Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!

געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13419
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:05 am#437912
געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!
די באקאנטע עפפ וואס לערענט אויס שפראכן "דאאלינגא" וויל ארויפלייגען אידיש, און מ'קען יעצט שטימען וואספארא מין אידיש זיי זאלן האבן אויף די עפפ. די אידיש פון די אידישיסטען (ייווא) אדער חסידישע אידיש אדער ליטווישע אידיש.

פארשטייט זיך אז פאר אונז חסידים איז גוט ס'זאל זיין חסידישע אידיש ווייל ס'העלפט בעסער עסטעבלישן אז אונזער אידיש איז די עכטע אידיש און נישט די אידישיסטישע אידיש וואס זיבן אהאלב מענטשען רעדן.

די פראבלעם אז חסידיש אידיש איז נישט גוט אין גרעמער איז נישט נוגע ווייל זיי האבן שוין מחליט געווען ווי אזוי די גרעמער וועט געניצט ווערן. די שאלה יעצט איז נאר אויף די הברה חלק, ווי אזוי די ווערטער וועלן ארויסגעזאגט ווערן.

די עולם איז מכובד צו שטימען פאר חסידיש אידיש!

m https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... A/viewform m
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:53 am#438439
יידישיסטן און חסידיש אידיש
אין א אידיש לייען-קרייז ביי דער אוניווערסיטעט טאראנטא האבן מיר נאר-וואס גערעדט וועגן דואלינגא'ס אנקעטע. מיר האבן זיך געפרעגט, וואס חסידים אליין האלטן פון דעם גאנצן ענין. איז, ס'איז אינטערעסאנט צו זען אייער פאסט! אבער איך בין אויך אנטוישט אז ביז אהער האט קיינער נישטט רעאגירט.

א יונגער מענטש אין קלאס האט באמערקט, אז ער ווייס פון אסאך יונגע, פאליטיש לינקע אידן וועלכע האבן געשטימט פאר חסידיש-אידיש. איך אליין האלט שוין לאנג אז ביי אונז אידישיסטן דארף מען לערנען און שטודירין די לעבעדיקע אידישע שפראך פון היינט, אזוי ווי מע שטודירט דאס היינטיגע פראנצויסיש אדער שפאניש אדער סיי וואס פאר א לשון. דאס פלעג נישט זיין קיין פאפולערע מיינונג, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.

אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער, כדי מיר אוסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. מיין אידיש איז מער-ווייניגער א יידישיסטישע יווא-יידיש, אבער איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענען רעדן מיט מענשטן וועלכע רעדן אידיש טאג-טעגליך. אויב זענט איר פאראינטערעסירט אדער אויב איר קענט עמעצן וואס וואלט געווען פאראינטערעסירט, שיקט מיר א מעסעדזש!
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:43 am#438443
איך האב געשטימט פאר ייווא יידיש, ס'איז פיל גרינגער זיך אויסצולערנען חסידיש אידיש איינמאל מ'קען שוין ייווא יידיש ווי פארקערט.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:55 am#438445
Re: געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר ייווא יידיש, ס'איז פיל גרינגער זיך אויסצולערנען חסידיש אידיש איינמאל מ'קען שוין ייווא יידיש ווי פארקערט.
אויך ווייל איינער האט געבעטן מ'זאל שטימען פאר דאס האסטו געברויכט שטימען פאר יענץ, ווען ער זאל ווען בעטן שטימען פאר יענץ וואלסטו געשטימט פאר עפעס אנדערש
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:58 am#438446
פראפעסאר האט געשריבן:אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער,

סתם פאר א סייד נאוט (זייטיגע נאטיץ), 'וואסעווער' איז א חסידיש יידישע ווארט אדער א יידישיסטיש יידישע ווארט?
דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:11 pm#443376
m https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... g/viewform m

ווי אזוי זאל אויסקוקן די פאָן פאר אידיש?
דינסטאג פעברואר 25, 2020 3:24 pm#443378
אידיש האט זיך evolved און געטוישט פונקט ווי אלע שפראכן צו די היינטיגע חסידישע אידיש.
מיטוואך מערץ 24, 2021 12:17 pm#468928
מיטוואך מערץ 31, 2021 11:11 am#469101
חסידיש אידיש האט געוואונען.
מיטוואך מערץ 31, 2021 5:18 pm#469118
יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.

מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...
דאנערשטאג אפריל 01, 2021 12:46 am#469130
לויט ווי איך פארשטיי וועט די קורס זיין אויף ייווא יידיש, נאר די אקצענט וועט זיין חסידיש אידיש.
מאנטאג אפריל 05, 2021 6:00 pm#469261
רביה"ק זי"ע: די יוו"א אידיש מיט דעם חסידישן אויסשפראך וועט נישט ארבעטן. ווייל זיי נוצן אלטע פוילישע אויסדרוקן און אונז נוצן מיר לשה"ק ווערטער אדער ענגליש. למשל פאר טאמעיטאס זאגן זיי..."פאמידארן"...דאס נעמט זיך אריגינאל פון פראנצויזיש. אויף פראנצויזיש הייסט א טאמעיטא אזוי. (pomme d'or)... . און נאך הונדערטער אנדערע ווערטער .גאלדענער עפל
דינסטאג אפריל 06, 2021 12:07 am#469273
מפיל קינד האט געשריבן:יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.

מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...

האלטס למשל אז "נעקסט לעוועל", "פיינע נייעס", וכו' וכו', וועט זיין א חלק פון די אידישע קורסן?...
ה'עמיר אויסגעפונען בקרוב... לעטס סטעי טאנ"ד!
דינסטאג אפריל 06, 2021 9:36 am#469285
yn.NY האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.

מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...

האלטס למשל אז "נעקסט לעוועל", "פיינע נייעס", וכו' וכו', וועט זיין א חלק פון די אידישע קורסן?...
ה'עמיר אויסגעפונען בקרוב... לעטס סטעי טאנ"ד!

מפיל קינד: ניין דו האסט פארגעסן די העדליין. וועלכן..."חסיד'ישן"... אידיש מ'זאלל ארויפלייגן. אבער עכט איז נישט קיין חילוק. ווייל צי מ'זאגט עס ארויס מיט א סאטמארער, בעלזער, וויזשניצער אדער מונקאטשער קנייטש פארשטייט מען נאכאלץ וואס דער בעל מימרא ווילל דא זאגן. די ליובאוויטשער הברה איז שוין עפעס אנדערש. ס'איז מער ענדליך (אויך נישט אינגאנצן גלייך) צו די ליטווישע הברה. (נישט הבהרה, אזוי ווי טייל וויללן זאגן. ווייל די לעצטע מיינט..."ערקלערונג"... נישט ..."אויסשפראך"...(!
דינסטאג אפריל 06, 2021 11:21 am#469291
berlbalaguleh האט געשריבן:

נעם עס נישט אזוי ערנסט, בעל עגלה... ווייל מפיל האט עס אויך נישט געמיינט.
דינסטאג אפריל 06, 2021 11:47 am#469292
פראפעסאר האט געשריבן:אין א אידיש לייען-קרייז ביי דער אוניווערסיטעט טאראנטא האבן מיר נאר-וואס גערעדט וועגן דואלינגא'ס אנקעטע. מיר האבן זיך געפרעגט, וואס חסידים אליין האלטן פון דעם גאנצן ענין. איז, ס'איז אינטערעסאנט צו זען אייער פאסט! אבער איך בין אויך אנטוישט אז ביז אהער האט קיינער נישטט רעאגירט.

א יונגער מענטש אין קלאס האט באמערקט, אז ער ווייס פון אסאך יונגע, פאליטיש לינקע אידן וועלכע האבן געשטימט פאר חסידיש-אידיש. איך אליין האלט שוין לאנג אז ביי אונז אידישיסטן דארף מען לערנען און שטודירין די לעבעדיקע אידישע שפראך פון היינט, אזוי ווי מע שטודירט דאס היינטיגע פראנצויסיש אדער שפאניש אדער סיי וואס פאר א לשון. דאס פלעג נישט זיין קיין פאפולערע מיינונג, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.

אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער, כדי מיר אוסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. מיין אידיש איז מער-ווייניגער א יידישיסטישע יווא-יידיש, אבער איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענען רעדן מיט מענשטן וועלכע רעדן אידיש טאג-טעגליך. אויב זענט איר פאראינטערעסירט אדער אויב איר קענט עמעצן וואס וואלט געווען פאראינטערעסירט, שיקט מיר א מעסעדזש!

הער אויס אביסל "אידיש 24" (קול מבשר), וועסטו דיר שנעל צולערנען...

m https://www.yiddish24.com/ m
מיטוואך אפריל 07, 2021 12:38 am#469350
וויי ען, ען ווייי: זאג נאר. דו האסט שוין אמאל געהערט וואספארא טעם ס'האט די אידישיסטישע אידיש. כ'רעד נישט פון דעם געשריבענעם ווארט. נאר א לעבעדיגער אינטערוויו מיט איינעם וואס פראקטיצירט דעם אידישיסטישן אידיש. די ווערטער זענען ארויסגעקומען ווי ביי א שלעכטן דענטיסט וואס פרובירט צו ציען די ציין. און ס'גייט נישט. אפילו די געשריבענע מודעות מיט וואס די סיטי אוו נ.י. פלעגט זיך אמאל באנוצן. געשריבן אויף אידישיסטיש. זענען געווען א געלעכטער. לעצטנס טוען די סיטי און סטעיט זיך באנוצן מער מיט די חסיד'ישע סטיל. און די מודעות זענען טאקע א סאך קלארער און מער געשמאק...!