (פעללי מיט א פה דגושה)

דזשעלי פעלי

די דזעלי פעלי פלאן וועט געבען פאר יעדע אמעריקאנע בירגער דשעלי ביענס בחינם. אמעריקאנער שפענדען איבער צוויי א האלב ביליאן דאלער א יאר פאר דזשעלי ביענס.
איר ווייסט ווי פיהל זשעלי ביענס זענען געווארען פארטיליגט אין אמעריקא די פארגאנגענע יאר? זעכצען ביליאן שטיק!
זשעלי ביענס איז א גיטע פיינע מאכל, ס׳איז ביליג, ס׳איז גרינג צו פראדוצירען און ס׳מאכט זאט. פארוואס זאל מען נישט טיילען דזשעלי ביענס פאר׳ן עולם? נישטא פארוואס!
א זייטיגע בענעפיט פון דעם פלאן איז אז ס׳וועט צוציען די קאנסערוואטיווע וויילער, ווארום ווי באקאנט האט רעיגען שטארק געגליכען דזשעלי ביענס. איבערהויפט שווארצע.

ראסיזעם

פינקט ווי דזשעלי ביענס פארמאגט אלע קאלירען, אזוי טוהט די גדליה קאמפיין שטיצען מענטשען פין סיי וועלכע ראסע און קאליר.
גדליה׳ס רבי רב חג׳בי איז אליינס א טונקעל הויטיגער מענטש, און דאס איז א באשיימפערליכע באווייז אז גדליה גלייכט מענטשען פון קאליר.
גדליה איז א גרויסע שטיצער פון אלע מיני ראסעס, שווארצע ראסע, ווייסע ראסע, ברוינע ראסע, געלע ראסע.
ברייטע ליפען, שמאלע אויגען, לאנגע צינגען. יעדע ראסע איז אייניג חשוב.
גדליה האט אזוי ליעב ראסעס, ער איז אליינס א ראסיסט. נישטא פארוואס!

עקאנאמיע

די זשעלי פעלי פלאן וועט אויפטרייבען די עקאנאמיע ווי קיינמאל בעפאר. יעדע אמעריקאנע וועט קריגען צוואנציג דזשעלי ביענס וועכענטליך, מיט א אויסוואל פון דריי קאלירען.
מיט די פארגרעסערטע צאל דשעלי ביענס אין די מארקעט וועט דאס שאפען פרישע ביזנעס אונטערנעמונגען.
צום ביישפיל, א איבערפלוס אין דזשעלי ביענס קען ברענגען א געברויך אין נייע דענטיסטס, אין דאס וועט אויפברענגען די עקאנאמי.
ועל כולם וועט די עולם זיין אביסעל רואיגער, ווארום אז ס׳איז נישטא קיין געלט אין די באנק קען מען צוקייען א דזשעלי ביען און פארגעסען די דאגות. נישטא פארוואס!

העלט קעיר

ווי געשמועסט וועט א פארפלייצונג פון דזשעלי ביענס ברענגען א נייע געברויך פאר גיטע דאקטוירים אין דענטיסטס.
גדליה האט א פלאן פאר דעם. קיינער ווייסט נישט אזוי גיט ווי גדליה וואס דאס באדייט צו זיין קראנק און נישט קענען זיך ערלויבען א דאקטאר.
גדליה גייט זיכער מאכען אז יעדע איינציגסטע מענטש זאל זיין געדעקט אונטער די גדליה פלאן.
די פלאן איז אז מ׳גייט אריינברענגען א פארפלייצונג פון דאקטוירים פין די גאנצע וועלט, און דאס גייט דראסטיש קלאפען די פרייזען פון העלט קעיר. כידוע די כללים פון סופליי און דימענד.

אימיגראציע

דאס ברענגט אונז צו די לעצטע נקודה פין אימיגראציע.
אימיגראציע איז איינע פון די קארנער שטיינער פון אמעריקא, מיין טאטע איז א אימיגראנט, מיין מאמע איז א אימיגראנט, און אלע מיינע זיידעס און באבעס זענען געווען אימיגראנטן.
גר ותושב אנכי עמכם! ס׳איז צייט אויסצוטוהן די בערן מאסקעס און זיך קוקען אלע אין פנים.
ביסטו נישט א אימיגראנט? איז דיין טאטע נישט? דיין זיידע נישט? איינער אין דיין יחוס איז געווען א אימיגראנט. נישט סתם א אימיגראנט נאר א אומלעגאלע אימיגראנט. צו עפעס א לאנד. כ׳ווייס נישט ווי.
איז אויב ברויך מען אפשיקען אימיגראנטען, ברויך מען אפשיקען אייערע עלטער זיידעס. ווער גייט ארויסווארפען די אלע עלטערע מענטשען? נישט קיין יושר.
חוץ מזה בין איך אליינס נישט אזוי יונג. כ׳בין א קנאפע זעקס און ניינציגער, כולם שוים לטובה, און דאס מאכט מיך איינס פון די יונגערע אין דעם פארמעסט. איי פארוואס ווארט איך נישט ביז איך ווער אביסעל עלטער? נישטא פארוואס!

פראגן און ענטפערס
לרבים השואלים וואס נכספה וגם כלתה נפשם צו הערען מער איבער מיינע פלענער, וועלען מיר נעמען פראגעס פון די באטייליגטע. ביטע פרעגען מיט רעספעקט, וועט איהר קריגען א ענטפער מיט רעספעקט. אין א איבריגע מינוט קענט איר כאפען א בליק אויף נישטאפארוואס.קאם ווי איהר וועט זען רויטע און בלויע קאלירען, מיט שווארצע בוכשטאבען אויף א ווייסע בעקגראונד.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:04 am#436168
דער פלאן איז א געוואלדענע...

דאס מענטשהייט קוקט שוין ארויס אויף אזא קאנידאטור זינט דער גרינדונג פונעם ריפובליק.

ווער גייט זיין די וויצע? און פילייכט קען איר אונז אויפדעקן פון אונטערן פורהאנג ווער ס'גייט זיין אין אייער קאבינעט?
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:40 am#436170
א דאנק פאר אייער אפענע שטיצע און ארויסווייזען אייער אנטוזיאזם.
א אינדורסירונג פון אזא וועלט בארימטע זשורנאליסט איז נישט אוועקצומאכען.
בנוגע וויצע פרעזידענט, האבען מיר מיט ג-ט'ס הילף באשלאסען אז דעם ראלע וועט אנפילען דער וועלט בארימטע געוועזענע גאווערנאר פון ניו דזשערסי, קריס קריסטי ירום הודו.

די אנדערע קאבינעט מיטגלידער האבען מיר נאך נישט באשטימט. עכ"פ דאס איז די אפיציעלע שטעלונג.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:59 am#436171
פאוואליע... מיר אינדארסירן נאך נישט אזוי שטעל...

וואס איז אייער שטעלונג אויפן צווייטן אדמענטמענט? גייען מיר קענען פארבלייבן מיט אונזערע ביקסן? אדער איר גייט דאס קאָנפיסקירן?

פילייכט גייט איר איינשטעלן א רעגולאציע אז אנשטאט מיניצאן זאל מען בלויז זיין ערלויבט זיך באנוצן מיט זשעלי-בינס?

און פארוואס קריס קריסטי? ער גלייכט זשעלי בינס?
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:01 pm#436172
און וואס איז אייער שטעלונג איבער מארדן קינדער אינעם מוטערטראכט?

און ווי אויך. גייט איר פארדאנען סאמעט?
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:40 pm#436181
אויב נישטא פארוואס, פארוואס טאקע?
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:40 pm#436192
קאך_לעפל האט געשריבן:פאוואליע... מיר אינדארסירן נאך נישט אזוי שטעל...

וואס איז אייער שטעלונג אויפן צווייטן אדמענטמענט? גייען מיר קענען פארבלייבן מיט אונזערע ביקסן? אדער איר גייט דאס קאָנפיסקירן?

פילייכט גייט איר איינשטעלן א רעגולאציע אז אנשטאט מיניצאן זאל מען בלויז זיין ערלויבט זיך באנוצן מיט זשעלי-בינס?

און פארוואס קריס קריסטי? ער גלייכט זשעלי בינס?

שאלה גדולה שאלת.
אגב וויל איך אנדערע זשורנאליסטן זאלן זיך אפלערנען וויאזוי מפרעגט זאכליכע שאלות.
לענייננו, די גדליה קאמפיין צילט צו גיין צו די שורש פין יעדע פראבלעם און אזוי ארום זוכען א לעזונג.
די שורש פין די פראבלעם מיט ביקסן איז אז עס ווערט גענוצט אויף שענדליכע צוועקן. צו הרגענען מענטשען אין מאסן שיסערייען. דאס פאראורזאכט גרויס שרעק אין לאנד.
אלץ פרעזידענט וועט גדליה אננעמען גאר שארפע שריט דאס זאל זיך תיכף ומיד אפשטעלן.
די ערשטע טאג אין אפיס וועט גדליה אונטערשרייבען א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו נוצען א רעוואלווער מיטן צוועק צו שיסען מאסן מענטשען.
נישט קיין חילוק צו סאיז א סקול אדער א קירכע אדער א קאנצערט. מאסן שיסערייען וועלן ווערען שטרענג פארבאטן בלי יוצא מן הכלל.
דאס וועט ברענגען א נייע עפאכע אין אמעריקע און די ביקסן וועלען מער נישט שטעלען אונזער באפעלקערונג אינטער געפאר.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:50 pm#436194
איך האלט איר זאלט דערקלערן צום "גדליה" אלץ א נאצינאלער האלידעי. דאס איין טאג נישט עסן וועט שפארן אסאך געלט פאר די מיטל און נידריגע פארדינער. אבער מיט א תנאי אז צום אויספאסטן וועט מען נאר עסן אפאר זשעלי בינס, נישט קיין טייערע גרויסע סעודות.
מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:35 pm#436196
גדליה ירום הודו
מר. גדליה: ווי קען איך באקומען א t-shirt מיטן אויפשריפט גדליה 2020 ?
מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:09 pm#436197
בילד
מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:26 pm#436203
איך מיין אז די שטאטוטין פון די פאראייניגטע שטאטן לויטן אז מ'דארף זיין אמווייניגסטנס פינף און דרייסיג יאר אלט צו קענען לויפן פאר פרעזידענטשאפט. גדליה טראץ וואס ער איז אזוי געלונגען איז ער נאכאלץ נישט עלטער פון דריי יאר....
מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:29 pm#436204
און ווי אלט איז דער היינטיגער פרעזידענט לויט אייער חשבון...?
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:44 am#436210
גדליה איז אריינגעקומען אין עקזיסטענץ יאנואר 18, 2018 4:34 pm. די היינטיגע פרעזידענט איז שוין אין עקזיסטענץ זינט יוני די פערצנטע 1946 למספרם.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:27 am#436218
נישטא פארוואס נישט,
ביקסען? פארוואס נישט?
העלטקיר? פארוואס נישט?
זעלי פעלי? פארוואס נישטא?
גדליה? נישטא.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:58 am#436219
גדליה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:פאוואליע... מיר אינדארסירן נאך נישט אזוי שטעל...

וואס איז אייער שטעלונג אויפן צווייטן אדמענטמענט? גייען מיר קענען פארבלייבן מיט אונזערע ביקסן? אדער איר גייט דאס קאָנפיסקירן?

פילייכט גייט איר איינשטעלן א רעגולאציע אז אנשטאט מיניצאן זאל מען בלויז זיין ערלויבט זיך באנוצן מיט זשעלי-בינס?

און פארוואס קריס קריסטי? ער גלייכט זשעלי בינס?

שאלה גדולה שאלת.
אגב וויל איך אנדערע זשורנאליסטן זאלן זיך אפלערנען וויאזוי מפרעגט זאכליכע שאלות.
לענייננו, די גדליה קאמפיין צילט צו גיין צו די שורש פין יעדע פראבלעם און אזוי ארום זוכען א לעזונג.
די שורש פין די פראבלעם מיט ביקסן איז אז עס ווערט גענוצט אויף שענדליכע צוועקן. צו הרגענען מענטשען אין מאסן שיסערייען. דאס פאראורזאכט גרויס שרעק אין לאנד.
אלץ פרעזידענט וועט גדליה אננעמען גאר שארפע שריט דאס זאל זיך תיכף ומיד אפשטעלן.
די ערשטע טאג אין אפיס וועט גדליה אונטערשרייבען א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו נוצען א רעוואלווער מיטן צוועק צו שיסען מאסן מענטשען.
נישט קיין חילוק צו סאיז א סקול אדער א קירכע אדער א קאנצערט. מאסן שיסערייען וועלן ווערען שטרענג פארבאטן בלי יוצא מן הכלל.
דאס וועט ברענגען א נייע עפאכע אין אמעריקע און די ביקסן וועלען מער נישט שטעלען אונזער באפעלקערונג אינטער געפאר.


כ'פארשטיי נישט! היינט צו טאגס ווען הער מייעסטעט קעניג טראמפ זיצט אויף זיין קעניגליכער שטול, איז ערלויבט צו שיסן מענטשען?
זאגאר דו זאגסט אז מ'וועט זיין ערלויבט צו באזיצן וואפן... אבער נישט שיסן... איך ציטער פון א שוואכע מינוט...
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:12 am#436220
7be91d4e-50b2-4e62-b1dc-c0a262d06cc6.jpg
7be91d4e-50b2-4e62-b1dc-c0a262d06cc6.jpg (68.88 KiB) געזען געווארן 2661 מאל


"בוקר טוב גדליהו"
בחלון צרצר מנתר ושר:
"לא חשוב מה רואים במשקפים,
חשוב מה חולמים כשעוצמים עינים."


בֹּקֶר טוֹב גְּדַלְיָהוּ הוא סיפור פיוטי מחורז
על חנות קטנה של פעם ועל חנווני אחד שיודע לחלום.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:08 pm#436222
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
קורקלענד האט געשריבן:גדליה איז אריינגעקומען אין עקזיסטענץ יאנואר 18, 2018 4:34 pm. די היינטיגע פרעזידענט איז שוין אין עקזיסטענץ זינט יוני די פערצנטע 1946 למספרם.


כ׳האב נישט אז דער פרעזידענט ירום הודו איז דאהי מיט אונז.....
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:14 pm#436224
קאנדידאט גדליה, וואס איז אייער פאזיציע די דעפיציט? און וואס איז אייער פאזיציע אויף קאַווע שטיבל, מאנכע זאגן אז קאווע שטיבל'ס עקזיסטענץ איז נגד רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, אנדער זאגן אז ס'איז נישט אמת, נאר די רוב האט מורה ארויסצוקומען אין עפענטליכקייט לטובת די שטיבל, אנדערע זאגן אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וואס דער רוב האלט, פרייהייט פון ווארט איז אייביג וויכטיגער ווי די רוב. אדער זענען דא וואס זאגן אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די גוים אויך און דאן איז יא דא א רוב?

ביטע קום אריין קלאר.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:07 pm#436226
עס איז זיכער אז דער רעכט צו שטימען פאר פרעזידענט איז נאר פאר אונז ק"ש מיטגלידער. דער גאנצע וועלט האט נישט קיין רעכט אריין צורעדען אין אזעלכע הייקעלע ענינים.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:17 pm#436233
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
א זייטיגער אויפטוה פון קאנדידאט גדליה'ס פלאן איז צו לעזן דעם קריזיס פון האבן אן איבערפלוס פון קאנדידאטן וואס לויפן פארן העכסטן אמט ביי יעדע רונדע וואלן. נאך א ברייטהארציגע רעגירונג'ס פארטיילונג פון דזשעלי ביענס וועלן ווייניג מענטשן איבערבלייבן מיט די מעגליכקייט פון לויפן בכלל. כאטש שאצונגען ווייזן אז א שיינע צאל בירגער וועלן נאך האבן די מעגליכקייט פון שפאצירן, וועלן די פרעזידענטליכע קאמפיינען ווערן אסאך רואיגער ווען די קאנדידאטן וועלן בלויז קענען שפאצירן פאר פרעזידענט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:10 pm#436234
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
אישתישבי האט געשריבן:עס איז זיכער אז דער רעכט צו שטימען פאר פרעזידענט איז נאר פאר אונז ק"ש מיטגלידער. דער גאנצע וועלט האט נישט קיין רעכט אריין צורעדען אין אזעלכע הייקעלע ענינים.

ג׳הערט א שמועה טז איי וועלט פלאנט אויכט ארויסצושטעלן א קאנידאט....
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:33 pm#436240
א חברה מאלפעס
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:55 pm#436241
דער עולם פרעגט פיינע פראגעס...
אויף די מינוט בין איך פארנומען, מיר גייען דא אפהאלטן אין ניו העמפשיר א גרויסע ראלי היינט נאכט, אבער כ'וועל מיט ג-ט'ס הילף צוריקקומען צי אלע פראגן.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:00 pm#436242
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
גדליה האט געשריבן:דער עולם פרעגט פיינע פראגעס...
אויף די מינוט בין איך פארנומען, מיר גייען דא אפהאלטן אין ניו העמפשיר א גרויסע ראלי היינט נאכט, אבער כ'וועל מיט ג-ט'ס הילף צוריקקומען צי אלע פראגן.
לאנגע שורות פון מענטשן שטייען שוין לאנגע שעות אינטער די רעגן ווארטענדיג אריין צו גיין וכו' וכו'

איהר דארפט זיך אביסל צולערנען.....

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:01 pm#436243
וואס רעגן ווען רעגן. דא אין ניו העמפשיר איז יעצט דא איבער א פיס שניי. די עולם שטייט מיט די בוטסעס.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:02 pm#436244
פאליציי אין ניו העמפשיר גרייטן זיך פאר א גרעסערע צאל מענטשן ווי וואדסטאק 2019!
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:04 pm#436246
קורקלענד האט געשריבן:פאליציי אין ניו העמפשיר גרייטן זיך פאר א גרעסערע צאל מענטשן ווי וואדסטאק 2019!

זיי זאגען ס'גייט ברעכען די רעקארד פאר די גרעסטע צאהל פארזאמעלטע אין היסטאריע זינט בארקלעיס.
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:05 pm#436265
א גוטן אלע חשובע שטיצער פון גדליה

די ראלי נעכטען נאכט אין ניו העמפשיר איז געווען א געוואלטיגע סוקסעס, די עולם האט צום ערשטען מאל געהערט פרישע איידיעס וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געהערט אין די היסטאריע פון פרעזידענטליכע קאנדידאטן. פאלגענד איז א איבערבליק, עקסקלוסיוו פאר קאווע שטיבעל.

די ערשטע זאך וואס מיר האבען קלאר געשטעלט איז אז אונזער קאמפיין ווערט געפירט מיט שמחה און אפטימיזם.
בנוהג שבעולם אז ווען א קאנדידאט דערקלערט זיך פאסיג צו לויפן פאר פרעזידענט, הייבט ער אן מיט דריי שלבים.
1) ער הייבט מיט א גאנצע נוסח פון די געפערליכע צרות וואס ווארטן אפ אמעריקע. דאס איז די ערשטע שלב אין די קאמפיין.
2) די צווייטע שלב איז ווען ער איז מסביר פארוואס קיין איינע פון די קאנדידאטן איז נישט גוט צו ראטעווען אמעריקאנער פון די שרעקליכע עתיד.
3) די דריטע שלב איז ער מסביר פארוואס דווקא ער איז די אויסדערוועלטסטע מענטש וואס קען "יא" ראטעווען אמעריקע.

גדליה'ס קאמפיין ווערט געפירט דורך פונקט פארקערטע שלבים.
1) קודם זענען מיר מסביר ווי גוט ס'איז צו וואוינען אין אמעריקע אין ווי שיין אונזער עתיד גייט זיין.
2) נאכדעם זענען מיר מסביר אז אייגענטליך זענען דא אסאך פאסיגע מענטשען וואס וואלטן געקענט זיין פרעזידענט. כ'מיין יעדער פון אונז קען כאטש איין בר הכי, א קלוגע בר דעת, וואס קען זיך נאך פארמעסטן מיט סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט אין די פארגאנגענע דרייסיג יאר.
3) נאכדעם זענען מיר מסביר אז גדליה איז טאקע איינע פון די פאסיגע מענטשען וואס קען זיין פרעזידענט. ווי אלע צוהערער און לייענער זענען עדות, איז גדליה א געלונגענע מענטש, ער פארשטייט אן עסק, ער האט א סענס אוו היומער, און ער נוצט פשוט'ע און לאגישע ווערטער פאר זיינע ארגומענטן, וואס איז שטארק וויכטיג פאר די המון עם.

נאכדעם קומט א פערדע שלב, וואס די אנדערענ קאנדידאטן קומען קיינמאל נישט אן צו דעם ווייל זיי זענען נאך ביזי מיט די ערשטע איינס אדער צוויי שלבים, זיי זענען פארנומען אראפהאקן יעדען איינעם און מסביר זיין נאכאמאל און נאכאמאל ווי שלעכט די מצב איז. בעת מיר שניידן ארויס די גאנצע זאך, און אדרבה אונזער קאמפיין איז אנגעפילט מיט גוטע שיינע זאכען, וואס וועט נישט צוטיילען די הערצער פון אמעריקע, און נישט אנצינדן א פייער פון האס און שנאה.
(דער עולם קלאטשט מיט הילעכיגע קלאפערייען, איך וועל באלד פארזעצן)
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:46 pm#436266
א שרעקליכע סקאנדל נעמט ארום אמעריקא. דראדזש באריכטעט אז גדליה איז מעגליך נישט א היגער. זיין פולע נאמען איז גדליה כוסעין אחיקם. אהער מיט די בירטה סערטיפעקיט!
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:49 pm#436267
ווי עס קוקט אויס איז דער צוקניפטע פרעזידענט הי''ה קאפיטאן גדליהו היפש קאנסערוואטיוו (צו''ל) געשטימט, ווארים ער קאמפיינט אז ס'איז אלעס גוט אין אמעריקע, און ער גייט עס בלויז מאכן נאך בעסער. בבחינת מאך אמעריקע גרעסער נאכאמאל. וואלט ווען אונזער קאפיטאן גדליהו ווען געווען א ליבעראלער, חלילה וחס, וואלט ער ווען אויף קיין רגע נישט אויפגעהערט צו וויינען און צו לארעמען אז ס'איז נישט גוט... גארנשט איז גוט... אמעריקע גייט אונטער... דאס ביסל איבערבליינישן פון אונזער וועלטל וועלכע האלט אט אט ביים פארניכטעט ווערן דורך קלימאט ענדערונג ווערט חרוב דורך איצטיגע ראסיסטישע אדמיניסטראציע....

קום ארום קלאר קאפיטאן גדליהו... דו ביזט דאך אן עילו... שטעל די פאקטן גראד.
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:16 pm#436270
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
האסט זיך נישט געקענט איינהאלטען..........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:29 pm#436275
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דער צוקניפטע פרעזידענט הי''ה קאפיטאן גדליהו היפש קאנסערוואטיוו (צו''ל) געשטימט, ווארים ער קאמפיינט אז ס'איז אלעס גוט אין אמעריקע, און ער גייט עס בלויז מאכן נאך בעסער. בבחינת מאך אמעריקע גרעסער נאכאמאל. וואלט ווען אונזער קאפיטאן גדליהו ווען געווען א ליבעראלער, חלילה וחס, וואלט ער ווען אויף קיין רגע נישט אויפגעהערט צו וויינען און צו לארעמען אז ס'איז נישט גוט... גארנשט איז גוט... אמעריקע גייט אונטער... דאס ביסל איבערבליינישן פון אונזער וועלטל וועלכע האלט אט אט ביים פארניכטעט ווערן דורך קלימאט ענדערונג ווערט חרוב דורך איצטיגע ראסיסטישע אדמיניסטראציע....

קום ארום קלאר קאפיטאן גדליהו... דו ביזט דאך אן עילו... שטעל די פאקטן גראד.

איהר זייט טיילווייז גערעכט, ווארום מיר זענען ווירקליך שטארק דערקעגן אזוינע עלעמענטן וואס פראבירן אנזייען שרעק און כאאס מיט'ן תירוץ אז די וועלט גייט חרוב. האלא! זינט די מענטשהייט האט עקזיסטירט ווארענט מען שוין אז די ענדע גייט קומען. שוין טויזענטער מאל וואס מ'האט געשריגען אז אלעס קומט צו א ענדע (איינער דא געדענקט נאך Y2K?) און דערווייל זעמיר קביע וקיימא... זאל ג-ט ווייטער האלטען זיין רעכטע האנט.
אבער דאס זיינען מיר נישט מסכים אז איהר זאלט אונז אריינלייגען אין אזוינע קאטעגאריעס וואס האבען מער שייכות מיט אליגארכן און מאנארכן ווי איידער דעמעקראטיע. אין א פרייע לאנד איז יעדע מענטש פריי פון סיי וועלכע לעיבעל. גדליה קאמפיינט אויף די גדליה פלאטפארמע, און נאר זיינע מיינונגען זענען אים מחייב.
דאס זייענדיג געזאגט, זענען מיר שטארק צופרידען צו זעהן אז אונזער מעסעזש ווערט - ג-ט געלויבט - גאר גוט אויפגענומען ביי די אמעריקאנע באפעלקערונג פון אלע שיכטען און קרייזען, און ס'איז ממש ווי די אידישע תלמוד שרייבט אויף די קעניגען אסתר, אז יעדע פאלק האט געמיינט זי קומט פון זייער פאלק, ממש אזוי האלט מיר דא, אז יעדע זעהט זיך אין גדליה, דער קאנסערוואטיוו שטיצט אונז ווייל ער זעהט קאנסערוואטיווע שטריכן (גדליה איז שטארק קעגען די היינטיגע מערכה אויסצורייסען רעליגיע, למשל) און דער ליבעראל שטיצט אונז ווייל ער זעהט ליבעראלע שטריכן (למשל אונזער פאזיטיווע שטעלונג לטובת אימיגראנטען) און אזוי אויך דער ליבערטעריען און די גרין פארטי - מיר געווינען אריבער מענטשען פון אלע שיכטן און קרייזן.
מיר זענען דייקא נישט מסכים מיט די א. ג. סלאגאן "מאך אמעריקע גרויס נאכאמאל" וויבאלד דאס איז א געפערליכע באהאלטענע פעסימיזם - גרויס נאכאמאל? ס'איז נישט גענוג גרויס? און טאמער נישט ווי אזוי קען איך עס מאכען גרעסער? סתם נארישקייטען. בסך הכל קען איך זיין א געלונגענע פרעזידענט, איך קען נישט מאכען קיינעם גרעסער אדער קלענער ווי ער איז.. ווי געשמועסט זענען די זאכען א טייל פון די שמועס ביי געוויסע פאליטיקאנטן וועלכע זענען סטאק ערגעץ צווישען די ערשטע און צווייטע שלב, זיי האלטען אונז נאך אינמיטען קאנווינסען אז די מצב איז געפערליך, אדער אז זיי זענען די איינציגסטע מלאך המושיע... אונז טראכט מיר נישט אפילו פון יענע שלבים וויבאלד מיר האבען שין קלארגעשטעלט אז די מצב אין אמעריקע איז גאנץ פיין און אז ס'איז דא גענוג פיינע קאנדידאטן און די עולם זאל זין רואיג. אמעריקע וועט נישט בלייבען אן א פיינעם פרעזידענט. אבער למעשה איז א שאד די עולם זאל נישט געניסען פון א גדליה פרעזידענטשאפט... אלזא לאמיר צוקומען צו די פערטע שלב:
נארמאלע סענסיבל פלענער ווי אזוי איך גיי פירען די לאנד. דאס ברויכען מיר קלארשטעלען כדי מענטשען זאלען קענען בוחר זיין צו זיי ווילן וועהלן פאר מיר אדער נישט. היות די ערשטע דריי שטאפלען זענען גאנץ קלאר און פשוט קענען מיר פאקוסירען אונזער גאנצע כח און ענערגיע צו ערצייגען דראמאטישע און קלארע פלענער ווי אזוי מיר גייען פירען דאס לאנד מיט א געואלדיגע געניטשאפט.
:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:43 pm#436277
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א שרעקליכע סקאנדל נעמט ארום אמעריקא. דראדזש באריכטעט אז גדליה איז מעגליך נישט א היגער. זיין פולע נאמען איז גדליה כוסעין אחיקם. אהער מיט די בירטה סערטיפעקיט!

די קאנספיראציעס מוזן זיך אויפהערן,
דער יעניגער גדליה אבן אחיקם לעבט שוין נישט (מ'האט אים נעבעך ארלעדיגט). זיין געבורט שיין קען איך אייך נישט ווייזען, אבער זיין טויט שיין קען מען טרעפן ערגעץ אין תנ"ך.
קאנדידאט גדליה איז געבוירן אין א מדינה אין ניו יארק וואס געפינט זיך גענצליך אונטער די קאנטראל פון אמעריקע.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:43 pm#436348
קורקלענד האט געשריבן:איך מיין אז די שטאטוטין פון די פאראייניגטע שטאטן לויטן אז מ'דארף זיין אמווייניגסטנס פינף און דרייסיג יאר אלט צו קענען לויפן פאר פרעזידענטשאפט. גדליה טראץ וואס ער איז אזוי געלונגען איז ער נאכאלץ נישט עלטער פון דריי יאר....

אונזער קאמפיין איז באגרינדעט אויף קאממען סענס און שכל'דיגע סברות.
לעניננו נעמען מיר אן אז די סיבה פארוואס עס פארלאנגט זיך 35 יאר צו קענען דיענען אלץ פרעזידענט איז וויבאלד אין יענע יארן פארשטייט מען זאכען בעסער און מ'האט שוין מער פארשטאנד. א יונגערע מענטש איז נאך נישט אזוי ערפארן.
במילא איז קלאר אז ס'איז נישט קיין חילוק די יארגאנג, די עיקר איז אז מ'פארמאגט די שכל פון א 35 יעריגע מענטש.
דאס האבען מיר שוין גאנץ פיין אויפגעוויזן פון אונזערע זאכליכע תגובות אז מיר פארמאגן מער אדער די זעלבע שכל ווי רוב 35 יעריגע אמעריקאנער. כ'מיין זיך נישט גרויסהאלטען, ס'איז פשוט א פאקט.
די זעלבע זאך האלטען מיר אז א מענטש וואס פארמאגט שכל ווי א קינד קען נישט זיין פרעזידענט אפי' ער זאל זיין אכט און ניינציג יאר, ס'טייטש צוויי יאר עלטער ווי מיר.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:52 pm#436349
וועקער, ניו-יארק. היינט אור ליום ה' האט די לעצט ארויפגעשטיגענע שטארקע קאנדידאט וואס פארופט זיך אונטער זיין באקאנטע קאמפיין גדליה 2020 ארויסגעקומען מיט א הייסע אינדורסירונג פארן קאנטראווערסיאלע וועקער מאגאזין. די לעצטע אינדורסירונג לייגט צו נאך א רינגעלע אין גדליה קאנטראווערסיאלע אספעקטן פון די קאמפיין. ס'איז געבויט איבער אנדערע קאנטראווערסיעס, ווי למשל די דזשעלי פעלי'ס וכו'...

די אינדורסירונג ווייזט ארויס די שטארקייט פונעם קאנדידאט אז ער האט נישט קיין שום פחד ארויסצוקומען אין עפענטליכקייט קעגן עסטאבלישמענט מיינונגען. ס'איז נאך פאר יעדן פריש אויפ'ן מוח וואס ס'האט פאסירט מיט ר' ליפא שמעלצער נאכן אינדורסירן די וועקער. װעל כולם האט גדליה בכלל נישט געזעהן קיין סיבה זיך צוריק צו האלטן...

אנקעטער זאגן אז ס'וועט נאך געדויערן אפאר וואכן ביז מ'וועט קענען זעהן די עכטע אפעקט וואס די אינדורסירונג וועט האבן אויפן קאמפיין. ווען מ'האט אבער געפרעגט גדליה אויף די ספיקות האט ער זיך אויסגעדרוקט 'בעסער זיין אין עפענטליכקייט מיטן אמת און נישט געווינען, ווי איידער לעבן אין פאלטשקייט און יא געוואונען.

גדליה האט נישט בייגעשטייערט צום דאזיגן ארטיקל.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:31 am#436970
ס'דא וואס זאגן אז דער כיטערע גדליה לויפט נישט פאר פרעזידענט, נאר ער לויפט פאר אומיוניטי! ער וויסט ער קען נישט געווינען אבער אויך ווייסט ער אז איינמאל מ'איז א קאנדידאט קען מען נישט ווערן אינוועסטיגירט, דעריבער איז עס פאר איהם א סטראטעגישע גאראנטי אז וואס אימער ער וועט נאר טוהן מהיום והלאה וועט קומען אן קיין שום קאנסעקווענצן!

פאליטישע אנאליסטן זענען צוטיילט אויף די קאנצעפט, טייל צייגן אן אז די טריקס ארבעטן נאר ווען מ'לויפט צו ווערן פרעזידענט אונטער די דעמאקראטישע פארטיי, און וויבאלד גדליה לויפט נישט אלץ דעמאקראט ארבעט עס נישט. אנדער צייגן אז ניין ס'נישט נאר דעמאקראט, נאר ווילאנג ער לויפט נישט אונטער די רעפאבליקאנער אדער קאנסערוואטיווע פארטיי קען ער זיך יא איינקאסירן אומיוניטי.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:40 pm#436980
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט זיך נישט געקענט איינהאלטען..........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עודך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 2:18 pm#436999
Re: גדליה 2020 - נישטא פארוואס!
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן אייער מיינונג בנוגע דער פאליטישער polarization וואס הערשט אין לאנד די לעצטע וויילע. ס'איז געווארן אזא מין צוטיילונג צווישן די צוויי פארטייען, וואס קיינער קען נישט סובל זיין דעם צווייטנ'ס מיינונג, ליבעראלן פארשרייען יעדער וואס טרויט זיך צו רעדן קעגן זיי אלץ "ראסיסט, פאשיסט" וכדו'. און קאנסערוואטיוון וועלן אראפרייסן דעם צווייטנ'ס פאליסיס אלץ סאצילאסטיש און קאמוניסטיש ה"י. דער סכנה דערפון איז, אז עס גראבט אונטער די פרייהייט פון אויסדרוק וואס עקזיסטירט אין אמעריקא.

און דאס האט זיך ליידער פארשפרייט צו די אידישע גאס אויך, צווישן די צוויי זייטן פון דעם ספעקטרום, מען ווערט עקסטרעם צוטיילט יעדער אויף זיין זייט, איינער פאר די עסטאבלישמענט קהילות, און די אנדערע וואס קענען נישט סובל זיין די היינטיגע ווירטשאפט, ס'קומט צו אזא מצב אז מען באשרייט און באשמוצט יעדער איינער וואס וואגט זיך צו גיין קעגן זיין מיינונג, ס'איז בעצם אזא סארט מלחמה צווישן די "פרייהייט פון רעליגיע" קולטור, און די "פרייהייט פון אויסדרוק" ווירטשאפט, יעדער וויל ציען צו זיין עקסטרעם. מאנכע זוכן צו באפעסטיגן אונזערע פאזיציעס אונטער דעת תורה, ווידער די יעניגע שרייען פרייהייט פון ווארט ערלויבט אונז צו קריטיקירן ווי אימער.

אלזא, מיין שאלה איז, וואס קענט איר אלץ פרעזידענט קאנדידאט טון אונז צוריקצוברענגען צום גלאררייכן אמאל, ווען מען האט טאלערירט אנדערע מיינונגען און זיך געקענט אויסשמועסן אויף א ציווילן אופן. טאקע צו קענען באלאנסירן ביידע שטרעמונגען, "נישטא פארוואס" צו זיין אזוי טיף צוטיילט און זיך קריגן. חדש ימינו כקדם.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk