Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13418
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 12:56 am#437910
עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות
היינט איז געווען עלעקשאן דעי אין אמעריקע און ניט יארק איז געגאנגען צו די שטים בודקעס. אין בּ''פּ זענען אלע פאליטיקער און עסקנים ארויסגעקומען זייער שטארק און אפעלירט פארן ציבור אז מ'זאל שטימען 'ניין' אויף אלע שאלות פון די צווייטע זייט פונעם בעלאט. אנגעבליך ווייל מיר וועלן פארלירן קאנטראל און געלט אדאנק יענע רעזאלוציעס, אויב זיי גייען אדורך. לייענענדיג אלע פינף שאלות אבער האב איך נישט געקענט זעהן וואו ס'שטעקט די פארלוסט פאר די וויילער. פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

קען אפשר איינער וואס קען זיך אויס אין די ענינים אריינקומען קלאר מיט וואס פונקטליך די עסקנים און פאליטיקער זענען אזוי באזארגט?
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:49 am#437914
איך האב נישט געזען די שאלות. אויב דו ווילסט הערן א מיינונג, ביטע לייג עס ארויף.
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:16 am#437916
Re: עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות
לאחרונה זענען די 5 פראגעס.

Ballot Question #1: Ranked Choice Voting

Ballot Question #2: Civilian Complaint Review Board (CCRB)

Ballot Question #3: Ethics and Government

Ballot Question #4: City Budget

Ballot Question #5: Land Use

דא קענסטו טרעפן מער דעטאלןבאריכות.
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:30 am#437919
קורקלענד האט געשריבן: פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

איך קען מיר נישט דווקא אויס אין די ענינים, אבער מיט א שנעלע איבערבליק זעט מיר עס אויס ווי דו ביסט גערעכט. זיי האב עס לכאורה נאר געטון פאר די פאליטיקער.
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 12:14 pm#437923
ברוך הטוב והמטיב
בילד
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 2:00 pm#437926
הדסים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

איך קען מיר נישט דווקא אויס אין די ענינים, אבער מיט א שנעלע איבערבליק זעט מיר עס אויס ווי דו ביסט גערעכט. זיי האב עס לכאורה נאר געטון פאר די פאליטיקער.

דארף מען דעמאלס פארשטיין. זענען אונזערע עסקנים דא פאר די וויילער אדער פאר די פאליטיקער? וועמענס אינטערעסען עסקנן זיי?
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 2:31 pm#437927
קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 2:35 pm#437928
Re: עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!
נעוואדע איז די PBA קעגן ווייל איינער פון די פינף איז וועגן אן קלאגן פאליציי אפיצירן פאר פאלשע באשולדיגען!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:06 pm#437930
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!

די תירוצים זענען גוט פאר אינדיקאטורס אבער די פאקטן דא זעען אויס פארקערט....