Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי

נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13373
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:41 pm#436700
נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי
פערלס איז געוועהן זיכער אז זיי וועלן קענען אנציען דריי מיליאן דאלער , בפרט נאכדעם וואס אלע רבי'ס האבן מחייב געוועהן יעדעם צו געבען 180 דאלער. נאכן דורכפאלן האט פערלס עקסטענדעד די צייט , אבער ס'האט נישט צופיל געהאלפען.

ס'איז א ריעליטי טשעק פאר די פירערס פון פערלס. די ציבור איז נישט מיט ענק. יא , ענק האבן מצליח געוועהן אנצושרעקען א גרויסע חלק פון די מענטשן אפשר אפילו רוב אז יאפפעד איז א גזירת שמד , אבער דאך פארשטייט יעדער אז פערלס איז סקעם. די גייסט נישט מאכן אז איך זאל געבן געלט פאר א ארגענעזעשאן וואס זאגט אז די עדיוקעישאן ווי אונז אלע האבען געלערענט און ווי אונזערע קינדער לערנען - איז גיט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:48 pm#436701
נישט ריכטיג
די סיבה איז אז א שיינע צאל רבנים\ אישי ציבור זענען שטארק דערקעגן זיי
אין אזא צייט איז שווער צו מאכן א קאמפיין מיט סוקסעס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:34 pm#436705
איש את רעהו האט געשריבן:נישט ריכטיג
די סיבה איז אז א שיינע צאל רבנים\ אישי ציבור זענען שטארק דערקעגן זיי
אין אזא צייט איז שווער צו מאכן א קאמפיין מיט סוקסעס.


נישט ריכטיג

עס איז נישט דא קיין שיינע צאל רבנים וואס זענען שטרק דערקעגן. די רבנים וואס האבן מוסדות זענען משובד צו זייער געלט מיזן זיי מיט גיין מיט פערלס, און די רבנים וואס האבן נישט קיין מוסדות דערוואגען זיך נישט צו רעדן קעגן די עסטעבלישמענט(אדמורי"ם).

נאר די סיבה איז ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נאך דא א silent majority
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:20 pm#436711
די מציאות איז אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל זענען שטארק באזארגט איבער די קריטישע אויסגאנג פון די ביטערע גזירת החינוך, ווי אויך איבער די גזירת ההשתקה וואס לויערט אויף וויליאמסבורגער אידענטום.
דער פאקט אז מ'האלט נישט ביים געבען קיין געלד פאר פיערלס, איז בכלל נישט קיין ראי' אז מ'איז נישט דערביי.
לענ"ד ווייזט עס אז די עולם האט אסאך דאגות יעצט אין די הייליגע טעג, און די הוצאות רינען ווי א קראן, האט מען נישט קיין צייט פאר גזירות.
כ'קען נישט פארשטיין פארוואס מ'האט נישט געקענט ווארטען אביסעל ביז נאך יום טוב פאר מ'מאכט פאבליק די אינפארמאציע איבער די אלע גזירות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:25 pm#436714
Re: נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי
איך ווארט נאך פאר א נאמען פון א רב וואס איז קעגן. מ׳מיינט אז דאס וועט זיין א זעלבסט אויספיהרענדיגע נבואה, נאכ׳ן רעדן דערפון וועט זיך עס פארמירען א רב וואס איז קעגן. ביזדערווייל איז עס נאר א וואונטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:33 pm#436716
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווארט נאך פאר א נאמען פון א רב וואס איז קעגן. מ׳מיינט אז דאס וועט זיין א זעלבסט אויספיהרענדיגע נבואה, נאכ׳ן רעדן דערפון וועט זיך עס פארמירען א רב וואס איז קעגן. ביזדערווייל איז עס נאר א וואונטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך ווארט נאך פאר א נאמען פון א רב וואס לאזט שרייבען אין קאווע שטיבעל.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:02 pm#436728
Re: נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי
איש האלט אינאיין דערמאמען רבנים, און ביזדערווייל האט מען נאר א זיוף פון איהם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:03 pm#436729
איך לאז
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:15 pm#436731
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איש האלט אינאיין דערמאמען רבנים, און ביזדערווייל האט מען נאר א זיוף פון איהם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי קומט דא אריין רבנים פאר א גוט יאר? דא האנדעלט זיך נישט פון שישי אדער פון ברכה אחריתא אדער גאר פון די קאליר בעקיטשע.
די פראגע איז איבער "דעת הקהל". די רבנים זענען בסך הקהל א טייל פון די קהל.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:17 pm#436733
דארפסטו בעסער מיטהאלטן דעם שמועס דא
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:35 pm#436739
זיי האבן איצט אנערקענט אז די רוב כלל ישראל וואס האלט אז פּעירלס איז יא לשם שמים האבן נישט קיין אינטערנעט ווייל די רבנים לאזן נישט און דערפאר האבן זיי נישט געקענט ביישטייערן, ווידער אבער די ווידערשפעניגערס וואס האבן יא אינטערנעט ווילן יא א בעסערע עדיוקאציע און דערפאר האבן זיי אויך נישט געקענט ביישטייערן.....
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:42 pm#436740
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווארט נאך פאר א נאמען פון א רב וואס איז קעגן. מ׳מיינט אז דאס וועט זיין א זעלבסט אויספיהרענדיגע נבואה, נאכ׳ן רעדן דערפון וועט זיך עס פארמירען א רב וואס איז קעגן. ביזדערווייל איז עס נאר א וואונטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קעגן פערלס? סאטמאר מהר"א האט גערעדט פאריגע וואך אין ישיבה דערקעגן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:17 pm#436746
א בליק אויף לעצטיגע אנליין קאמפיינס.

רפואה העלפ ליין:

ציהל: 2,000.000
דערגרייכט: 2,273,362. (114%)
שטיצער: 7,439

וויזניץ ב״ב:

ציהל: 12,000,000
דערגרייכט: 14,372,494 (118%)
שטיצער: 70,204

טוב וחסד:

גאול: $2,000,000
דערגרייכט: 2,034,166$
שטיצער: 3,186

עטרת שלמה:
ציהל: 10,000,000
דערגרייכט: 14,040,588
שטיצער: 46,758

וויזניץ בית שמש:
ציהל: איבער 2,000,000
דערגרייכט: 2,792,848
שטיצער: 13,219

סאמעט פדיון שביום:

ציהל: $1,000,000
דערגרייכט: $1,153,981
שטיצער: 8,925

בעלזא בארא פארק:

ציהל: $4,700,00
דערגרייכט: $5,608,161

וויזניץ מרכז:
ציהל: 2,000,000
דערגרייכט: 2,460,242

בעלזא:
ציהל: $5,000,000
דערגרייכט: $5,643,480
שטיצער: 52,049

איצט לאמיר גיין צום היסטארישן, זעלטענע, ״כלל ישראל״ קאמפיין.

די קאמפיין וועלכע האט צוזאמגענומען אלע קהילות ישראל (אויסער ליסקא) מיט א פאראייניגטע כח צו קעמפן די גזירות החינוך.

צוזאמגענומען בריוון פון אלע רבי׳ס, ראשי ישיבות און דיינים, געמאכט היסטארישע אסיפות הרבנים און צוזאמענגברענגט אלע רבי׳ס אין זייער פארנומענסטע צייט אין יאר, אלעס כדאי צו מצליח זיין אין די זעלטענע קאמפיין, און צוזאמנעמען מיליאנען דאלארן פאר אן ארגעניזאציע פיערעלס, וועלכע איז פארנומען קעמפן די גזירה. (כאטש אויף טוויטער זענען זיי פארנומען דערמיט.)

עס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס ״כלל ישראל״ איז פאראייניגט אויף אזא פארנעם ביי אן אנליין קאמפיין. (אפילו פריזאן רעפארם האט נישט געהאט אזויפיל קהילות זאלן מיטארבעטן)

פאר די סוקסעס פון די קאמפיין האבן זיי עס געמאכט פאר דריי טעג, לענגער ווי יעדע קאמפיין, און אפילו צוגעלייגט נאך 24 שעה, אז אלע וואס האבן נישט געגיבן ביז איצט זאלן זיך קענען משתתף זיין.

און קוקט וואס זיי האבן דערגרייכט.

$1,825,369
8,777 שטיצער.

ווי זענען אלע 140 טויזענט בריוו שרייבער?
ווי זענען אלע צענדעליגער טויזענטער וועלכע האבן געגיבן געלט ביי בעלזא, וויזניץ, סורוצקין?
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:36 pm#436748
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:40 pm#436749
נעקסט מאל וועלן זיי שוין יא טראכטן צוויי פאר מ'איגנארט ליסקא
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:35 am#436750
600F4A09-F30B-4D38-A243-959E11D1967C.jpeg
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:06 am#436752
די אנדערע קאמפיינס האבן געהאט מעטשינג דאונערס, ממילא איז נישט אזא וואונדער אז מען אנגעקומען צו גרעסערע נאמבערס, משא"כ פיערלס.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:38 am#436763
שמעקעדיג האט געשריבן:די אנדערע קאמפיינס האבן געהאט מעטשינג דאונערס, ממילא איז נישט אזא וואונדער אז מען אנגעקומען צו גרעסערע נאמבערס, משא"כ פיערלס.

אמת, אבער זיי וואלטען געדארפט אריין נעמען דעם פאקט (אז עס איז נישטא קיין מעטשינג) אינעם חשבון, און מאכן א קליינע גאול, און וויפיל עס וועט אריינקומען וועט זיין הכל רעטעך.

בד"ו איך האב מיטגעהאלטען עטליכע קאל"ס פון עסקנים בשעת זיי האבן אנגערופען נדבנים צו ביישטייערען פאר דעם קאמפיין ווי מענטשן האבן זיך אנטזאגט צו געיבן געלט און זיך שטארק אנטקעגן געשטעלט קעגן דעם ארגעניזאציע און מיט אויפברויז קעגן דעם היימישען חינוך סיסטעם אפען און קלאר.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 11:09 am#436784
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווארט נאך פאר א נאמען פון א רב וואס איז קעגן. מ׳מיינט אז דאס וועט זיין א זעלבסט אויספיהרענדיגע נבואה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון די גרעסטע קהילות, איז מהר"א ט"ב וואס האט גערעדט אין פאבליק
פון די פירער אין התאחדות הרבנים, אב''ד סערדאהעל
הרב אלעווסקי האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט ביים אסיפה, אויכעט אב"ד ספינקא.
הגה"צ מ'קארלסבורג האט זיי נישט געוואלט געבן אן הסכמה,
נאך עטליכע אינערהאלב קהילת סאטמאר האבן געשריבן שארף קעגן מפשרים צילענדיג עסקני פיערלס
קהילת בני יואל האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א מכתב קעגן זיי.
ראב"ד אורחות משפט גאר שטארק נגדם
אב"ד קרעמניץ
דומ"ץ קיט"ל בלומינגבורג
ראה"כ גבורי חיל
אב"ד שערי חסד מאנסי
אב"ד קרית קאשוי
אב"ד תולדות רפאל
אז איר רעדט צו רבנים אין די טעג זעהט מען קלאר אז ס'דא א היבשע התנגדות קעגן דעם גאנג.

----
א שאאד אז איידערן קאמפיין האבן די ארגענאזירער נישט קודם ערלעדיגט אז די אלע וואס וועלן מערער זיין זאלן ארבעטן אינאיינעם צו גיין אויף 1 מהלך קעגן די גזירה.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:41 pm#436785
שמעקעדיג האט געשריבן:די אנדערע קאמפיינס האבן געהאט מעטשינג דאונערס, ממילא איז נישט אזא וואונדער אז מען אנגעקומען צו גרעסערע נאמבערס, משא"כ פיערלס.

בעלזא בארא פארק:

ציהל: $4,700,00
דערגרייכט: $5,608,161

די דאזיגע קאמפיין האט אויך נישט פארמאגט קיין מעטשינג דאונערס.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:57 pm#436787
בעלזא איז נישט קיין ראיה. ווייל מענטשן זענען זיך גרייט צו לאזן שניידן שטיקער פלייש פאר בעלזא.

און דער וואס דארף וויסן ווייסט אז די געלטער זענען פעיק.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:30 am#436865
בייעדע קאמפיין קען דאך זיין פעיק, מען קען טאקע נישט וויסן קיינמאל קיין קלארע פאקטן.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 8:01 am#436873
אויב קען מען פעלשן א קאמפיין וואלט פעירלס אויך געפעלשט.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 9:00 am#436876
זיי האבן גאר שוואך געארבעט צו מאכן געלט.

עס איז געגאנגען מיט א סארט הייבריד מהלך, מיט דער אמאליגער מחייב זיין שבת ביים ליינען, און דער היינטיגער אינטערנעט, זיי האבן נישט געהאט אינגעלייט זאלען רופען בויען געלט פאר די קאמפיין, עס זענען נישט ארומגעפארן די טעקסט אזויפיל. עס איז געווען אלט סקול בעיקר, און זיי האבן אויך געהאט א אינטערנעט קאמפיין.

די אלע וואס האבן געוויזן הצלחה (אפילו פאלשער הצלחה) האבן אריין געלייגט ארבעט, אסאך מענטשן האבן אריין געלייגט אסאך ארבעט. אז זיי האבן געמאכט צוויי מיליאן איז אויך א חידוש.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 9:22 am#436877
Re: נאך 'פערלס' קאמפעין דורכפאל : דעת הקהל איז נישט מיט זיי
שושן פורים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די אנדערע קאמפיינס האבן געהאט מעטשינג דאונערס, ממילא איז נישט אזא וואונדער אז מען אנגעקומען צו גרעסערע נאמבערס, משא"כ פיערלס.

בעלזא בארא פארק:

ציהל: $4,700,00
דערגרייכט: $5,608,161

די דאזיגע קאמפיין האט אויך נישט פארמאגט קיין מעטשינג דאונערס.
וויאזוי קען טאקע זיין, אז גאנץ בעלזא האט נאר צאמגעשטעלט דער זעלבער סכום מיט מעטשינג? איז בעלז בארא פארק מער פאפולער ווי מרכז מוסדות בעלזא?
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:45 pm#436893
אונטער חכם האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די אנדערע קאמפיינס האבן געהאט מעטשינג דאונערס, ממילא איז נישט אזא וואונדער אז מען אנגעקומען צו גרעסערע נאמבערס, משא"כ פיערלס.

בעלזא בארא פארק:

ציהל: $4,700,00
דערגרייכט: $5,608,161

די דאזיגע קאמפיין האט אויך נישט פארמאגט קיין מעטשינג דאונערס.
וויאזוי קען טאקע זיין, אז גאנץ בעלזא האט נאר צאמגעשטעלט דער זעלבער סכום מיט מעטשינג? איז בעלז בארא פארק מער פאפולער ווי מרכז מוסדות בעלזא?

'בעלז בארא פארק קרן הבנין קאמפיין' האט באקומען נדבות פון חסידי בעלזא איבער די גאנצע וועלט, און אויך פון די גאס,
מרכז מוסדות בעלזא קאמפיין האט באקומען נדבות כמעט נאר פון די גאס.