Under maintenance
הויפט זייט » די רבנים זענען גערעכט געוועהן : פיטער לוגער איז א סקעם

די רבנים זענען גערעכט געוועהן : פיטער לוגער איז א סקעם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13408
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:10 pm#437628
די רבנים זענען גערעכט געוועהן : פיטער לוגער איז א סקעם
ווילימסבורגע איינוואוינער ווייסען שוין לאנג אז די פיטער לוגער רעסטאראנט ביי בראדוועי וואס די גאנצע וועלט קומט דארטען אהין צו עסן סטעיק , טאר מען נישט גיין דארטען עסן. דען , אזוי האבן די רבנים געזאגט אז ס'איז נישט כשר. גוים וואס האבן נישט די תורה האבן געווארט לאנגע חדשים צו באקומען א פלאץ צו קענען גיין עסן אין די מורא'דיגע פיטער לוגער , און נאכדעם ווען זיי זענען שוין ענדליך דארטען אנגעקומען האט מען געדארפט ווארטען אין די ליין ביז מ'האט זיך געקענט זעצן צו עסן די מורא'דיגע סטעיק.

עס האט גענומען 130 יאהר , אבער יעצט זענען די גוים געוואר געווארן וואס אונז וויסן שוין פון לאנג. פיטער לוגער איז א סקעם. ס'איז נישט אינטערסאנט.

א ארטיקעל אין די נוא יארק טיימס היינט האט אויפגעדעקט די שאנדע פון פיטער לוגער און נאכאמאל מוזן אלע גויאישע חכמים מודה זיין אז אז די אמת ליגט ביי די אידן.

דא איז די ארטיקעל ווי מ'באשרייבט די אמת פון די אומאויסגעהאלטענע רעסטאראנט
m https://nyti.ms/2Jya0hs m
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:26 pm#437630
m http://archive.md/ORfQz m

פאר די וואס זענען נישט סאקערס און באצאלן נישט פער חודש
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:45 pm#437632
Re: די רבנים זענען גערעכט געוועהן : פיטער לוגער איז א סקעם
כ'טענה שוין לאנג אז גאטליב'ס רעסטוראנט האט זיי אינדערערד געלייגט
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:45 pm#437633
Re: די רבנים זענען גערעכט געוועהן : פיטער לוגער איז א סקעם
איך מיין פיטער לוגער האט נישט געגעבן די יערליכע שוחד האט ער באקומען א פאשקעוויל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:58 pm#437637
פאר דעם דארפן מיר נישט די רבנים...! ס'זעהט אויס אז מ'האט זיי נישט אפגעגעבן דעם כבוד הראוי...!
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 12:50 am#437652
אקעי, אקעי, יעצט וועלען זיי דען אראפ נעמען די פילע רעזערווד פארקינג סיינס און אראנדזשע קאהן'ס...?

קאמאן, פאר א 0 רעיטונג, לאזט חאטש די שכנים פארקן..
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 12:55 am#437653
רוב קאמענטירער אגריען מיט'ן שרייבער
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:09 am#437658
וואלווי האט געשריבן:אקעי, אקעי, יעצט וועלען זיי דען אראפ נעמען די פילע רעזערווד פארקינג סיינס און אראנדזשע קאהן'ס...?

קאמאן, פאר א 0 רעיטונג, לאזט חאטש די שכנים פארקן..

הא הא, איך האב דיר געלייקט ווייל איך בין נארוואס געווארן אפגעבריעט דארטן, כ'קום יעצט פון וויליאמסבורג...
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:23 am#437673
רבותיי: ערנסט גערעדט. דער פיטער לוגער סטעיק האוס איז דאך א טריפה רעסטאוראנט. וואס דארף אונז אינטרעסירן וויאזוי די נ.י. טיימס פוד קריטיקירער רעיטן עס...?!

ועפ"י דרוש יש לומר, אז ס'איז יא א אידישע רעסטאוראנט. און דער בעה"ב הייסט ר' פינחס לונגער (פון סקווירא, יצ"ו.) נאר די גויים האבן נישט געקענט ארויסזאגן זיין נאמען ריכטיג. האבן זיי עס פארדרייט.

ועוד יש לומר. אז ווען ר' פינחס, (ע"ה) האט אימיגרירט קיין אמעריקע, האבן איהם די אימיגראציע באאמטע געפרעגט וויאזוי ער הייסט. האט ער זיי געזאגט פינחס לונגער. אבער די איירישע גויים האבן פארשטאנען אז ער זאגט פיטער לוגער...!
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:32 am#437674
גם אני מצטרף, וועמען איז א חילוק וועגן דער רעסטוראנט?