Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר גרינדעט נייע ארגאניזאציע: "רחקתנו"

קאווע שטיבל • כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר גרינדעט נייע ארגאניזאציע: "רחקתנו"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13431
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:36 am#438138
כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר גרינדעט נייע ארגאניזאציע: "רחקתנו"
מיט גרויס פרייד האבן שלומי אמוני ישראל אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז דער שר צבא ה' כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט געגרינדעט א נייע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "רִחַקְתָּנוּ", איינצופלאנצן אויטענטישע אידישקייט אין די הערצער פון ערליכע אידן.

די איניציאטיוו צו גרינדן די ארגאניזאציע איז געקומען נאכדעם וואס מאנכע א.ג. חסידישע אידן האבן זיך פארמאסטן צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "קרבתנו", וואס האט אויפגעטוישט אריגינעלע אידישקייט פאר דער היינטיגער מאדערנער שקר'דיגער אידישקייט פון "קירוב", וואס איז פארנומען זאגן ווי שיין אידישקייט קען זיין, און ווי הערליך ס'קען באלייכטן דעם לעבן. יעדער ערליכער איד פארשטייט אז דאס איז דער שטייגער פון די רעפארמער, און די אלע וואס גייען אהין ווערן אנגעפילט מיט די אלע מאדערנע באגריפן וואס זענען אין פולן קאנטראסט צו דער אויטענטישער אידישקייט וואס מיר האבן געלערנט, און אויף וועלכער מיר זענען זיך מוסר נפש ווייטער איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער בלי שום שינוי כלל.

די נייע ארגאניזאציע "רחקתנו" איז זה לעומת זה עשה אלוקים – א הייליגער מוסד וואס וועט מקיים זיין דעם ויגזל את החנית מיד המצרי, נוצן זייערע טאקטיקן אבער דווקא צו איבערגעבן ערליכע אידישקייט.

אנשטאט די משכילישע "קירוב" באגריפן וואס "קרבתנו" נוצט, וועט די הייליגע "רחקתנו" ארגאניזאציע נוצן דעם וועג וויאזוי מ'האט אונז געלערנט מרחק צו זיין יעדן וואס גייט נישט אין שפאן. ווארפן, סטראשן, מחרים זיין, און איבערגעבן די אמת'ע אידישקייט אז מיר זענען נישט געקומען אויף דער וועלט צו לעקן האניג, נאר צו טון די מצוות השם לויט וויאזוי אונזער פארטיי טייטשט זיי אויס, צי זיי געפעלן אונז יא אדער נישט. אין "רחקתנו" וועט מען נישט לערנען די אלע מאדערנע ספרים וואס האבן מהפך געווען הקערה על פיה, און פארקויפן אונז אן א.ג. "אידישקייט" וואס מאכט צופרידן און "העפפי", אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. נאר מ'וועט לערנען ראשית חכמה עברי-טייטש, און זיך אנהייצן מיט די רייכע אויטענטישע שילדערונגען פונעם פלאקערדיגן גיהנום, צו וועלכן מיר קענען זוכה זיין בעולם הבא ובעולם הזה.

אין "רחקתנו" געפינט מען נישט די נארישע היינטצייטיגע באגריפן פון "חיזוק" און "אינספירעישאן" (עפ"ל), נאר מ'גיט איבער אמת'ע יראת שמים און יראת המוסדות, די פשוט'ע יסודות פון דער תורה הק'. די תורה הק' דארף נישט זיין "געשמאק" און "זיס", זי איז נישט קיין דעמאקראטיע אדער קיין מאדערנע באגריף. די תורה איז אש שחורה ע"ג אש לבונה – א פלאם-פייערדיגע ציוי ה' וואס ברענט און גליט, און ווער עס געפינט נישט דאס פלאץ דערין ר"ל זאל ענדערש אפלאזן אידישקייט ווי איידער גיין צו די פארדרייטע "קרבתנו" פאלשקייטן.

ביי א מסיבת לחיים צו דער גרינדונג פון "רחקתנו" האט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א געזאגט:

    ביי זיי, ביי די קרבתנו'ניקעס, ביי זיי – זאגט מען, זאגט מען, מ'האט שוין – אזויפיל אידן מקרב געווען, מקרב געווען, ס'איז דאך 'קירוב' – ווי מ'זאגט אין 'טווענטי ניינטין'! מ'האט שוין טויזנט אידן מקרב געווען! צען טויזנט!

    רחמנא ליצלן!

    מ'האט שוין פאר צען טויזנט אידן אריינגעגעבן א 'טעם' אין אידישקייט! א 'טעם'!

    א טעם, זאגן זיי!

    ווער דארף א 'טעם' אין אידישקייט? אז דו וועסט לערנען א תוספות וועסטו האבן א רבינו 'תם'!

    אידישקייט דארף א טעם, א 'טעיסט'? 'טעיסטערס טשויס' אדער 'נעסקאַפעי'?!

    ביי אונז וועט מען זאגן פונקט פארקערט, מ'געט אריין א 'רבינו תם' אין אידישקייט! און אז דו פארשטייסט נישט דעם רבינו תם, וועט זיין כופין אותו עד שיאמר אז ער פארשטייט יא.

    נישט מ'זאגט מ'האט מקרב געווען ח"ו – מ'האט געמאכט 'רחקתנו'! מ'האט שוין טויזנט אידן מרחק געווען! צוויי טויזנט אידן מרחק געווען! צען טויזנט בעזרת השם, אויפ'ן דרך וואס מיר האבן מקבל געווען און פירן זיך ווייטער.

    לחיים! לחיים!

דער ציבור איז זיך צעגאנגען פון דער מסיבת לחיים מיט א געהויבענעם געמוט, שפירנדיג אז לא אלמן ישראל – און מ'וועט בע"ה ווייטער אנהאלטן אויטענטישער אידישקייט ביז יעדער לעצטער איד איז שוין אינגאנצן נתרחק.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:21 am#438140
א שטורעם אין א גלעזל מים אחרונים וואסער, יעדער פראקטיצירט די אידישקייט אין וואס ער פילט א געשמאק. איינער האט א טעיסט אין מאכן אידישקייט געשמאק, און א צווייטער פילט א טעיסט אין שרייען פוי.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 1:08 pm#438151
לאך לאך, רחקתנו האט שוין רעזערווירט ר' מלאך זאל קומען אונטערהאלטן, דער פתיחה פין דער דרשה איז מרחוק ד' נראה לי. טוב אח רחוק משכן קרוב.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 3:14 pm#438159
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א שטורעם אין א גלעזל מים אחרונים וואסער, יעדער פראקטיצירט די אידישקייט אין וואס ער פילט א געשמאק. איינער האט א טעיסט אין מאכן אידישקייט געשמאק, און א צווייטער פילט א טעיסט אין שרייען פוי.

בולשיט. אז איינער ַַַַַַשפיר א טעם אין עסן זאמד דארף א דאקטער. רמב"ם שמנה פרקים.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 4:32 pm#438165
עס מאכט זיך אפט אז א שרייבער לייגט אריין מליצות און ווערטליך, וואס זעט אויס כלאחר יד, אבער עס קומט פון זיין כשרון אין שרייבען. ווען דער ליינער מערקט עס, גיבט עס א געשמאק פאר'ן שרייבער. די דאזיגע אשכול איז א דוגמא דערצו, ווי כלאחר יד האט ראובן אריין געשטופט פארשידענע ווערטליך און שטעכערייען, גוט ארויס צו ברענגן די אבסורד פון די צעטיל קעגן קרבתנו פון מוסדות דרביה"ק.

למשל:
ראובן האט געשריבן:די נייע ארגאניזאציע "רחקתנו" איז זה לעומת זה עשה אלוקים – א הייליגער מוסד וואס וועט מקיים זיין דעם ויגזל את החנית מיד המצרי, נוצן זייערע טאקטיקן אבער דווקא צו איבערגעבן ערליכע אידישקייט.

ווען די גאנצע טענה אויף קרבתנו איז די טאקטיק, ט'ווי שטימט עס צו נוצען זייער טאקטיק? די תירוץ איז............

ראובן האט געשריבן: און איבערגעבן די אמת'ע אידישקייט אז מיר זענען נישט געקומען אויף דער וועלט צו לעקן האניג, נאר צו טון די מצוות השם לויט וויאזוי אונזער פארטיי טייטשט זיי אויס, צי זיי געפעלן אונז יא אדער נישט. ....... נאר מ'וועט לערנען ראשית חכמה עברי-טייטש, און זיך אנהייצן מיט די רייכע אויטענטישע שילדערונגען פונעם פלאקערדיגן גיהנום, צו וועלכן מיר קענען זוכה זיין בעולם הבא ובעולם הזה.

דאס זיך פארלייגען אויף ראשית חכמה איז דאך א ליצנות אדיר. ער האט טאקע געלערנט ראשית חכמה? אדער האט ער געהערט פון משכילים אז דארט שילדערט מען גיהנם, ממילא איז זיין וועג אויסגעהאלטען?

ראובן האט געשריבן:אין "רחקתנו" געפינט מען נישט די נארישע היינטצייטיגע באגריפן פון "חיזוק" און "אינספירעישאן" (עפ"ל), נאר מ'גיט איבער אמת'ע יראת שמים און יראת המוסדות, די פשוט'ע יסודות פון דער תורה הק'. די תורה הק' דארף נישט זיין "געשמאק" און "זיס", זי איז נישט קיין דעמאקראטיע אדער קיין מאדערנע באגריף. די תורה איז אש שחורה ע"ג אש לבונה – א פלאם-פייערדיגע ציוי ה' וואס ברענט און גליט, און ווער עס געפינט נישט דאס פלאץ דערין ר"ל זאל ענדערש אפלאזן אידישקייט ווי איידער גיין צו די פארדרייטע "קרבתנו" פאלשקייטן.


פלוצלונג איז מען געשפרינגען פון פארטיי צוריק אויף תורה.....

ראובן האט געשריבן:ביי אונז וועט מען זאגן פונקט פארקערט, מ'געט אריין א 'רבינו תם' אין אידישקייט! און אז דו פארשטייסט נישט דעם רבינו תם, וועט זיין כופין אותו עד שיאמר אז ער פארשטייט יא.

הייסט'ס ער וועט הייסען רבינו תם וואס איז אידישקייט.

ראובן האט געשריבן:דער ציבור איז זיך צעגאנגען פון דער מסיבת לחיים מיט א געהויבענעם געמוט, שפירנדיג אז לא אלמן ישראל – און מ'וועט בע"ה ווייטער אנהאלטן אויטענטישער אידישקייט ביז יעדער לעצטער איד איז שוין אינגאנצן נתרחק.

וואס איז דער ענין פון די געהויבענע מוט? דאס איז דאך די מהלך פון די קרבתנו'ניקס וואס זוכען צו מאכען געשמאק. איך האף אז מ'האט געמאכט לחיים אויף המשקה וכדו', אז עס זאל קיין גוטע טעם נישט האבען. כי כך לימדונו רבותינו מאז ומקדם.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 4:51 pm#438166
דער טעם פין רבינו תם גאטשעס, ווער האט א השגה.
דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:21 pm#438339
נולד מאוחר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א שטורעם אין א גלעזל מים אחרונים וואסער, יעדער פראקטיצירט די אידישקייט אין וואס ער פילט א געשמאק. איינער האט א טעיסט אין מאכן אידישקייט געשמאק, און א צווייטער פילט א טעיסט אין שרייען פוי.

בולשיט. אז איינער שפיר א טעם אין עסן זאמד דארף א דאקטער. רמב"ם שמנה פרקים.

ס'איז א נארמאלע זאך אז א מענטש זאל האבן אזא דראנג אין זיך צו זיין נעגעטיוו, ס'גיבט א מענטש סיפוק און א געפיל אז ער איז אין קאנטראל און לאזט זיך נישט גלאט אזוי מיטפארן מיט'ן שטראם. אידישקייט איז פיל מיט מצוות צו באפרידיגן דעם צורך, קרבנות, קדש עצמך במותר לך, פאסטן, ועוד ועוד. פארשטייט זיך אז א קלוגע מענטש פארשטייט אז קיינער דארף נישט ליידן וועגן זיינע, געפילן און ער וועט אויסגעבן די נעגעטיוויטי אויף זיך צו שלאגן מיט זיינע אייגענע שוואכקייטן, און טאקע אויך מיט די שוואכקייט פון דארפן זיין נעגעטיוו, אבער נישט יעדער האלט דארט. אפשר אביסל מוסר וועט העלפן, פאר דעם דארף מען נישט קיין דאקטער.
מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 9:08 pm#438550
הער איך אז המחנך הרב אלעזר יונה זילבערמאן האט געקענסעלט פונעם שבת די לעצטע מינוט, אין רעזולטאט פון די קול קורא.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:13 am#438576
Re: כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר גרינדעט נייע ארגאניזאציע: "רחקתנו"
איז הרב שמואל ניימאן און הרב אלימלך שארף געווען ביים שבת ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 12:03 pm#438587
היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז המחנך הרב אלעזר יונה זילבערמאן האט געקענסעלט פונעם שבת די לעצטע מינוט, אין רעזולטאט פון די קול קורא.

ווער איז הרב אלעזר יונה זילבערמאן? א סקווערער?
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:00 pm#438594
חיים יואל האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז המחנך הרב אלעזר יונה זילבערמאן האט געקענסעלט פונעם שבת די לעצטע מינוט, אין רעזולטאט פון די קול קורא.

ווער איז הרב אלעזר יונה זילבערמאן? א סקווערער?

יא
דינסטאג מאי 12, 2020 9:03 pm#448497
Re: כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר גרינדעט נייע ארגאניזאציע: "רחקתנו"
א זון פון ר' אברהם משה זילבערמאן?
מיטוואך מאי 13, 2020 8:40 am#448520
יא