פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 10:34 am#438506
האט דער בארדיטשובער געהאט ADHD?
עס פארט ארום א קליפ פון הרב חיים הערש לעבאוויטש, דער מנהל רוחני פון ת"ת "אמרי שפר" אין מאנסי, וואו ער איז מסביר אז אויב די אמאליגע צדיקים וואלטן געלעבט היינטיגע צייטן וואלט מען זיי דיאגנאזירט מיט א ריי פסיכאלאגישע אומארדענונגען. און זיין נקודה איז אז מיר זאלן זיך צוריקהאלטן פון דיאגנאזירן קינדער היינטיגע צייטן.
ער זאגט אז רבי נחמן מברסלב וואלט מען אוודאי דיאגנאזירט מיט א "מוד דיסארדער", ער האט געהאט עליות און ירידות, קטנות המוחין און גדלות המוחין.
דעם בריסקער רב וואלט מער אוודאי צוגעטיילט "או-סי-די" מיט זיין זהירות במצוות.
דער נתיבות וואלט דיאגנאזירט געווארן מיט "עי-די-די", ווייל ער פלעגט קלאצן, אריינגעטון אין זיינע מחשבות.
אויב וואלט די מאמע פונעם בארדיטשובער דערציילט פאר א דאקטאר וויאזוי איר זון דאוונט, ווי ער שפרינגט פון איין פלאץ צום אנדערן, און ווי ער איז אויף די ערשטע נאכט סוכות ביז ער ברעכט אריין אין דעם "טשיינע קלאזעט" צו כאפן דעם אתרוג – וואלט דער דאקטאר זיכער פארשריבן "עי-די-עיטש-די".
צוערשט דארף מען וויסן אז הרב לעבאוויטש'ס דיאגנאזן אויף די אמאליגע גדולי ישראל זענען גאר קינדעריש און פרימיטיוו. ער טענה'ט אז לויט די היינטיגע פסיכאלאגישע פארשריפטן וואלט דער בארדיטשובער דיאגנאזירט געווארן מיט "עי-די-עיטש-די". איז עס דען אזוי? קודם כל איז דא א כלל גדול אין פסיכאלאגיע אז מ'קען נישט דיאגנאזירן א מענטש וואס מ'זעט נישט פאר די אויגן – און די סיבה איז פשוט: א דיאגנאזע נעמט אריין אזויפיל פרטים, אז ס'איז פשוט אוממעגליך צו רעדן מיט א זיכערקייט אויב מ'זעט נישט דעם מענטש, און מ'מאכט א געהעריגע אפשאצונג.
אבער אפילו אויב זאלן מיר קענען דיאגנאזירן דעם בארדיטשובער – קען מען זאגן אז דער בארדיטשובער האט פארמאגט "עי-די-עיטש-די"? הרב לעבאוויטש כאפט אן צוויי הנהגות פונעם בארדיטשובער, פארגלייכט דאס צו "עי-די-עיטש-די" קינדער וואס ער קען, פון דעם מאכט ער שפרינגען-שפרינגען לגזירה שוה, און וואוילא! ער האט דיאגנאזירט דעם בארדיטשובער. צו דיאגנאזירן א מענטש מיט "עי-די-עיטש-די" דארפן זיין פיל מער סימפטאמען. האט דער בארדיטשובער נישט געקענט זיצן רואיג אויף איין פלאץ שלא בשעת התפילה? האט ער נישט געקענט זיין שטיל? האט ער גערעדט, און מ'האט נישט געקענט אפשטעלן זיין פלוס פון ווערטער? האט ער נישט געקענט פאקוסירן? האט ער נישט געקענט בלייבן שטיין אויף איין ענין ווען מ'האט גערעדט מיט אים? איז ער געווארן גרינג געשטערט, דיסטרעקטעד, ווען ער האט פרובירט זיך צו קאנצענטרירן?
מיר ווייסן נישט דעם ענטפער אויף די אלע פראגעס, און אוודאי קענען מיר נישט דיאגנאזירן דעם בארדיטשובער. אפילו אויב זאלן מיר געפונען אז דער בארדישטובער האט פארמאגט די סימפטאמען אז מ'זאל אים קענען דיאגנאזירן מיט "עי-די-עיטש-די", איז נאך אלץ דא די הויפט פראגע: האט דאס אים געשטערט אין לעבן? א הויפט תנאי אין דיאגנאזירן און באהאנדלען א פסיכאלאגישער אומארדענונג איז אז עס שטערט דעם מענטשנ'ס לעבן. אויב דאס לעבן פון א מענטש איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז זיין "עי-די-עיטש-די" שטערט אים נישט, אדער – ווי עס קען צומאל זיין – איז זאגאר א בענעפיט, וועט קיין שום פסיכאלאג נישט זאגן אז מ'דארף אזא מענטש באהאנדלען.
איז אפילו אויב זאלן מיר זאגן אז דער בארדיטשובער האט טאקע פארמאגט "עי-די-עיטש-די", האט דער בארדיטשובער געהאט גאט צו דאנקען אז ער האט זיך געפונען אין אן אייגנארטיגער פאזיציע אז דאס האט אים נישט געשטערט אין לעבן. פארקערט, ער האט דאס געקענט אינקארפארירן אין זיין עבודת ה', לפי המצב בימים ההם און לויט זיין פערזענליכער כאראקטער און כשרונות. אבער דאס מיינט נישט אז רובא דרובא קינדער וואס ווערן נעבעך געשלאגן מיט "עי-די-עיטש-די" דארף מען צוליב דעם אוועקמאכן. פאר רוב מענטשן שטערט דאס זייער לעבן, און מ'דארף זיי העלפן – זיי וועלן נישט אויסוואקסן קיינע בארדיטשובערס אדער גדולי ישראל אויב מ'וועט ציניש אוועקקוקן פון זייערע שוועריגקייטן.
הרב לעבאוויטש מאכט נאך פונדאמענטאלע טעותים אין פארשטיין פסיכאלאגישע שוועריגקייטן. ער דערציילט אז איינער האט געפרעגט דעם בריסקער רב צי ער ליידט אפשר אויף "או-סי-די". האט דער בריסקער רב געענטפערט, "אז דו האסט פופציג טויזנט דאלאר אין טאש, וויפיל מאל מאכסטו זיכער אז דאס געלט ליגט נאך דארט? אלזא, דו האסט 'או-סי-די' אויף פופציג טויזנט דאלאר, און איך האב 'או-סי-די' אויף קריאת שמע!"
ווי געזאגט פריער, איז אוממעגליך צו דיאגנאזירן דעם בריסקער רב אן אים פערזענליך באהאנדלען. אבער אויב זענען דעם בריסקער רב'ס דקדוקים אויף קריאת שמע געווען אויפ'ן שטאפל פון "או-סי-די", וואספארא פארגלייך איז דאס צו פופציג טויזנט דאלאר? ווי געזאגט איז דער הויפט יסוד אין דיאגנאזירן און אין באהאנדלען א מענטש אז די אומארדענונג שטערט אים אין לעבן. לייענען קריאת שמע דריי מאל א טאג, און האבן "או-סי-די" דערוועגן, קען שטערן א מענטשנ'ס לעבן. זיין נערוועז וועגן פופציג טויזנט דאלאר אין טאש איין מאל אין צוואנציג יאר האט גאר א קליינעם עפעקט אויף א מענטשנ'ס וואוילזיין אין לעבן. איה"נ, אויב איז פאראן א מענטש וואס פארמאגט פופציג טויזנט דאלאר אין טאש דריי מאל א טאג, און איז אבסעסירט דערמיט אויף א שטאפל פון "או-סי-די", זאל ער גיין נעמען באהאנדלונג.
ישיבה "אמרי שפר" האט גאר א גוטן נאמען ביי די וואס האבן א געפיל פאר חינוך, און ווילן אז אונזערע קינדער זאלן נתחנך ווערן, און נישט זיין נאר א שרייפל אין א גרויסן מאשין וואס איז געבויט געווארן לעשות נחת רוח לרבינו. אלס דער מנהל פון אזא חשוב'ן חדר, בין איך זיכער אז הרב לעבאוויטש האט אן אמת'ן געפיל פאר קינדער, און טאקע דערפאר איז אנטוישנד צו הערן אזעלכע לייכטזיניגע רייד; א גיפטיגן מעסעדזש וואס קען עפעקטירן און שעדיגן דעם וואוילזיין פון קינדער איבעראל.