Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל

קאווע שטיבל • חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13357
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 7:38 am#436383
חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל
א שרעקליכע סקאנדאל איז פארגעקימען אין בארא פארק. נאכדעם וואס ס'איז געמאכט געווארען א וויכטיגע אסיפה וועגן די שוידערליכע פאר'פאניקטע גזירת החינוך , און מ'האט נישט געריפן ליסקא רבי צו קימען נעמען א טייל.

חסידי ליסקא זענען אינגאנצען צוטרייסעלט און ווינדערן זיך אויב זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל , און מ'דארף נישט קעירן פאר די גזירות החינוך וואס וועט זיי אויך אפ'שמדן און פארברענען.
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 8:19 am#436385
פון הונטער די קוליסן הער איך אז עטליכע פראמינענטע רבנים גרייטן זיך פאר אן אסיפת התעוררות ומחאה קעגן די סעלעקציע ביים נעכטיגן אסיפה.

צוויישן די משתתפים וועלן זיך אנזען הונדערטער רבנים ואדמורי"ם, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע זענען איגנארירט געווארן ביים נעכטיגן אסיפה, ווארשיינליך צוליב'ן בלויזן חטא פון נישט פארמאגן קיין אייגענע מוסדות!

די אסיפה וועט פארקומען בבית האדמו"ר מליסקא, מ'וועט צושטעלן קאלטע סעלצער און צענדליגער פאטאגראפירער.
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:05 am#436389
זאכן-ווייסער דערציילן - אז ביי די זיצונג האט געהאנגן א בילד פון הרה''ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי''ע - וואס האט פילייכט אונטער געהערט די טיפזינגע דברי חכמה וואס די צדיקי הדורות האבן דארט דיסקוסירט איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. און ווי ס'איז ברייט באוויסט האבן די צדיקי בית ליסקא לדורותיהם זיך נישט געזען אויג צו אויג מיט רבי ישעי'לע. ווארשיינליך דערפאר איז די ליסקער צדיק אפוועזען געווען פון די גרויסארטיגער זיצונג...
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:31 pm#436400
די גרויסע רבי'ס וואס זארגן זיך פאר אינזערע דורות זענען נישט געווען דארט מען האט סתם געקייט לאקשן און געשטיפט די צייט
רחמיסטריווקא סקווירא סאטמאר קרית יואל באבוב וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג קיימישע טשערנאבל קאסוב רבי משה וואלפסאן רבי יחזקאל ראטה ועוד ועוד נישט דא וואס צו זיין צובראכען
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 3:53 pm#436402
יישר כח באשעפער האט געשריבן:די גרויסע רבי'ס וואס זארגן זיך פאר אינזערע דורות זענען נישט געווען דארט מען האט סתם געקייט לאקשן און געשטיפט די צייט
רחמיסטריווקא סקווירא סאטמאר קרית יואל באבוב וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג קיימישע טשערנאבל קאסוב רבי משה וואלפסאן רבי יחזקאל ראטה ועוד ועוד נישט דא וואס צו זיין צובראכען

באבוב-45 איז געווען?
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 4:20 pm#436405
Re: חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל
שמעון וואלף האט געשריבן:באבוב-45 איז געווען?


יא
פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 5:43 pm#436406
באבוב האט געשיקט זייער ראש ישיבה
סאטמאר מהר"א זייער וומסב"ג רב
סקווירא זייער ב"פ דיין


ליסקא פארלאנגט זיך א אסיפה פאר זיך... פאר די מיליאנען קינדער
און אויכעט היבנוב
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 10:42 pm#436459
די זקן האדמורי"ם הגה"ק מ'צאנז האט זיך באטייליגט?
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 4:43 am#436915
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א שרעקליכע סקאנדאל איז פארגעקימען אין בארא פארק. נאכדעם וואס ס'איז געמאכט געווארען א וויכטיגע אסיפה וועגן די שוידערליכע פאר'פאניקטע גזירת החינוך , און מ'האט נישט געריפן ליסקא רבי צו קימען נעמען א טייל.

חסידי ליסקא זענען אינגאנצען צוטרייסעלט און ווינדערן זיך אויב זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל , און מ'דארף נישט קעירן פאר די גזירות החינוך וואס וועט זיי אויך אפ'שמדן און פארברענען.


אוי נעבעך עזרא'לה אויב דו גייסט זיין וואויל און זיך נישט שלאגען מיט דיין שוועסטער הילארי וועט מען דיר אויך איינלאדענען