Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה

קאווע שטיבל • הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13444
מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 6:57 pm#438401
הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
איינע פון די גרעסטע היראו'ס אין די היינטיגע דור איז הרה"ח ר' הערשל וועבער דער גרינדער פון הצלה. עס איז נישט דא נאך אזא הצלחה'דיגע ארגעניזעישאן אין די גאנצע אידישע וועלט, וואס איז אויסגעשפרייט איבעראל ווי ס'איז דא א איד אין די וועלט. און האט שוין געראטעוועט אומצאליגע לעבענס.

לעצטע יאר איז ר' הערשל שטארק נישט געזונט געווארן אבער ער איז ב"ה צוריגעקומען צו די כוחות. לעצטע וואך מוצאי שבת איז געווען א שיינע מסיבת הודאה לכבוד ר' הערשל ווי מ'האט סעלעברירט א לעבן מיט אומגעהויערע אויפטוהונגען פאר כלל ישראל.

מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 6:58 pm#438402
ר' הערשל דערציילט די השתלשלות פון גרינדען הצלה

מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:26 pm#458186
איינער ווייסט אפשר וואס איז פארגעגאנגען אין די מ' יארן ווען ר' הערשל איז אוועקגעגאנגען פון הצלה און געעפענט א קאמפעטישאן "ערשטע הילף"?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:56 pm#458198
עפעס געדענק איך אז איין פרייטאג צו נאכטס האט מען פארברענט זיין ערשטע הילף אמבולאנץ
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:00 pm#458199
לפי זכרוני, האט מען געשמועסט אז דאס איז געקומען פון וויזשניץ/מאנסי. וועלכע זענען געווען בעיקר אקעגן הצלה. לפי הוראת רבם ומאורם זצ"ל...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 1:23 am#458203
יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
די רעיון הצלה איז געוועהן זיינס און אויך געטוהן למעשה
די טעלעפוין נומער 718-387-1750 איז געוועהן זיין היים נומער און ווי עס האט זיך דערקייקלט!
איעדע מינוט אין לעבען בכדור הארץ איז דא אקטיווע הצלה קאלס וואס אין יעדע איינע גייט זכת פאר הערשל!
אשריך ר' הערשל וטוב לך!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:20 pm#458245
שלמה המלך האט געשריבן:יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!

פארוואס זאל ער דיר אריין לאזן? וואו קומסטו ארין אין די בילד?
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:26 pm#458246
Re: הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
אלס פיינער איד, אפשר?
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:02 am#458255
עמינדב האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!

פארוואס זאל ער דיר אריין לאזן? וואו קומסטו ארין אין די בילד?

איך וואונטש מיר!
אויב די קאנסט אביסל שפראך...
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 4:06 pm#458408
שלמה המלך האט געשריבן:איך וואונטש מיר!
אויב די קאנסט אביסל שפראך...

דערמאנסט מיר טאקע ס'דא אזעלכע גמרות "יהא חלקי".
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:42 am#458444
והעיקר איז דעם והחי יתן אל לבו!

יא, יעדער קען א קאזינס שוואגערס נעפיו וואס מען האט נישט אנגענומען אין הצלה מחמח פאליטיק, און די אומפארשטענדליכע/אומפארשעמטע שטערונגען מצד הצלה כלפי עזרת נשים קען מען אויך דן זיין ביז די קיען קומען אהיים.

אבער אין די צייט וואס דו טוהסט דאס טוהט הצלה ראטעווען לעבנס פשוטו כמשמעו. אלזא נעמט ארויס דעם דינעם קארטעלע און שטיץ נאך היינט דיין לאקאלע הצלה, אט אזוי וועסטו האבען די זכיה צו זיין א ריכטיגע שותף מיט הצדיק ר' הערשל שליט''א.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:59 am#458447
Re: הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
ווי ווייט איך ווייס ווערט מען נישט קיין שותף מיט ר' הערשל ווען מ'שטיצט די היינטיגע חברת הצלה.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:32 am#458448
ווי ווייט איך ווייס דארף מען נישט נעמען קיין שכל טעסט פארען זיך איינשרייבן אין קש און יעדער מ''ד קען שרייבען וואסערע שטותים ודברים מופרכים מן השכל וואס עם שמעקט.