Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענער זייט; פרויען זייט

מענער זייט; פרויען זייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13377
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:19 pm#436803
מענער זייט; פרויען זייט
צום שלוס פון די תש"ע יארן איז וויליאמסבורג נתבשר געווארן איבער די געוואלדיגע תקנה וואס איז דורכגעפירט געווארן נאך שווערע ארבעט פאר יארן לאנג.
מנהלי המוסדות, און עסקנים האבן שוין לאנג אויפגעברענגט די געוואלדיגע מכשולות וואס קומען פאר צוליב די תערובות אויף די גאסן. שיכון סקווירא און קרית יואל האבן שוין פאר יארן איינגעפירט א סעגרעגאציע צווישן די ג'ענדערס, נישט צו וואקן אויף די זעלבע זייט גאס. וויליאמסבורגע אידן שרייען שוין לאנג למה נגרע, פארוואס זאל די ירושלים ד'אמעריקא זיין כפונדקת ווי מענער און פרויען וואקן אויף די זעלבע גאס אן א מחיצה.
נאך א שטורעמישע זיצונג אין קאנצעליי פון התאחדות הרבנים איז באשטעטיגט געווארן אז די גאסן וועלן ווערן איינגעטיילט צווישן א פרויען זייט און א מענער זייט און אזוי פארמיידן די געפערליכע תערובות.
עטליכע אנוועזענדע האבן פארפירט אז מ'דארף גאר פארלאנגן מחיצות (געהעריגע, נישט קיין ר' משה'ס מחיצות) אויף וואס די רבנים האבן דערווייל נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג.

והיה מחניך קדוש
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:51 pm#436811
פארוואס שעם איך זיך צו זיין א איד ווען איך זעה אזוינע צעטלעך?
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:57 pm#436812
די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:10 pm#436813
yerushalmi האט געשריבן:די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.

ס'איז די געדאנק וואס טויג נישט.

אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:12 pm#436814
וואלווי האט געשריבן:אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:15 pm#436815
וואלווי האט געשריבן:
yerushalmi האט געשריבן:די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.

ס'איז די געדאנק וואס טויג נישט.

אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

מסכים מיט דיר 100% נאר געוואלט ארויסברענגען אז עס איז ווייט פון מציאות ווייל קיין איין קאפל גייט נישט וואקן אפגעטיילט און שמועסן פון די אנדערע זייט גאס אויב יא איז עס סאך ערגער
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:58 pm#436824
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.

אן קיין נסיונות? נעה.

וואס וואט דעמאלטס זיין מיט די נהמא דכסופא....?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:06 am#436825
וואלווי האט געשריבן:
yerushalmi האט געשריבן:די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.

ס'איז די געדאנק וואס טויג נישט.

אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

שיס מיך נישט, אבער איך זעה נישט קיין איין איינציג ווארט אין דעם צעטל קעגן נשים. בארואיגט אייך.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:26 am#436828
ריכטיג האט געשריבן:

סעיף א: "מען"...

סעיף ב: "מען"....

ניטאמאל, א נאמען זענען זיי ווערד...

נ.ב. : איך האב נישט קיין גאן לייסענס און איך בי עקסטרים ליברעל...
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:29 am#436829
רבוש"ע! "מען" לאזט נישט אטעמען...

(סעיף א' האסטו סתם אזוי געלייענט מיט קרומע ברילן, "מען" רעדט פון גאנצעטע משפחות)
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:08 am#436831
אוי טאטי, איך האב פארגעסן צו גיין בעפאר יו"ט צו זיידי אזוי ווי התאחדות האט פארלאנגט..

מיין טייערע טאכטער, דו האסט פארגעסן אז עס פארהאנען נאך 2 אפציעס. דו קענסט נאך גיין בעפאר די מענער קומען אהיים פון שול, שעפעלע.

אבער טאטי, די מענער קומען שוין אהיים פון שול..

מיין טייערע טאכטער, עס איז אבער פארהאנען א דריטע אפציע פון גיין נאר אויף די רעכטע זייט גאס..

אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול, און דארט שטייט א סיין, אז פרויען זאלן גיין אויף די אנדערע זייט גאס, סא וועמען זאל איך פאלגן, פאפא אדער התאחדות?

מיין טייערע טאכטער, מאך א פשרה, גיי אויף לי עוויניו, און גיי אויף די לינקע זייט גאס..

אבער טאטי, קלויזנבורג, האט ארויסגעשטעלט א צעטל און פראנט פון זייערע שול, אז עס איז שטרענג פארבאטן צו גיין אויף די זייט גאס.. סא וואו זאל איך גיין?

טייערע איצו גליק: נעקסטע מאל שטעל ארויס א צעטל, אז אלע פרויען זאל זיך אראפ ווארפן פון דאך, אזוי וועסטו מער נישט האבן קיין פראבעלמען פון פרויען מיט וואסע טורבאַנס גייען אויף די גאסן ראש השנה ביינאכט..
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:01 pm#436834
Re: מענער זייט; פרויען זייט
This should workhttp://cloud.tapatalk.com/s/5d90f1650c8a5/VID-20190929-WA0068.mp4

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:28 pm#436836
פרייוויליג האט געשריבן:אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול...

כ'האב הנאה אז דו קענסט נישט וויליאמסבורג, אבער פאפא געפינט זיך אויף די זייט צו ווייט, וואס איז די מענער זייט.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:47 pm#436841
איסר האטלקי האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול...

כ'האב הנאה אז דו קענסט נישט וויליאמסבורג, אבער פאפא געפינט זיך אויף די זייט צו ווייט, וואס איז די מענער זייט.

ארגומענט דיסטרויט.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:04 pm#436842
Re: מענער זייט; פרויען זייט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.
בא הכתוב השלישי ויכריע בניכם, אן אטאם באמבע וואלט געווען די גלייכסטע
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:17 pm#436843
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.
בא הכתוב השלישי ויכריע בניכם, אן אטאם באמבע וואלט געווען די גלייכסטע

א שאד. מ'וואלט געדארפט מסרס זיין אדם הראשון, וואלט מען נישט צו געקומען צו נסיונות ח"ו.

מה עשה הקב"ה, וקלקלו המינים..
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:24 pm#436844
Re: מענער זייט; פרויען זייט
גאר וויכטיג פאר יו"ט...
איך פארשטיי נישט צו לעזן די מאפע. א געוונליכע מאפע זענען די ווייסע פאסן די גאסן און די קעסטעלעך אינדערמיט במקום די הייזער. דא אבער קוקט אויס ווי די קעסטעלעך זענען די עוועניוס. וועלכע איז ריכטיג? ווי איז די מענער זייט און ווי איז די פרויען זייט?
ביטע העלפט מיר וואו אמשנעלסטן. מיין ווייב וויל נישט ח"ו עובר זיין דעת תורא.
דינסטאג אקטאבער 01, 2019 11:57 pm#436862
עניבאדי מיט אן אפדעיט, וויאזוי האט זיך עס אויסגעארבעט? איז טאקע געווען ווייניגער מכשולות?
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:53 am#436866
מפטירין כדאתמול.. ולא נודע