Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרעס "גאסט הויז" איז מוחה אויף סקרין מייזלעך

פרעס "גאסט הויז" איז מוחה אויף סקרין מייזלעך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13399
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:13 am#437402
פרעס "גאסט הויז" איז מוחה אויף סקרין מייזלעך
א אזוי גערופענע "גאסט הויז" וואס קאלעקט אלפים ורבבות צו אנפרעסן אידן לע"נ דעם קערעסטירער רבי ר' ישעיה'לע, האט דעם חול המועד מוחה געוועהן אויף א בילד אויף א סקרין וואס האט געוויזן אז דער זעלבער רבי ישעי'לע איז א סגולה אויף מייז.

כלומר, זאגן פאר גוים "אדער זיך לייגן אדער בייגן", און הענגען בילדער פון ר' ישעי'לע קעגן מייז, און פרעסן טעפ פון פרעס לעילוי נשמתו – זענען דורך דעם שבט הביקורת פונעם "גאסט הויז". אבער א פיקטשער פון מייזעלעך איז שוין אריבער אלע גבולים.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 11:07 am#437422
פון דעילי דער איד:


א שאנדפולע זאך האט פאסירט אין ארץ ישראל, וואו די הייליגע צורה פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע איז פארשוועכט געווארן אויף א מיאוס'ן פארנעם. דאס האט זיך אפגעשפילט ביי א קאנצערט אין ירושלים, וואו א היימישער זינגער האט געזונגען דעם "רבי ישעי' בן רבי משה" ניגון, און אויפ'ן גרויסן סקרין פונעם פאדיום איז ערשינען א בילד פונעם צדיק וקדוש, ארומגענומען מיט מייז און ראטן רח"ל, כלומר'שט אנצוצייגן אויף דער סגולה אז דאס בילד פון רבי ישעי'לע פארטרייבט מייז. די "רבי ישעי'לע'ס גאסט הויז" ארגאניזאציע האט פארדאמט אמשארפסטן דעם אינצידענט, און האט פארלאנגט אן אנטשולדיגונג.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 12:03 pm#437424
Re: פרעס "גאסט הויז" איז מוחה אויף סקרין מייזלעך
ס'איז ערווארטעט א מחאה פון דער איד אויף דער גאסט הויז וואו עס ווערט ווערן אויס געדרוקט מיט ווייטאג , ''מי שמך לאיש''? מען דארף פארשטיין אז א גאסט הויז קען נישט נעמען די ביזנעס פאר זיך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 1:35 pm#437430
גראף האט געשריבן:ס'איז ערווארטעט א מחאה פון דער איד אויף דער גאסט הויז וואו עס ווערט ווערן אויס געדרוקט מיט ווייטאג , ''מי שמך לאיש''? מען דארף פארשטיין אז א גאסט הויז קען נישט נעמען די ביזנעס פאר זיך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


נאר אויב מ'איז אן אומאפהענגיקן ארגאן פון יהדות החרדית, דעמאלטס יא...