Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13415
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 7:31 pm#437869
"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
קומענדיגע מעי 5 2020 קומט ארויס א ביך פון פראפעסער אילה פעדער מיטן נאמען HIDDEN HERETICS . דא איז די באשרייבונג פון די ביך

Hidden Heretics: Jewish Doubt in the Digital Age
Ayala Fader
A revealing look at Jewish men and women who secretly explore the outside world, in person and online, while remaining in their ultra-Orthodox religious communities


What would you do if you questioned your religious faith, but revealing that would cause you to lose your family and the only way of life you had ever known? Hidden Heretics tells the fascinating, often heart-wrenching stories of married ultra-Orthodox Jewish men and women in twenty-first-century New York who lead “double lives” in order to protect those they love. While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online. Drawing on five years of fieldwork with those living double lives and the rabbis, life coaches, and religious therapists who minister to, advise, and sometimes excommunicate them, Ayala Fader investigates religious doubt and social change in the digital age.

The internet, which some ultra-Orthodox rabbis call more threatening than the Holocaust, offers new possibilities for the age-old problem of religious uncertainty. Fader shows how digital media has become a lightning rod for contemporary struggles over authority and truth. She reveals the stresses and strains that hidden heretics experience, including the difficulties their choices pose for their wives, husbands, children, and, sometimes, lovers. In following those living double lives, who range from the religiously observant but open-minded on one end to atheists on the other, Fader delves into universal quandaries of faith and skepticism, the ways digital media can change us, and family frictions that arise when a person radically transforms who they are and what they believe.

In stories of conflicts between faith and self-fulfillment, Hidden Heretics explores the moral compromises and divided loyalties of individuals facing life-altering crossroads.
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:05 pm#437873
דעקעל
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:21 pm#437875
ש׳כח ATUB @המלוכה והממשלה ATUB פאַרן שעירן, כ׳זע ס׳איז שוין אוועילעבל פאר פּרי-ארדער אויף עמעזאן
Hidden Heretics: Jewish Doubt in the Digital Age (Princeton Studies in Culture and Technology)
m https://www.amazon.com/dp/069116990X m

באזירט אויף איר פריערדיגע בוך איז דא אויף וואס צו ווארטען, כ׳האף נאר אז דאס מאל וועט זי אונז געבן אביסל א לייכטערע ליין, נישט אזוי אקאדעמיש געשטימט.
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:52 pm#437876
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון איעלע פעדער
עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:15 pm#437878
איעלע איז נישט קיין נאמען. די נאמען איז אילה.
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:25 pm#437879
גראף האט געשריבן:עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אז מ'איזַנישט די איינציגסטע וואס טוהט (נישט)?
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:31 pm#437881
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון איעלע פעדער
קורקלענד האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אז מ'איזַנישט די איינציגסטע וואס טוהט (נישט)?
זיי מסביר

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:51 pm#437882
ביבער האט געשריבן:איעלע איז נישט קיין נאמען. די נאמען איז אילה.

געפיקסט
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 10:50 am#437890
While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online


איך שמעק שוין דא אז אירע יסודותַ זענען פין א אינדערויסענדיגע בליק, אדער אפילו א פאלשע בליק.
רובא דרובא אידן (אונזערע לכל הפחות - אנדערע ווייס איך נישט) קלערן נישט קיין צוויי סעקונדעס צו דער תורה קומט פין בארג סיני אדער נישט, און נישט דאס איז דער טערנונג פונקט, און נישט דאס איז מחייב אונזערע אנגעזונדערטע לייפסטייל.

איר צווייטער פונקט, אז מען גייט ארויס טועם זיין פין דער סעקולארע וועלט, טאמער זי רעדט פין גראבע עבירות, האט עס נישט מיט זיין א געצווינגענע איד, כמובן, טאמער זי רעדט פין סתם גיין זעהן בעיסבאל צו טעאטערס וכדומה, מיינט עס אויך נישט אז מען איז א געצווינגענע איד, מען קען עס טאקע נישט טוהן בגלוי, אבער מען ווערט נישט אויס איד.

די ריכטיגער אנוסים זענען אזעלכע וואס האבן צוויי פאקטארן, איינס, זיי ווילען האבן א חיים טובים פין דער סעקולארע וועלט, ועוד, זיי לעכצען עס צו טוהן מיט דער ווייב אין איינעם. און דער ווייב איז נישט מסכים, און זיי קענען נישט סובל זיין די דאבעל לייף, פין פירען א אידישער שטוב אינדערהיים, און צומאל זיך צולאזן און האבן פאן.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 12:26 pm#437893
עס זענען דא פיל אזעלכע וואס האבן די עקספיריענס לויט דאס וואס זי שרייבט.
מען רעדט דא פון אינטעליגענטע טיפע מענטשן, נישט פון די average ליידיגייער.
דינסטאג מאי 26, 2020 1:50 pm#449668
איינער געליינט? א שטיקל רענזאציא?

לויט אמאזאן ערשיינט די בוך היינט.
דינסטאג מאי 26, 2020 7:36 pm#449687
אישתישבי האט געשריבן:
While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online


איך שמעק שוין דא אז אירע יסודותַ זענען פין א אינדערויסענדיגע בליק, אדער אפילו א פאלשע בליק.
רובא דרובא אידן (אונזערע לכל הפחות - אנדערע ווייס איך נישט) קלערן נישט קיין צוויי סעקונדעס צו דער תורה קומט פין בארג סיני אדער נישט, און נישט דאס איז דער טערנונג פונקט, און נישט דאס איז מחייב אונזערע אנגעזונדערטע לייפסטייל.

איר צווייטער פונקט, אז מען גייט ארויס טועם זיין פין דער סעקולארע וועלט, טאמער זי רעדט פין גראבע עבירות, האט עס נישט מיט זיין א געצווינגענע איד, כמובן, טאמער זי רעדט פין סתם גיין זעהן בעיסבאל צו טעאטערס וכדומה, מיינט עס אויך נישט אז מען איז א געצווינגענע איד, מען קען עס טאקע נישט טוהן בגלוי, אבער מען ווערט נישט אויס איד.

די ריכטיגער אנוסים זענען אזעלכע וואס האבן צוויי פאקטארן, איינס, זיי ווילען האבן א חיים טובים פין דער סעקולארע וועלט, ועוד, זיי לעכצען עס צו טוהן מיט דער ווייב אין איינעם. און דער ווייב איז נישט מסכים, און זיי קענען נישט סובל זיין די דאבעל לייף, פין פירען א אידישער שטוב אינדערהיים, און צומאל זיך צולאזן און האבן פאן.


זי רעדט פון "Hidden", און לא ראיתי אינו ראיה..
ס'איז קלאר דא היפש פון די אינטולעקטואלע סארט וואס מוטשעט זיך שטארק, וויפיל זיי זענען איז שווער צו וויסן.
דאנערשטאג מאי 28, 2020 2:35 am#449844
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
קען איינער אריינקומען מיט אן איבערזיכט אןיף די בוך און איר שרייבער, ווער איז זי,
וואס זענען אירע מאטיוון,
און אויף וואס איז די בוך באזירט, השערות, רעיונות, דמיונות, אדער ערשטהאנטיגע עדות און פארש ארבעט,
אזא סארט בוך איז זייער שווער צו טון ריכטיג צוליב די נאטור פון די נושא....
אויב איז עס גוט איז עס אן אוצר,
אויב נישט איז עס נישט ווערט די פאפיר אויף וואס סאיז געדרוקט
אלזא, איינער ווייסט?

Sent from my SM-T387V using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 28, 2020 6:09 pm#449872
I just got the book I’m so excited it looks great

בילד
דאנערשטאג מאי 28, 2020 6:10 pm#449873
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש מאי 30, 2020 11:13 pm#449882
I’m returning the book. It’s such an amazing topic!! it starts with a beautiful story but then gets too complicated to read and is very hard language not readable for me! If it was $10 $15 I wouldn’t return it, but it’s $32 that’s just too much for me for something I’m not going to enjoy
מאנטאג יוני 15, 2020 9:13 am#451701
ערהאלטן נעכטן דעם בוך. עטליכע זייטן וועגן קאווע שטיבל און אייוועלט.
מאנטאג יוני 15, 2020 12:44 pm#451713
נו, אפשר וועט ר' ATUB @ראובן ATUB וועלן ברענגן פאר'ן ציבור וואס מרת פעדער האט צו זאגן מיט איר פעדער בנוגע אונזער קהילה? מיר ווארטן מיט שפאנונג
מאנטאג יוני 15, 2020 2:03 pm#451728
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
אברך משי האט געשריבן:נו, אפשר וועט ר' @ראובן וועלן ברענגן פאר'ן ציבור וואס מרת פעדער האט צו זאגן מיט איר פעדער בנוגע אונזער קהילה? מיר ווארטן מיט שפאנונג
אפשר וועלן מיר דארפען ווארטען פאר א אינטערוויו אין די וועקער.
מאנטאג יוני 15, 2020 8:30 pm#451791
ITC = In The Closet
פרייטאג יוני 19, 2020 6:26 pm#452274
איך האב עס געוואלט קויפן אבער ס'איז צי טייער ווייסט איינער פון ענליכע ביכער פאר א צוגענגליכע פרייז?
פרייטאג יוני 19, 2020 6:49 pm#452278
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
איך וואלט זייער געוואלט זען וואס זי שרייבט וועגן קאווע שטיבל און נאך זאכן, אבער אויב עס איז געשריבען אין א שווערע ענגליש, האב איך נישט חשק צו צוברעכן מיין ציין..
מאנטאג יוני 22, 2020 3:04 pm#452532
איך האמער איינגעהאנדלט די בוך, געליינט די הקדמה סאו פאר.

איך קען נישט זאגן אז עס ליינט זיך ווי א מעשה ביכל, עס איז אן אקעדעמישע ארבעט, נישט קיין מעשה ביכל, אבער איך קען אויך נישט זאגן אז עס איז א ספעציעל שווערע ענגליש.

סאו פאר - אין די הקדמה - קוקט אויס אז זי טייטשט ריכטיג אפ די מצב. אגב, זי דאנקט אין איר הקדמה יואליש שטיינבערג וואס האט א ניק דא אין שטיבל.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:54 pm#452595
איך האב אקארשט פארענדיגט דאס ביכל און גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און אויב געדענק איך גוט איז עס געווען לייכטער און געשמאקער צו ליינען ווי ״מצוה מיידלעך״ (אדער האבן זיך מיינע ליינען סקילס פשוט פארבעסערט זינט דאן).

די בוך דעקט אין אנפאנג די אביסל די אלטע גווארדיע פון אידישע בלאגערס אין די ס׳ יארן וואס א חלק פון זיי זענען שוין היינט אטד און די מערכה פון די רבנים אקעגען די אינטערנעט. דערנאך גייט פעדער אריבער צו די היינטיגע דאבל לייפערס, זייער באציאונגען צווישען זיך, מיט זייערע פאמיליעס, עסקנים, רבנים, און טערעפיסטען. א וויכטיגע חלק פון די בוך איז די אנגעצויגענקייט צווישען רבנים און טערעפיסטען בנוגע די ראלע פון טערעפיע פאר די וואס האבן פארלוירן די אמונה. די מחברת רירט אויך אן גאר מערקווירדיגע נושאים ווי למשל די מאראל דילעמא פון האלטען סודות פון די ווייב און קינדער אדער מיטטיילן די סוד מיט א חלק פון די קינדער בשעת׳ן ארויסלאזן די איבעריגע. גאר רירענד איז געווען צו ליינען די פערספעקטיוו פון לאה, די פרומע טאכטער פון טויבי א דאבל לייפער, און די מעשה פון מוישי און בלימי, דאבל-לייפער ליבהאבערס וואס מאכן חתונה זייערע עלטסטע קינדער.

קאווע שטיבל און דער וועקער באקומען ערענסטע דעקונג ווי ATUB @ראובן ATUB האט שוין דערמאנט, די מחברת דערמאנט אויך אז זי געווען אין קאנטאקט מיט איינס פון די מנהלים. איך האב אויסגעפלאצט אין פאבליק ווען זי האט מיר דערמאנט פון ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB 'ס שאקל עס אוועק. אויך איינער פון די סוביעקטען - יצי (יצחק) אינם בוך - זאגט אז ער איז א חבר די און שטיבל, אפשר זאל ער זיך טאקע מגלה זיין דא מיט א נייע ניק און אונז איבערגעבן פון הונטער די קוליסען פונם בוך.

טראץ די גאר גוטע ארבעט וואס ליגט אינם בוך אין אלגעמיין האב איך געהאט מינדערוויכטיגע הערה׳לעך דא דארט בשעת'ן ליינען. איין קליינע טעות למשל וואס האב מיר געבאדערט איז געווען די הנחה אז ליינען אלגעמיינע נושאים ביי מענער איז נישט אויסגעהאלטען אלץ ביטול תורה און די מחברת פארשטייט אז דאס איז די פראבלעם מיטן וועקער פאר רוב חסידים, אלץ רעזולטאט לייגט זי אריין ״דער וועקער״ ״ותינוק״ און ״דער מאמענט״ אין איין קאטעגאריע (בלאט 178). בשעת וואס די ״פראבלעם״ מיט "דער וועקער" פאר רוב חסידים איז מסתמא די תוכן, "דער מאמענט" ווערט טאקע פארקויפט אין אלע גראסעריס טראץ די ביטול תורה וואס עס איז גורם.

די שרייבער עקספלארירט די חילוקים פון מענער און פרויען רעבעלן און שמועסט אויס וויאזוי זיי ווערן באהאנדעלט אנדערש דורך זייערע ארומיגע און עסקנים. עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זי דערמאנט גארנישט איבער פרויען וואס דרייווען און כמעט נישט וועגן געבורט קאנטראל, לפום ריהטא וואלט איך געזאגט אז דאס זענען גאר וויכטיגע נושאים פאר רעבעלענדע פרויען. איין טעמע וואס חזר׳ט זיך איבער כסדר דורכאויס די בוך און האט מיר גאר שטארק בארירט איז די אי-יכולת פון פרויען ארויסצוגיין אביסל סאציאלעזירן אן די קינדער אדער טון סיי וואס למעשה נאך וואס זיי האבן פארלוירן די אמונה. בשעת די חוסר אחריות פון היימישע מענער אינם דאמעסטישן תחום מאכט פאר זיי פילפאכיג גרינגער צו אנטדעקן זייער נייע וועלט מאכט עס אבער פאר זייערע ווייבער כמעט אוממעגליך צו טון דאס זעלביגע.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:15 pm#452598
"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
זייער א שיינע אבזערוואציע @מונטסורי, א גרויסען דאנק!
דאס וואס די שרייבסט אז זי מישט צאם די וועקער מיט די מאמענט איז נאכאמאל א באווייז אז ווען א פרעמדע באשרייבט אונזער קאמיוניטי דארף מען נזהר זיין וואס מען ליינט.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:52 pm#452638
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
מונטסורי: וואס זאגסטו צום נאמען פונעם בוך, צודען איינער וואס וויל לעבן א דאבל לייוו מיינט שוין אז ער איז אן אפיקורוס?
דינסטאג יוני 23, 2020 7:15 am#452692
חוקר ודורש האט געשריבן:זייער א שיינע אבזערוואציע @מונטסורי, א גרויסען דאנק!
דאס וואס די שרייבסט אז זי מישט צאם די וועקער מיט די מאמענט איז נאכאמאל א באווייז אז ווען א פרעמדע באשרייבט אונזער קאמיוניטי דארף מען נזהר זיין וואס מען ליינט.

א ש'כח דיר!

אייגענטליך האט זי אין אלגעמיין גאר גוט ארויסגעהאט אפילו גאנץ דקות'דיגע ענינים אין אונזער געזעלשאפט, נעם פאר א ביישפיל איר פאלגענדע אבזערוואציע (בלאט 8):

"אלטרא-ארטאדאקסישע מענער און פרויען אין ניו יארק נעמען אנטייל אין די עקענאמישע, פאליטישע, און פארוויילונגס (recreational) הלוך ילך פונם שטאט אבער נאר מיטן ציל אויפצובויען זייער אייגענע געמיינדעס, נישט פון א געמיינזאמע געפיל פון בירגערשאפט"

א פאצערישע שרייבער וואלט גאנץ מעגליך פארפאסט די פעלענדע "shared sense of citizenship" כלשונה, אבער אין די זעלבע צייט קען מען זיך אפשר חולק זיין אויב די ווארט recreational איז פאסיג אין דעם זאץ, נעמען מיר דאן אנטייל אין סיי וואספארא אלגעמיינע פארוויילונגען אויסער נוצן די שטאטישע פארקס?

דאס וואס די פרעגסט וועגן די קעפל, איך האב נישט געטראכט דערוועגן ביז איצט, אבער די מיינונג איז מסתמא דער אלגעמיינער חסיד'ס דעפיניציע פון באהאלטענע אפיקורס וואס נעמט געווענליך אריין אלע דאבל לייפערס אפגעזען צו מען גלייבט אין שמע ישראל אדער נישט, טראכט פון "אפיקורסים פון קאווע שטיבל".
דינסטאג יוני 23, 2020 9:57 am#452705
בנוגע דער וועקער, דאכט זיך פראפעסאר פעדער ריפט עס enlightened ליטעראטור וואס שטעלט עס אין קעגנזאץ מיט אנדערע פובליקאציעס. די ביטול תורה איז בלשון אגב און, גערעכט, א כלליות'דיג אבזערוואציע. אבער ס'איז זייער מעגליך די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן איז אומקלאר.

בנוגע היימישע פארוויילונג, דאס איז א גיטע ביישפיל פארוואס פעדער'ס ווערק זענען אויסגעהאלטן. אנשטאט זיך ארייננלאזן אין א ענדלאזע פרק פון נואנסן וואס נעמט אין באטראכט יעדע אינדיווידאואלע הנהגה פון לויפער ביז לעפקאוויטש - וועלכע קענען ביידע זיצן אויף איין באנק ביים טינקעלע ווינטער שלש סעודות אים שובבים און פארט האבן א תהום צווישענשייד אין הנהגות הבית אין יעדן הינזיכט פון קיך ביזן שלאף צימער ביזן בעקיארד - און אפי' דאנמאלס וועט איימיצער נאכאלס קענען חולק זיין אז זייער משפחה'ס הנהגה האט מען אויסגעלאזט, וועלט זי אויס א קיצור וואס איז אליבא דאמת: חסידים פארוויילן.

יעצט, צו וועלכע דעגרי טוהן חסידים פארוויילן איז א גאר גיטע שאלה צו פרעגן, און אפי' פאדערט זיך א טעזע פאר זיך. קען מען דען זאגן אז חסידישע פארוויילונג ענדיגט זיך ביים פארק? אפשר די דאגמא צוימט וואס מ'קאווערט נייטראל אן קריטיק אין די אפיציעלע היימישע מידיא, אבער קלער איין מינוט וויאזוי א חלק ניכר פארברענגט בגלי מיט די קינדער אים חול המועד, חנוכה און ווינטער ברעיק, זומער חדשים, ווינטער מוצ"ש. אמת אז איטליכער משפחה באשלוסט ווי ווייט די גלי הים קענען שלאגן, אבער ס'איז קלאר נישט קיין אויסנאם צו טרעפן חסידים ביי די בארטענס, arcade games, ראלערסקעיטינג אין ראקעפעלער צענטער אדער מאללס, שווימען, עקסערסייז קלאסן, בייקינג, וואלי באלל, קאמעדי און היפנאסעס שאוס, עמיוזמענט און וואסער ריידס, טיערגארטן, חיות שאוס און צירקוסן, מוזעאמס, יולי 4 פייערווערק, וועסט פאוינט מיליטערישע פאראדעס, פליגער און אוטו שאוס, וכו'. נאכדעם איז דא זאכן וואס מערערע עלטערן טוהן אן די קינדער,צו ווען אויף וואקאציע אדער אויף אן אווענט דא און דארטן. ס'איז געניג צו קוקן אויף די טראגעדיעס וואס זענען ליידער פארגעקומען לעצטענס ווען די היימישע מידיא מיז עס דעקן כאילו כפאו שד: פארלוירן אויף א הייק, פארשוועמט אויפן ביעטש, דערטראנקן אין א וואסער פארק, מ'זאל נישט וויסן.

כ'מיין אז פעדער וויל מיט איין זאץ פארבן אן אמת'ע בילד וואס קורצע מידיא דעקונג הייבט נישט געניג ארויס: חסידים זענען נישט freaks. זיי לאכן און וויינען ווי יעדעם כאטש ס'מאנאפאסטירט זיך גאר אנדערש: מה טובו אוהליך יעקב, יא, א חסידישע שטוב קוקט אויס גאר אנדערש, אבער ס' איז א שטוב, שוין איינמאל א שטוב. און ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אומריכטיג צו ריפן עס היימלאז. חסידים זענען ענליך אין די זעלבע צייט וואס זיי זענען אנדערש. טא, וואס איז די מהות פון די "אנדערש"? דאס צו פארשטיין און שילדערן איז ווי א געלונגענע פארשער קומט אריין אין בילד.
מיטוואך יוני 24, 2020 10:55 pm#452984
כ'האב געשריבען דא נאך אביסל וועגן דעם בוך, כ'האב נישט געוואלט פארדרייען דעם היזיגען אשכול
דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:57 am#453005
די פארויילונגס ערטער באציהט זיך מסתמא אויף די מעמדי פטר חמור.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:24 pm#453043
מקען היינט קויפען דער ביכל פאר האלב פרייז אויף פרינסטון אוניבערזיטעיט וועבזייטל.
מיטוואך יולי 15, 2020 6:15 pm#454623
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
לגבי איר אפהאנדלונג איבער דאס מאראליטעט איבער די צווייפאכיגע לייפסטייל, קען אפשר די ציטאט פונעם פראנצויזישן פילאזאף דעניס דידעראט נוגע זיין. ער האט דאס געזאגט אינעם קאנטעקסט פון רעלעטאוויזם:
IMG_7201.jpg


‏(ווי ווייט איך געדענק האט זי אים נישט דערמאנט. א סורטש דורך אקראבּאט אויף די pdf פונעם בוך האט נישט געטראפן גארנישט אויך נישט.)