מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:01 am#437145
לויפט און כאפט: מיר טיילן מצוות!
אפשר איז 613 דאורייתא'ס און פילצאליגע דרבננ'ס צופיל פאר אונז, אבער מיר טיילן גערן אוועק פון אונזערע מצוות.
אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה אז חייב אב ללמד את בנו אומנות. אבער איינמאל "יאפפעד" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' יאפפעד, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
אז איינער רעדט נאך היינט פון דעם חיוב ללמד אומנות, איז ער א יאפפעד-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?
אמאל פלעגן מיר האבן א מצוה, אן איסור דאורייתא, פון צער בעלי חיים. אבער איינמאל "פיטא" האט זיך גענומען אונז טשאלענדזשן אויף דער מצוה, האבן מיר געזאגט, "ר' פיטא, נאט אייך די מצוה, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
אז איינער איז מעורר אז דורכ'ן מנהג כפרות - וויאזוי עס ווערט היינט אויסגעפירט - איז מען עובר אויף דעם איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים, איז ער א פיטא-סימפאטיקער. ס'טייטש, דו ווייסט נישט אז מיר האבן שוין אוועקגעגעבן די מצוה?
אייגנטליך טיילן מיר מצוות נישט פון היינט. אמאל האבן מיר פארמאגט א חיוב גמור צו דאווענען בדקדוק. אבער איינמאל די משכילים האבן זיך גענומען לייגן א דגוש אויף דקדוק, האבן מיר געזאגט, "ר' משכיל, נאט אייך די מצוה פון דקדוק, מיר דארפן עס נישט - מיר האבן גענוג אנדערע מצוות."
מיר האבן אפילו אוועקגעטיילט שטיקער פון דער תורה זעלבסט. אמאל האבן מיר פארמאגט תורה, נביאים וכתובים. אבער איינמאל די רעפארמער האבן געלייגט א דגוש אויף לערנען תנ"ך, האבן מיר געזאגט, "ר' רעפארמער, נאט אייך נביאים וכתובים, ס'איז אונז גענוג די תורה ביז שני."
אז מ'וועט אונז נאך אביסל טשאלענדזשן וועלן מיר קוים בלייבן מיט די שבע מצוות בני נח, בשעת'ן שרייען אז מיר זענען די אויטענטישע אידן.