פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:50 pm#438006
ווען די קושיות און ספיקות נאגן ביים הארץ
המשך פון די פריערדיגע צוויי מאמרים:
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?
אין אונזערע פריערדיגע מאמרים האבן מיר אויסגעקלארט וויאזוי אמונה פשוטה קען זיין די ריכטיגע אמונה פאר אונז, און וויאזוי עס איז פאקטיש נישט פאראן קיין אנדערער וועג וויאזוי צו זיין א מאמין. מיר האבן אויך מסביר געווען אז אמונה פשוטה קען נאר ארבעטן מיט ענוה און בויגזאמקייט, און אז וויבאלד אמונה קען נאר זיין אמונה פשוטה, מוז די אמונה זיין געשמאק און ברענגען בענעפיטן און פאזיטיוויטעט פאר'ן מענטשן.
וויאזוי דאס אלעס שפילט זיך אויס קען מען זען הלכה למעשה אין א פאל וואס האט געמאכט א שטיקל שטורעם, און אין וועלכער דער בלאגער הערי מארילעס האט לעצטנס אריינגערעדט. עס האנדלט זיך מיט א פארפאלק וואס רופט זיך מיט די פסעוודאנימען פילון און דזשודי. זיי זענען אויפגעוואקסן חרדיש, האבן חתונה געהאט חרדיש, און האבן געפירט א חרדיש כולל לעבן. אלס א שטארק ראציאנאלער מענטש, האט פאר פילונ'ען גענאגט קושיות אויף אמונה, ביז ער האט מחליט געווען אז די גאנצע אמונה איז בטעות יסודה און ער איז געווארן אן אפיקורס.
זיין ווייב איז צוערשט שרעקליך צעשטורעמט געווארן פון דער אנטוויקלונג און איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע. אבער נאך א צייט, זייענדיג א פארשטענדליכע אידענע אליין, האט זי אנגעהויבן לייענען און פארשטיין וויאזוי איר מאן איז צוגעקומען צו זיינע מסקנות, און זי האט אויך פארלוירן איר אמונה. עס האט נישט גענומען לאנג ביז זיי האבן מחליט געווען אז זיי גייען זיך אפיציעל אפלאזן פון זיין חרדישן לעבנסשטייגער, און האבן טראספארמירט זייער משפחה צו א סעקולערן לעבן – צו דעם גרויסן צער פון זייערע עלטערן, קרובים און פריינט.
מר. מארילעס באוויינט די "טרויעריגע פרשה", ווי ער רופט עס. ער שרייבט:
מר. מארילעס איז פארלוירן און פארוואונדערט פארוואס די זעלבע קושיות וועלן אים נישט מאכן פארלירן די אמונה, און א צווייטן יא. ער קען נישט פארשטיין פארוואס מאנכע כאפן נישט אז אמונה קען נישט האבן קיין באווייזן, נאר איז א קבלה בלב האדם אויף וואס מ'דארף נישט קיין באווייזן.
נאר דער אמת איז אז מארילעס איז גערעכט – ווי כ'האב אויסגעשמועסט אין די פריערדיגע מאמרים. אן אמת'ער שכל'דיגער מענטש קען נישט זיין קיין מאמין באזירט אויף ראציאנאליזם. ס'איז נאר שייך אמונה פשוטה – אבער אמונה פשוטה האט באגרעניצונגען, הויפטזעכליך, אז ס'דארף זיין א פאזיטיווער קראפט פאר דעם מענטש. אנדערש איז נישט דא קיין סיבה אז דער מענטש זאל מחליט זיין צו נעמען אויף זיך די קבלה בלב.
אן קענען צופיל דעטאלן איבער דעם לעבן פון הערי מארילעס לעומת פילון און דזשודי, איז דא א פונדאמענטאלער חילוק: מארילעס איז א מאדערנער ארטאדאקס און פילון איז געווען א חרדי. אמת אז פילון האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין חרדיש לעבן און אלע באגרעניצונגען וועלכע קומען מיט דעם – אבער דאס איז נאר געווען ווען עס איז געווען א ראציאנאלע סיבה פאר די אלע פירונגען, און ער האט געהאלטן אז די אמונה קען ווערן איבערגעוויזן. איינמאל ס'איז קלאר געווארן אז עס איז נאר תלוי בלב האדם און מ'קען נאר גלייבן מיט אמונה פשוטה, האט אנגעהויבן בויערן די שאלה, פארוואס? פארוואס זאל איך מקבל זיין אויף מיר צו גלייבן אין א סיסטעם וואס זאגט אז איך זאל זיצן אין כולל און מיין ווייב זאל ארבעטן פאר מיר בעת מיר זענען נהנה פון אלע רעגירונג פראגראמען? פארוואס זאל איך מקבל זיין אויף מיר צו גלייבן אין א סיסטעם וואס זאגט אז כ'דארף צוריקהאלטן מיינע קינדער פון באקומען א נארמאלן עדיוקעישאן? פארוואס זאל איך נעמען אויף מיר צו גלייבן אין א סיסטעם וואס זאגט אז נאר אויב איך טו כל מיני אמונות טפילות קען איך אריינפאסן אין דער סביבה?
מר. מארילעס קען גרינג נעמען אויף זיך די קבלה צו גלייבן ווייל ער דארף נישט גלייבן אין א חרדיש לעבן; ער דארף נאר גלייבן אין אידישקייט. און ס'איז גרינגער צו נעמען אויף זיך צו גלייבן אין אידישקייט אן די אלע באגרעניצונגען וואס חרדיזם צווינגט ארויף, בפרט ווען דאס אידישקייט מאכט דעם לעבן שענער אין בעסער.
אבער נעמען אויף זיך א חרדיש לעבן איז געווענליך נישט בארעכטיגט ווען עס קומט פון אן אמונה פשוטה. אזא לעבן מוז זיין אינגאנצן ראציאנאליזירט – א זאך וואס איז נישט שייך, אויב מ'איז אויפריכטיג. און ממילא איז פאר פיל מענטשן נישט שייך ווייטער אנצוהאלטן דעם לעבנסשטייגער פון ביז יעצט.
והיה כי ישאל השואל, גוט, כ'פארשטיי אז פילון און דזשודי האבן מער נישט געקענט בארעכטיגן א חרדיש לעבן, אבער פארוואס האבן זיי געדארפט אינגאנצן ארויסווארפן דעם קינד מיט'ן וואסער? זאלן זיי יעצט מקבל זיין אויף זיך צו זיין מאדערן ארטאדאקסיש, און האבן א מאדערן לעבן באגלייט מיט דער שיינקייט פון אידישקייט. די טענה איז א גוטע, און ערקלערט פארוואס געוויסע זענען טאקע בוחר צו ווערן מאדערנע ארטאדאקסן נאכ'ן רעאליזירן אז מ'קען נישט ראציאנאל באשטעטיגן אידישקייט, און ממילא קען מען נישט בארעכטיגן די חרדישע באגרעניצונגען. אבער פאר געוויסע איז דאס אריבערגיין צו מאדערנע ארטאדאקסיע כמעט ווי עמיגרירן צו אן אנדערער רעליגיע. פאר זיי איז עס ווי איינער זאל טענה'ן: פארוואס האסטו געדארפט ווערן אינגאנצן סעקולער? אויב דו האסט איינגעזען אז אידישקייט קען מען נישט אויפווייזן, האסטו כאטש געקענט ווערן א קריסט!
ווי געזאגט דארף א קבלה בלב פאר אמונה פשוטה זיך לוינען. אויב אריבערגיין צו מאדערן ארטאדאקסיע וועט פאר מיין ברייטער משפחה מיינען פונקט ווי כ'בין אינגאנצן אראפ פון דרך, קען מען דאך שוין אינגאנצן אראפ פון דרך. אויב וועט עס מיינען אז די מאדערנע ארטאדאקסישע אידן וועלן אויף מיר אראפקוקן, און וועלן מיר נישט מקבל זיין ווי אחד מן החבורה – צו וואס פעלן אויס די שוועריגקייטן? אויב וועט עס מיינען אז צוליב נישט פארמאגן אן עדיוקעישאן וועל איך נישט קענען האבן א גוט-באצאלטן דזשאב, און כ'וועל נישט קענען אויסהאלטן די אומגעהויערע שכר-לימוד הוצאות פון מאדערן-ארטאדאקסישע שולעס – פארוואס זאל איך מיר מוסר נפש זיין אויף דעם?
ווען עס נאגן פראגעס אין הארצן פאר א חרדישן איד איז דער וועג צו גענצליך אפלאזן אידישקייט ליידער פיל מער מובן מאליו ווי ווען די זעלבע פראגעס נאגן ביים הארץ פון א מאדערנעם איד.
היוצא מזה:
1. עס איז איראניש, אבער חרדישקייט קען צומאל גרינגער גענצליך אוועקטרייבן א איד פון יהדות ווי מאדערנער ארטאדאקסיע. הויפטזעכליך ווען מ'רעדט פון העכערע קוואליטעט מענטשן.
2. כדי צו האלטן ביי אונז אזעלכע אידן ווי פילון, דארפן חרדים זען אז ס'זאל עקזיסטירן א בענעפיט פאר איינעם פון אונז ביים ווערן מאדערן ארטאדאקסיש, און נישט אז אויב ער טוישט אהין זאל זיך אים שוין פונקט אזוי לוינען צו ווערן אינגאנצן פריי. אויב וועלן עלטערן אפהאקן מיט קינדער וועלכע ווערן מאדערן ארטאדאקסיש, וועלן זיי נישט האבן קיין בענעפיט אין בוחר זיין באמונה פשוטה צו זיין פרומע אידן, און מ'וועט זיי אינגאנצן פארלירן.
3. אזעלכע ווי הערי מארילעס דארפן ארבעטן ביי זיך אין די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילות אז מאדערן ארטאדאקסיע זאל זיין א באקוועמע אפציע פאר חרדים וועלכע זענען מקבל אויף זיך אמונה פשוטה. מ'דארף זיי מקרב זיין, און העלפן מיט פריינט, א קהילה, און שולעס.

- איך בין זיכער אז איך האב שוין געהאט טייל פון די זעלבע קושיות וואס דאס פארפאלק האט געהאט. און פונקט ווי זיי, האב איך לאו דווקא געטראפן צופרידנשטעלנדע ענטפערס פאר די פראגעס. זיי זענען אוודאי נישט דאס איינציגסטע פארפאלק וואס האט געהאט אזעלכע סארט פראגעס. אבער רוב זענען נאך מאמינים. פילון און דזשודי זענען מער נישט. ווי כ'האב לעצטנס געזאגט, אמונה איז אין תוך עפעס וואס קען נישט ווערן איבערגעוויזן. אויב מ'וואלט עס געקענט איבערווייזן, וואלט מען נישט געדארפט אמונה... איך גיי נישט אריינגיין אין די דעטאלן פארוואס איך גלייב אז אידישקייט איז דער אמת. Been there, and done that. איך וועל נאר ווידערהאלן וואס איז אפן און קלאר: איך גלייב אין גאט און אין דעם אמת פון אידישקייט.