מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:01 pm#436483
טשעלענדזש: רעד וועגן דעם "לבוש" לעצט
כ'שרייב "לבוש" מיט גענזנפיסלעך, ווייל ביי אונזערע שידוכים פארהאנדלט מען נישט ממש אויף לבוש. ס'איז דאך אלעס חסידישע אידן, און די שאלה איז נישט צווישן אפענע אייגענע האר און א שפיצל, אדער צווישן א בלויזן כזית-קאפל און א פלאכן ביבער-הוט. ס'איז דאך אלעס א ספק צווישן א דקה מן הדקה, און קוים וואס מ'קען דאס בכלל אריינשטעלן אין דער קאטעגאריע פון "לבוש".
איר וועט דאך אלע מודה זיין אז פאר א פארפאלק צו לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה, מיט א בית נאמן בישראל ברוחניות ובגשמיות, זענען די דקות'דיגע חילוקים אין לבוש גאר ווייניג רעלעוואנט. עס זענען פאראן אומצאליגע וויכטיגערע זאכן אויף וואס געטרייע עלטערן דארפן זיך זארגן ביים צוזאמענשטעלן זייערע קינדער מיט א בן-זוג צו לעבן צוזאמען עד סוף ימיהם.
אבער דאך ווערן די שמועסן צווישן די פאטענציעלע מחותנים און די שדכנים דאמינירט מיט די שאלות פון לבוש. יא "העט", נישט העט; וועט זיך האלטן דעם הוט אויפ'ן שפיץ קאפ, אדער פון הונטן; אינגאנצן אויפגעדעקט אדער א בענד אדער א הוט; א שייטל וואס דערגרייכט די אקסלען אדער וואס שטעלט זיך אפ אן אינטש העכער, וכו' וכו'. אלעס שיינע זאכן וואס דארפן אפשר אויסגעשמועסט ווערן פאר דער חתונה כדי נישט גורם צו זיין קיינע מיספארשטענדענישן צווישן דעם פארפאלק, אבער גאר ווייט פון וויכטיג.
שטעל איך פאר א טשעלענדזש פאר אייך. אויב איז אייער קינד אין שידוכים, זאגט פאר'ן שדכן אז איר וועט לאזן דעם שמועס איבער לבוש צום סוף. קודם לאמיר זען צי אלעס שטימט ביז אהין, און נאכדעם וועט מען דורכשמועסן גענוי וויאזוי די חתן און כלה וועלן גיין אנגעטון. דאס אליין וועט ברענגען אז אייער עווענטועלער מחותן וועט זיין פון א בעסערן קאליבער, ער וועט זיין אזא איינער וואס קעירט פאר זיינע קינדער, און איז גרייט צו לאזן דעם שמועס איבער לבוש אויף סוף.