מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:15 pm#436613
א צופאל? די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג זענען אייניג
מיר ענדיגן יעצט שנת תשע"ט און גייען אריין אין שנת תש"פ, און מיט דעם ענדיגן זיך די צעהן יארן פון שנות תש"ע. אין די אלגעמיינע וועלט גייט אין דריי חדשים ארום זיך ענדיגן יאר 2019, און מ'גייט אריינגיין צו 2020. מיט דעם גייט זיך ענדיגן די צעהן יארן פון שנות 2010.
ווי אזוי האבן זיך די אידישע און אלגעמיינע יארן אזוי שיין פאראייניגט ביי די יאר צענדליג'ס? איז דאס סתם א צופאל? כ'מאך נישט אוועק אז ס'האט געקענט געשעהן פון זיך אליין, נאך אלעם איז די טשענס איינס אין צען. אבער דאך, איז געוועהן א 90 פראצענט טשענס אז די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג'ס זאלן נישט זיין אייניג, ממילא מעג מען פרעגן צו ס'איז דא עפעס אונטער דעם.
יעדער ווייסט אז ס'איז דא ספיקות אין די יארן, אויב די ערשטע יאר פון בריאת העולם איז א חלק פון די יארן וואס מ'רעכענט, וכו', און אויך זענען דא אנדערע ספיקות וואס קענען אביסעל ריקן די יארן ארויף אדער אראפ. די זעלבע אין די קריסטליכע וועלט איז אויך דא געוויסע ספיקות איבער די געבורט פון אותו האיש שר"י. איז מעגליך אז די אידן האבן אביסעל צוגעפאסט די יארן צו שטימען מיט די קריסטליכע יארן, אדער אפשר פארקערט אז די קריסטן - וואס זענען געווען א אפצווייג פון אידן - האבן אביסעל צוגעפאסט זייערע יארן אז ס'זאל לויפן אין די זעלבע יאר צענדליג'ס ווי אונזערע יארן?