Under maintenance
הויפט זייט » נ"י טיימס: מסירת נפש פאר מצות שופר אין אוישוויץ

נ"י טיימס: מסירת נפש פאר מצות שופר אין אוישוויץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13362
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:18 pm#436445
נ"י טיימס: מסירת נפש פאר מצות שופר אין אוישוויץ
דער ניו-יארק טיימס האט פארעפנטליכט אן ארטיקל איבער מסירת נפש וואס אידן האבן געהאט מקיים צו זיין תורה ומצוות אינעם אוישוויץ טויט-לאגער, און בפרט די מצוה פון שופר. דער ארטיקל איז צענטרירט איבער א שופר וואס ווערט יעצט אריינגעשטעלט אינעם האלאקאסט מוזעאום אין מאנהעטן, וואס איז געבלאזן געווארן אין די שווערסטע מענטשליכע אומשטענדן.

א געוויסער מר. יחזקאל טידאר האט באקומען דעם שופר פון עמיצן אין אוישוויץ פאר די טויט-מארשן. יענער האט אים געזאגט, "איך גיי נישט איבערלעבן דעם מארש. אויב דו בלייבסט לעבן, נעם דעם שופר. זאג זיי אז מיר האבן געבלאזן דעם שופר אין אוישוויץ."