ברעיקינג: א הימל שרייענדע סקאנדאל האט זיך אפגעשפילט אין א פובליק שולע אין טעקסאס, ווי א טיטשער האט ברוטאל צושלאגן א סטודענט אין פארנט פון די גאנצע קלאס מיט מכות רצח, געשטויסן און צוביילט אויף א שרעקליכע פארנעם. דאס האט אויסגערופן אויפברויז און פארדאמונג אין די לאקאלע מידיא און איז ברייט באריכטעט געווארן מיט שוידערליכע פארבן אויף אלע נייעס סטאנציעס, ווי מען האט פארשטייט זיך ארונטערגעריסן די פובליק סקול סיסטעם און דער גאנצע סעקולארע ערציאונגס סיסטעם, אלץ עפעס וואס איז סיסטעמאטיש קארופטירט און אביוזיוו, וואס ברענגט אזעלכע פירות פון געוואלדאטאטן דורך לערערינס און סטודענטן צוגלייך. רעפארטערס פון איבעראל האבן געהויבן וואונדער וויאזוי מען לאזט דאס צו אין די פרייע אמעריקא, און זיי האבן אפירגעהאלטן די לאקאלע באאמטע אז מען מוז זעהן צו רעפארמירן די גאנצע education סיסטעם און ברענגען מער accountability אין די ערציאונג געזעלשאפט.....
יא, אט אזוי וואלט געדארפט אויסזעהן די רעאקציע ווען אונז לעבן ווען אין נארמאלע אומשטענדן. אבער וואונדער איבער וואונדער, מען הערט נישט קיין פיפס אין די נאציאנאלע מידיא פון די גאנצע געשיכטע, ס'איז בכלל נישט דא קיין שטורעם און אויפברויז, פלוצלונג זענען אלע א.ג. watchers נישט דא צו טייטלען קיין פינגערס אויף די פובליק סקול באערדע, ועולם כמנהגו נוהג. פאליטישענס און רעפארטערס זענען שטיל ואין פוצה פה.
אבער ווען עס האנדלט זיך פון אן איזאלירטע אינצידענט אין א היימישע ישיבה פון אביוז דורך א מלמד, קאכט זיך און רודערט זיך אויף אלע סאציאלע מידיא פלאטפארמעס מיט "סקאנדאל" טערמינען, מען באשולדיגט די גאנצע ישיבה סיסטעם אלץ קארופטירט, און די העצערס זענען פארנומען שרייען און בונטעווען אז מען מוז זעהן צו רעפארמירן דעם היימישן חינוך, ווייל ס'איז ג-ע-פ-ע-ר-ל-י-ך.
ירא הקהל וישפוט, זאל מען קוקן אויף די ווידיא פונעם טיטשער אין טעקסאס און אליין זעהן וואס ס'הייסט "מכות רצח". איז דען בכלל א פארגלייך? ס'איז א שאנדע צו זעהן ווי אפילו היימישע אידן מאכן מטעמים פון א היימישע מעשה, ווען מען איגננארירט די כסדרד'יגע ערגערע אביוזעס וואס שפילן זיך אפ אין די פובליק סקולס. ווי איז יאפפע"ד מיט אלע א.ג. "פארזארגערס" אויף די געשיכטע??
נאר וואס, דער גאנצע סומאטאכע און "אויפברויז" האט גארנישט צוטון מיט אביוז, ס'איז א שלייער צו קענען העצן קעגן די ישיבה סיסטעם און ווייטער האלטן די מערכה אקטיוו, צו קענען אונטערברענגען דעם היימישן חינוך. קיינער זאל זיך נישט נארן וואס זייערע אמת'ע מאטיוון זענען. דער לעצטיגער אינצידענט אין טעקסאס צייגט דאס איבער קלאר.
http://cloud.tapatalk.com/s/5dc8da52b40c4/1_5064647344071377133.mp4Sent from my SM-G930P using Tapatalk