Re: וואס וועט דעפיינען די תש
ווי פאנגט מען אהן....
אין די אידישע וועלט:
דער מהפיכה און מערכה אויף טעכנעלאגיע, כינוס כלל ישראל, דער גרינדונג פון טע"ג, השומרים, וכדו'.
די מאסיווע כינוסים אין גרויסע סטאדיומס בקהילות סאטמאר לחיזוק הדת.
הסתלקות פון פילע גאוני וצדיקי הדור זי"ע, בתוכם הגרי"ש אלישיב, הגר"ש וואזנער, הגר"ש אויערבאך, הגראי"ל שטיינמן, הגרנ"צ פינקל, האדמורי"ם מוויזניץ ב"ב, וויזשניץ מאנסי, סקולען, טאהש, ערלוי, סערט וויזניץ.
די היסטארישע נסיעות פון האדמורי"ם מבאבוב, סקווירא, סאטמאר קיין ארץ ישראל.
די פילע גזירות איבער די גאנצע וועלט אויפן יהדות החרדית, גיוס בנים ובנות בא"י, גזירות החינוך אין ניו יארק און לאנדאן, גזירת השחיטה אין בעלגיע, גזירת מציצה בפה אין ניו יארק, ועוד
די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די גארער וועלט, בפרט אין איירופא, אטאקעס אויף אידן אין דייטשלאנד, פראנקרייך, שחיטה אין פאריז און טולוז, די קדושי הר נוף הי"ד, טויטליכע שיסעריי אין פיטסבורג, פאוועי, מערערע אנטיסעמיטישע פעלער אין די היימישע געגנטער אין ניו יארק, די צרות פון די ראקלענד קאונטי באאמטע אויפן היימישן ציבור אין מאנסי, די העצע אין די אלגעמיינע מידיא קעגן דעם יהדות החרדית, וכו'.
דער אויפוואכונג פון די "משפיעים" עפאכע, ווי הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ר' יואלי ראטה, וואס זייערע דרשות זענען פארשפרייט געווארן בכל תפוצות ישראל.
אין די אלגעמיינע וועלט:
די פארשפרייטונג פון סאציאלע מידיא אויף אלע ערליי פלאטפארמעס, וואס האט איבערגענומען די אלט געזעצענע ציייטונגען. די גאלאפירנדע טעכנעלאגיע וואס האט געטוישט דעם גאנצן מהלך החיים.
דער אנקום פון די "טראמפ עפאכע" וואס האט געטוישט די אמעריקאנער פאליטיק אויף אייביג: דער טיפער פאליטישער צוטיילונג אין לאנד, כמעט ווי ציווילע קריג אומשטענדן; דער טערמין "פעיק ניוז" וואס שפיגלט אפ דער אומצוטרוי וואס מאנכע האבן באקומען אויף די פרעסע; די פאפוליסטישע און אנטי אימיגראציע פלאטפארמע וואס האט איבערגענומען די רעפאבליקאנער פארטיי; די שארפע דריי אויף לינקס וואס האט געטוישט די דעמאקראטישע פארטיי; די אויפרעגונג פון די המון עם קעגן די "עליטע" פאליטישאנס; און דער גרינדונג פון עקסטרעמע גרופעס אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום, ווי אנטיפא, Women's March, United Right, און נאך.
דער אויפשפראצונג פונעם "אראבישן פרילינג" וואס האט אויפגעטרייסלט פילע אראבישע לענדער, און דעסטאביליזירט דעם גאנצן מיטל מזרח ראיאן. תוצאות: בלוטיגע קריג אין סיריע; די גרינדונג פון אייסיס; די מאסן אימיגראציע און פליטים קריזיס.
די דראסטישע ענדערונגען וואס האט געטוישט אייראפע'ס אויסזעהן, מיטן ארייננעמען מיליאנער מוסלעמענער פליטים. תוצאות: פארמערטע טעראר אטאקעס אין פילע אייראפעישע שטעט, ווי פאריז, בריסעל, לונדון, ניס, און נאך; די אויפשטייג פון עקסטרעם רעכטע פארטייען אין איירופא מיטן ציל צו באקעמפן די אימיגראציע פלייץ.
דער וואקסנדע סכנה פון איראן מיט אירע נוקלאעארער אמביציעס. תוצאות: דער "איראן דיעל" געשלאסן מיט די אבאמא אדמיניסטראציע; דער אליאנץ פון מדינת ישראל מיט די סוני לענדער צו באקעמפן דעם איראנער געפאר; באמבעדירונגען פון מדינת ישראל אויף איראנער באזעס אין אויסלאנד; דער אויסשפרייטונג פון איראן אין די מיטל מזרח, דורך פראקציעס ווי חיזבאלא אין סיריע און די הוטי רעבעלן אין תימן; די שטרענגע סאנקציעס פון די טראמפ אדמיניסטראציע אויף די איראנער רעגירונג.
די מערקווידיגע נאטורליכע קאטאסטראפעס: האריקעין סענדי אין ניו יארק; האריקעין איירין אין ניו יארק; דער ערד ציטערניש אין האיטי: האריקעין הארבי אין טעקסאס; מאסיווע וואלד פייערן אין ארץ ישראל, און נאך.
די פארשידענע קרענק און אויסברוכן וואס האט אפעקטירט אמעריקא און דאמינירט דעם סדר היום ווי: סוויין פלו, מיזעלס, עיבאלא און נאך.
די פארמערטע מאסן שיסערייען אין אמעריקא וואס האבן אויפגעטרייסלט דעם געפיל פון זיכערהייט: פארקלאנד שיסעריי, לאס וועגאס, ארלענדא, סאוטערלענד ספרינגס, סאן בערנאדינא, סענדי הוק, און נאך. תוצאות: מאסיווע באוועגונג פון גאן קאנטראל לאביאיסטן און סטודענטן; פארמערטע שוץ ביי פובליק סקולס און בתי מדרשים.
ס'איז זיכער דא מער געשעענישן וואס קענען דעפיינען די תש"ע יארן, איך האב נאר אויסגערעכנט די וואס ליגן מיר אין זכרון. ועל הכלל כולו יצא....
Sent from my SM-G930P using Tapatalk