Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אנטווארט צו 'תגלחת נשים' וועקער ארטיקל, ארומגעשיקט אין קר"י

אנטווארט צו 'תגלחת נשים' וועקער ארטיקל, ארומגעשיקט אין קר"י

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13386
זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:58 am#437042
אנטווארט צו 'תגלחת נשים' וועקער ארטיקל, ארומגעשיקט אין קר"י
אין קרית יואל איז ארומגעשיקט געווארן אויף דער פאסט אן ענטפער צו דעם "תגלחת נשים" ארטיקל אינעם "וועקער", וואס ברענגט דעם פערספעקטיוו פון די וואס האלטן אז תגלחת נשים איז א חיוב גמור.

עס איז כדאי צו אנצייכענען אז דער ארטיקל אינעם וועקער האט קיינמאל נישט געלייקנט אז פילע האבן געהאלטן אז תגלחת נשים איז א חיוב, נאר האט געוויזן די אנדערע זייט סיי פון א היסטארישן פערספעקטיוו, און סיי פון א הלכה'דיגן פערספעקטיוו -- מיט די דעות פון גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז תגלחת נשים איז נישט קיין חיוב, אדער איז גאר א דבר מאוס.

עס איז מעגליך אז טייל פון די אמאליגע אוסרים צו לאזן וואקסן די האר זענען פשוט נישט געווען באהאוונט אין דער היסטאריע פון דעם מנהג, אדער -- ווי דער ארטיקל אינעם וועקער ווייזט -- האבן גערעדט פון א געוויסן מצב אין א געוויסער תקופה. היינט ווען מ'קען געהעריג וואשן האר, און מ'קען געהעריג צודעקן אפילו לאנגע האר, איז מעגליך אז אפילו די וואס האבן אמאל געהאלטן אז מ'דארף זיך שערן וואלטן מער נישט פארלאגט אזא דראסטישן שריט וואס איז אויבנאויף קעגן דער הלכה, און איז ממאס די פרוי.

א טייל פון דעם ארומגעשיקטן קונטרס קען מען זען דא:
m https://drive.google.com/open?id=1enSY2 ... jcMSSYfT0H m
זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:07 am#437043
עס איז שוין א לענגערע תקופה וואס די קרית יואל קאמפעני שיקט ארום ליטעראטור דערוועגן
עס איז פארהאנען ביי די קרית יואל קאמפעני א גרעסערע פראצענט וואס איז נזהר דערינען בשלימות.

אבטולמוס האט געשריבן:עס איז כדאי צו אנצייכענען אז דער ארטיקל אינעם וועקער האט קיינמאל נישט געלייקנט אז פילע האבן געהאלטן אז תגלחת נשים איז א חיוב, נאר האט געוויזן די אנדערע זייט

א פאלנער שקר
זונטאג אקטאבער 06, 2019 1:13 pm#437066
אבטולמוס האט געשריבן:אין קרית יואל איז ארומגעשיקט געווארן אויף דער פאסט אן ענטפער צו דעם "תגלחת נשים" ארטיקל אינעם "וועקער", וואס ברענגט דעם פערספעקטיוו פון די וואס האלטן אז תגלחת נשים איז א חיוב גמור.

עס איז כדאי צו אנצייכענען אז דער ארטיקל אינעם וועקער האט קיינמאל נישט געלייקנט אז פילע האבן געהאלטן אז תגלחת נשים איז א חיוב, נאר האט געוויזן די אנדערע זייט סיי פון א היסטארישן פערספעקטיוו, און סיי פון א הלכה'דיגן פערספעקטיוו -- מיט די דעות פון גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז תגלחת נשים איז נישט קיין חיוב, אדער איז גאר א דבר מאוס.

עס איז מעגליך אז טייל פון די אמאליגע אוסרים צו לאזן וואקסן די האר זענען פשוט נישט געווען באהאוונט אין דער היסטאריע פון דעם מנהג, אדער -- ווי דער ארטיקל אינעם וועקער ווייזט -- האבן גערעדט פון א געוויסן מצב אין א געוויסער תקופה. היינט ווען מ'קען געהעריג וואשן האר, און מ'קען געהעריג צודעקן אפילו לאנגע האר, איז מעגליך אז אפילו די וואס האבן אמאל געהאלטן אז מ'דארף זיך שערן וואלטן מער נישט פארלאגט אזא דראסטישן שריט וואס איז אויבנאויף קעגן דער הלכה, און איז ממאס די פרוי.

א טייל פון דעם ארומגעשיקטן קונטרס קען מען זען דא:
https://drive.google.com/open?id=1enSY2 ... jcMSSYfT0H


דאס איז א חשוב'ע אנטוויקלונג, אז די וואס ווילן מחייב זיין פרויען צו שערן די האר שפירן פאר וויכטיג אפצוענטפערן דעם ארטיקל מיט א דעטאלירטע קונטרס, און באגנוגען זיך נישט ווי ביז יעצט מיט בלויז זאגן שטרענג אז אזוי דארף מען טון.

און ווי דער רעדאקטאר ATUB @אבטולמוס ATUB מערקט אן לייקנט נישט דער ארטיקל אז פילע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חיוב צו שערן, טייל פון זיי גאר שטארק אזוי. א גרויס חלק פונעם ארטיקל גייט אוועק מסביר צו זיין פארוואס זיי האבן אזוי געהאלטן און וואס עס מיינט פאר אונז היינט, באזירט אויף די היסטאריע און די הלכה ארום דעם מנהג.

דער קונטרס רעדט בעיקר פארוואס מען טאר נישט טוישן און שרייבט אז וויבאלד דער מנהג איז אנגענומען געווארן אין אלע מדינות, און אונזערע עלטערן האבן זיך אזוי געפירט דורי דורות, איז דאס א) א חיוב מן הדין ב) א חיוב מן התורה אלץ לא תסור ג) עס העלפט נישט קיין התרה און עס איז נישט מעגליך צו משנה זיין. דער וואס האט געליינט דעם ארטיקל אינעם וועקער וועט פארשטיין אז עס איז נישט אזוי קלאר און שארף ווי דער קונטרס פרובירט עס צו מאכן.

אז מען קוקט אין מקורות וואס ווערט צוגעברענגט אינעם קונטרס זעהט מען אז דאס איז אלץ געבויעט אויף די הנחה אז דער מנהג פון תגלחת נשים האט זיך אנגעהויבן אלץ א תקנה וואס רבנים האבן איינגעפירט, און די קהילות האבן אנגענומען, אלץ א גדר אין אידישקייט. אבער ווי עס ווערט אויפגעוויזן אינעם ארטיקל איז קיינמאל אזא תקנה נישט געווען, און ווי עס זעהט אויס האט זיך דער מנהג פון שערן אנגעהויבן אלץ א פראקטישע עצה צו העלפן מיט די שוועריקייטן צו רייניגן און פארדעקן די האר. און דערפאר האט נישט דער מנהג די הארבקייט ווי א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן דורך חכמי ישראל, אדער וואס קהילות בישראל האבן אנגענומען זיך צו פירן לחומרא אין א הלכה, וואס לויט טייל פוסקים האט עס די הארבקייט פון א דאורייתא און עס העלפט נישט קיין התרה.

דאס איז יא אמת אז פאר עטליכע דורות האט מען זיך געפירט צו שערן. אבער וויבאלד דאס איז בעיקר געווען א פראקטישע מיטל צו העלפן מיט פארדעקן און רייניגן די האר קען מען נישט זעהן אין דאס שערן גופא א מנהג וואס איז מחייב. וביותר, ווי עס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אינעם ארטיקל, איז דא שטארקע מקורות אין חז"ל און אין הלכה אז מען טאר זיך דוקא נישט שערן. דערפאר ווען עס איז נישט קלאר צו עס איז בכלל א מנהג, איז נישט ריכטיג צו זאגן אז יעדער איז מחיוב זיך צו שערן.

אויך איז וויכטיג אנצומערקן וואס ווערט באשריבן אינעם ארטיקל אז אין אסאך קהילות אין רוסלאנד און אין פוילן האט מען זיך אויפגעהערט צו שערן די האר, און מען טרעפט נישט אז די ארטיגע רבנים זאלן מעורר זיין דערוועגן. דאס ווייזט אז נישט אלץ און איבעראל האט מען דאס געזעהן ווי א מנהג וואס מען דארף אנהאלטן. דער ארטיקל איז מסביר ווען און פארוואס האט מען אנגעהויבן צו זעהן דעם מנהג ווי עפעס וואס מען דארף יא מחייב זיין.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 1:20 pm#437068
אין איינע פון די סעיפים אינעם קונטרס ווערט ארומגערעדט אז מען דארף זיך אפגאלן אינגאנצן. אינעם ארטיקל ווערט געברענגט פון דער יטב לב זצ"ל ווי ער איז מעיד אז די פרויען זענען נישט מקפיד זיך אפצוגאלן אינגאנצן, נאר ווען עס ווערט צו לאנג שערט מען זיך אפ. אזוי אויך דער מנחת אלעז שרייבט אז נאר ארום דעם קאפ האט מען אינגאנצן אפגעגעגאלט, אבער אינמיטן פונעם קאפ האט מען נאר געשניטן עס זאל נישט זיין לאנג. מילא אפילו איינער וואס וויל יא האלטן דעם מנהג קען עס האלטן ווי דער יטב לב אדער ווי דער מנחת אלעזר שטעלט עס אוועק.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 2:20 pm#437074
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מילא אפילו איינער וואס וויל יא האלטן דעם מנהג קען עס האלטן ווי דער יטב לב אדער ווי דער מנחת אלעזר שטעלט עס אוועק.


מה כל הרעש מיט די האר געשניידעכץ
זענען דען די פרויען פון דעם אזוי אומבאקוועם אז מען זיכט זיי צו ראטעווען ?
עס סאונד מער ווי די פארזארגער פון לי פלאשינג m https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... hotos.html m
זונטאג אקטאבער 06, 2019 2:42 pm#437075
אבטולמוס האט געשריבן: און מ'קען געהעריג צודעקן אפילו לאנגע האר,

וואס מ'קען היינט איז טאקע אמת, אבער אין פאקט ווערט עס נישט צוגעדעקט געהעריג.

איך וואוין בשכינות מיט פרויען וואס שערן זיך נישט, רוב נשים ארום מיר שערן נישט די האר. פון וואו ווייס איך? ווייל ס'איז אויפגעדעקט האלב קאפ, נאר צו ווייזן אז זיי שערן נישט. איך רעד נישט פון זעלבסט אויפגעקלערטע, נאר פון פרויען וואס קומען פון מקמות וואו מ'שערט נישט די האר.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 3:00 pm#437076
איסר האטלקי האט געשריבן:איך וואוין בשכינות מיט פרויען וואס שערן זיך נישט, רוב נשים ארום מיר שערן נישט די האר. פון וואו ווייס איך? ווייל ס'איז אויפגעדעקט האלב קאפ, נאר צו ווייזן אז זיי שערן נישט. איך רעד נישט פון זעלבסט אויפגעקלערטע, נאר פון פרויען וואס קומען פון מקמות וואו מ'שערט נישט די האר.

קןדם כל פון וואנעט ווייסטו פארוואס זיי טוען עס? צווייטנס, סדאך דא גענוג שיטות וואס זאגן אז ארויסגעשטעקט איז נישט קיין פראבלעם און אז בחצר איז בכלל נישט קיין פראבלעם אפילו אינגאנצן אויפגעדעקט, אפשר איז ביי זיי דער מנהג אזוי אנגענומען?
זונטאג אקטאבער 06, 2019 3:03 pm#437077
קען טאקע זיין.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 6:05 pm#437104
אויסער חסידים און געוויסע ישיבישע איז כמעט קיינער נישט מקפיד אז ס'זאל זיך נישט ארויסשטעקן קיין איין האר, די עיקר איז אז ס'איז מער ווייניגער צוגעדעקט, כמבואר בגמרא בסוגיא דקלתה ובכל ספרי הראשונים והאחרונים.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 6:35 pm#437106
איסר האטלקי האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן: און מ'קען געהעריג צודעקן אפילו לאנגע האר,

וואס מ'קען היינט איז טאקע אמת, אבער אין פאקט ווערט עס נישט צוגעדעקט געהעריג.

איך וואוין בשכינות מיט פרויען וואס שערן זיך נישט, רוב נשים ארום מיר שערן נישט די האר. פון וואו ווייס איך? ווייל ס'איז אויפגעדעקט האלב קאפ, נאר צו ווייזן אז זיי שערן נישט. איך רעד נישט פון זעלבסט אויפגעקלערטע, נאר פון פרויען וואס קומען פון מקמות וואו מ'שערט נישט די האר.


עס איז אמת אז אויב מען איז נישט אזוי נזהר קען זיך עס ארויסשטעקן. אבער פאר א פרוי וואס וויל אזוי שטארק זיך היטן אז זי איז גרייט אפצושניידן אירע האר, איז גרינגער מיט די היינטיגע מלבושים זיכער צו מאכן אז קיין הארל זאל זיך נישט ארויסשטעקן. (ווי דער סאטמארער רבי פון קרית יואל זאגט ביי זיינע דרשות)
זונטאג אקטאבער 06, 2019 7:49 pm#437109
ביי די וואס גייען טורבאנס אדער טיכלעך שטעקט זיך כסדר ארויס האר יעדעס מאל די האר וואקסט פריש אריין.
אפילו מיט א געהעריגע שייטל דארף מען טוהן לעזער אויב מען וויל אז גארנישט זאל ווערן געזעהן.
עס איז פיל גרינגער עס צאמצונעמען ווען עס איז א געהעריגע לענג.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:16 pm#437128
אה. ידידנו ר' ATUB @אבטולמוס ATUB האט מיר אויסגעכאפט. טאקע געוואלט שרייבן דערוועגן דא.

דער אמת איז, נישט ווייל איך נעם זיך אן פאר די קרית יואל'ע עסקנים, נאר דער פאקט איז אז שוין א לענגערע צייט וואס זיי ארבעטן ארויסצוגעבן א ספר דערוועגן, און אויך ארויסצוגעבן ד ער צווייטער באנד פון זייער ספר בריחי שעריך, און פשוט, פאר פאפאלעריטעט און געלט קאלעקציע צוועקן האבן זיי ארומגעשיקט דעם קונטרס משבצות זהב איבער שערן די האר און איבער קאפ צודעק, און די זעלבע פונקט אזוי א קונטרס דוגמא פון זייער ספר בריחי שעריך וואס דארף צו ערשיינען בקרוב.

עס איז בכלל נישט זיכער אז זיי האבן געזען דעם ארטיקל אין וועקער... און עס איז א דבר פשוט אז דער ספר איז שוין גרייט פון א לענגערע וויילע צוריק.

דאס האלט מיר אבער נאכאלס נישט צוריק פון געבן א לייק פאר אונזער טאלאנטפולער ר' ראובן הי"ו.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:18 pm#437129
און עס וואלט טאקע שטארק געווען מטעם מערכת דער וועקער, אז אין קומענדיגע אויסגאבע זאל מען ציטירן פון יענעם אנטווארט און מבאר זיין, כדי מ'זאל אנהייבן קענען שטעלן אזעאכן אין פלאץ און וויסן וואס טוט זיך.

און אגעין, זייער ארבעט איז בכלל נישט אוועקצומאכן, פיין געשריבן, אבאנטש א באנטש מראי מקומות און מעשה'לעך. דערפאר, אויב וועט מען זיך נעמען דערצו און מאכן אן אפעראציע דערויף וועט זיכער נישט שאטן.
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:31 am#437141
לבי ובשרי האט געשריבן:אה. ידידנו ר' @אבטולמוס האט מיר אויסגעכאפט. טאקע געוואלט שרייבן דערוועגן דא.

דער פאקט איז אז שוין א לענגערע צייט וואס זיי ארבעטן ארויסצוגעבן א ספר דערוועגן, און אויך ארויסצוגעבן ד ער צווייטער באנד פון זייער ספר בריחי שעריך, און פשוט, פאר פאפאלעריטעט און געלט קאלעקציע צוועקן האבן זיי ארומגעשיקט דעם קונטרס משבצות זהב איבער שערן די האר און איבער קאפ צודעק, און די זעלבע פונקט אזוי א קונטרס דוגמא פון זייער ספר בריחי שעריך וואס דארף צו ערשיינען בקרוב.



גערעכט, די ארבעט אויפן ספר איז שוין אן אור אלטער, די יעצטיגע פארשפרייטונג איז א גיטע פאנדרעיזינג מיטל
ATUB @אבטולמוס ATUB האט נאר אין מיינד אז די וועקער דרייווט די אידישע גאס און אלעס דרייעט זיך ארום דער וועקער

אזא בלעטל ד"ת ליו"כ טראגט די געוויכט ביי טרייע תורה אידן שומרי דרך המסורה
דינסטאג אקטאבער 08, 2019 2:15 pm#437205
נאך א אנטווארט
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 7:26 pm#437704
221763F4-0359-425D-86FD-BE255D338B2A.jpeg
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 7:27 pm#437705
C6708CC8-0C1B-494C-A15A-95B3D4EE2BF3.jpeg
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 7:27 pm#437706
665F0CD7-DA77-4E66-9355-CCE9C8EFFFD7.jpeg
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:15 pm#437712
Re: אנטווארט צו 'תגלחת נשים' וועקער ארטיקל, ארומגעשיקט אין ק
וואס איז טאקע געווען די תקנה, אז מען דארף זיך שערן אדער זיך גאלען די קאפ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 7:08 am#437732
די עיקר התקנה איז נאר געווען זיך צו שערן, די מהדרין גאלן זיך, די מהדרין מן המהדרין שניידן אינגאנצן אפ דעם קאפ, אבער ס'שטייט שוין אין די פוסקים אז א בעל נפש זאל ענדערש אפשניידן א צווייטנס קאפ, והמחמיר תבוא עליו מרדעת.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:36 am#437733
היכי דמי האט געשריבן:
665F0CD7-DA77-4E66-9355-CCE9C8EFFFD7.jpeg

טאמער דער 'שעניל' לאזט נישט ארויס שטעקן קיין האר, איז עס כשר למהדרין מן המהדרין! ט'ווי גייט מען אסר'ן א חומרא?! אדרבא, זאלן אלע פרויען דאס גיין, און מ'עט זוכה זיין צו א דור פון כהנים גדולים!
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:40 am#437734
גראף האט געשריבן:וואס איז טאקע געווען די תקנה, אז מען דארף זיך שערן אדער זיך גאלען די קאפ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין איינע פון די סעיפים אינעם קונטרס ווערט ארומגערעדט אז מען דארף זיך אפגאלן אינגאנצן. אינעם ארטיקל ווערט געברענגט פון דער יטב לב זצ"ל ווי ער איז מעיד אז די פרויען זענען נישט מקפיד זיך אפצוגאלן אינגאנצן, נאר ווען עס ווערט צו לאנג שערט מען זיך אפ. אזוי אויך דער מנחת אלעז שרייבט אז נאר ארום דעם קאפ האט מען אינגאנצן אפגעגעגאלט, אבער אינמיטן פונעם קאפ האט מען נאר געשניטן עס זאל נישט זיין לאנג. מילא אפילו איינער וואס וויל יא האלטן דעם מנהג קען עס האלטן ווי דער יטב לב אדער ווי דער מנחת אלעזר שטעלט עס אוועק.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 11:20 am#437741
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער דער 'שעניל' לאזט נישט ארויס שטעקן קיין האר, איז עס כשר למהדרין מן המהדרין! ט'ווי גייט מען אסר'ן א חומרא?! אדרבא, זאלן אלע פרויען דאס גיין, און מ'עט זוכה זיין צו א דור פון כהנים גדולים!

נאר דאס פעלט זיי אויס פאר די רבנים אז מ'זאל צוריקברענגען די כהונה, ווען די כהנים נעמען איבער קאנטראל פונעם ציבור זענען זיי אלע ארויס פון ביזנעס, אזעלכע נאראנים זענען זיי נישט צו שטיין אין די זייט און דאס צולאזן.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:26 am#437780
אין ליכט פון די תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער, ווערט איצט צורוק נתעורור די פראגע "וואס איז דער אמת" וואס טוט זיך אין די גאס איבער די ענין פון לאזן וואקסן די האר פון קאפ?
מיר עפענען א פרישע סערוועי אויף די נושא. עס איז א יאר שפעטער, קען זיין די מצב איז שוין אנדערש.

ענפערט אפילו אויב איר האט שוין געענפערט די פריערדיגע סערוועיץ

מיר בעטן זייער, ביטע פילט אויס נאר דעם אמת..זענט איר נייגעריג צו וויסן דעם אמת'ן מציאות אין דעם ענין ? אוודיא יא. אנדערע ווילן אויך דעם אמת !!
אויב פלאנט איר נישט צו שרייבן דעם אמת, ביטע האט פארשטענדעניש איןענפערט נישט דעם סערוויע.. מיר וועלן ארויסלייגן די רעזולטאטן ווען עס וועט זיין בערך 300 ענפערס.

אבער מיר בעטן אייך "פילט עס יא אויס" אין ענפערט יאבלויז דעם אמת" "מען וועט נאר קענען מאכן הנחות אויב אסאך וועלן אויספילן דעם סערוועי..

m https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A m