Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?

וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13456
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:48 pm#438523
וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?
עס טוהט זיך יעצט מיט די אנקלאגע קעגן בי ענד עיטזש אז זיי האבן נישט געצאלט טעקסעס אויף אייטעם'ס מיט ריבעיטס. איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט. איך אליין האלט אז ס'איז חוצפה אז די געזעץ זאגט בכלל אז מ'מיז צאלן טעקסעס אויף געלט וואס די קאסטומער ספענט נישט . אבער שוין

מיין שאלה דא איז איך זעה די עולם נעמט די גאנצע מעשה אזוי פערזענדליך און יעדער איז אויפגעברויזט אויףף די קלאגעס. ס'דא וואס שרייען אפילו אז ס'איז אנטיסעמיטיסם.....

פארוואס איז די עולם אזוי צוקאכט לטובת מר. ביליאנער הערשל שרייבער ? פארוואס נעמט עס יעדער אזוי פערזענדליך ?? שטיצט ער אזויפיהל ארימעלייט ? העלפט ער אזויפיהל ישיבות ?? כ'פרעג נישט ווייל כ'ווייס אז נישט , נאר ווייל איך ווייס נישט

כ'ווייס אז ער העלפט די מערכה קעגן אינטערנעט מיט זיינע מיליאנען , אבער פארוואס זיצט יעדער אויף די אינטערנעט און אויף וואטסעפפ און מ'נעמט זיך אהן פאר אים ?
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 4:18 pm#438534
ווייל ער איז א איד.
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 4:38 pm#438535
ווייל יעדער האט א חבר/קרוב/שכן וואס האט באקומען א זשאב ביי אים.
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 5:04 pm#438537
שרייבער איז א געשליפענער סוחר, און ער גיבט פרנסה פאר אידן, מער ווייניגער ווייל ס'קומט איהם אויס בעסער אויס פאר ביזנעס.

אין די פאל זענען אבער דא אזעלכע וואס שרייען אז מ'האט זיי אויסגעקליבן אלס אנטי סעמיטיזם. איך ווייס נישט אויב דעס איז טאקע געווען די סיבה, אבער ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז. און אויב איז דאס די סיבה דאן דארף מען זיך ארויסשטעלן פאר זיין יושר.
מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 9:56 pm#438553
קורקלענד: ווען מ'וועט זעהן אז זיי וועללן פארהאלטן עמעזאן און די אנדערע גרויסע קאמפעניס אנגעפיהרט דורך גוי'אישע עקזעקיוטיווס פאר די זעלבע חטאים, עמיר וויסן אז זיי האנדלען יושר'דיג. כי כספו הוא. זיי מיינען נאר געלט. אבער אויב זיי האלטן פאר א אידיש אנגעפיהרטע פירמע פאר אזעלכע פינאנציעלע מיסברויכן. און זיי לאזן די גרויסע פיש פריי, איז א סימן אז אנטיסעמיטיזם האט זיי מאטיווירט...!
מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 10:25 pm#438555
שמעון וואלף האט געשריבן:ווייל יעדער האט א חבר/קרוב/שכן וואס האט באקומען א זשאב ביי אים.

דאס איז עס. הונדערטער אידן זיצן ביי אים אויף הויכע וועידזשעס, גויים וואלט אים זיכער געקאסט ביליגער.
מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 10:58 pm#438556
You can see straight away in the announcement from AG James that it is simple antisemitism! She wrote that no one is above the law, even not B&H, what does it mean?
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:28 am#438564
Re: וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?
ערגעצוואו האב איך געליינט אז דאס האט צוטוהן ווייל ער איז פטור געווארן פון די יוניאן און זי איז א גרויסע שטיצער געווען פאר די יוניאן, זי האט באקומען אסאך שטיצע פון יוניאן.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:43 am#438567
המלוכה והממשלה האט געשריבן:עס טוהט זיך יעצט מיט די אנקלאגע קעגן בי ענד עיטזש אז זיי האבן נישט געצאלט טעקסעס אויף אייטעם'ס מיט ריבעיטס. איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט. איך אליין האלט אז ס'איז חוצפה אז די געזעץ זאגט בכלל אז מ'מיז צאלן טעקסעס אויף געלט וואס די קאסטומער ספענט נישט . אבער שוין

מיין שאלה דא איז איך זעה די עולם נעמט די גאנצע מעשה אזוי פערזענדליך און יעדער איז אויפגעברויזט אויףף די קלאגעס. ס'דא וואס שרייען אפילו אז ס'איז אנטיסעמיטיסם.....

פארוואס איז די עולם אזוי צוקאכט לטובת מר. ביליאנער הערשל שרייבער ? פארוואס נעמט עס יעדער אזוי פערזענדליך ?? שטיצט ער אזויפיהל ארימעלייט ? העלפט ער אזויפיהל ישיבות ?? כ'פרעג נישט ווייל כ'ווייס אז נישט , נאר ווייל איך ווייס נישט

כ'ווייס אז ער העלפט די מערכה קעגן אינטערנעט מיט זיינע מיליאנען , אבער פארוואס זיצט יעדער אויף די אינטערנעט און אויף וואטסעפפ און מ'נעמט זיך אהן פאר אים ?

דו חלישט פאר נייגער :roll:

אונטערעסאנט ווי דו וואקסט ארויס ביי כמעט יעדע נעגאטיווע נייעס אויף חרדישע אידן.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:15 am#438579
יא, ביודעי ומכירי, ער גיט ריזיגע סכומים צדקה פאר טויזענטער אידן!
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:16 am#438580
אישתישבי האט געשריבן:ווייל ער איז א איד.

שיעור נישט געשריבן ווייל ער איז א דרשו איד....
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 12:48 pm#438593
Re: וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?
Lexus האט געשריבן:You can see straight away in the announcement from AG James that it is simple antisemitism! She wrote that no one is above the law, even not B&H, what does it mean?
דאס מיינט נישט גארנישט. דאס איז וויאזוי זיי זאגן אייביג ביי די זאכן. ווען עס זאל ווען זיין וואלמארט וואלט זי געזאגט "no one is above the law including Walmart".

איך זאג נישט אז די מאטיוואציע איז נישט אנטיסעמיטיזם. נאר אזויפיל אז די ווערטער מיינט נישט גארנישט ספעציעל.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:34 pm#438596
ס'איז א פאסיגע צייט צו אויפמארקזאם מאכן דעם עולם ווי דעליקאט די סעילס טעקס ענין איז. אז די חברה זעצן זיך אריין מיט אן אודיט (מעשים בכל יום) איז ביטער. די שטראפן זענען קאסטבאר און, איינמאל זיי טרעפן א מום, קומען די חברה כסדר צוריק בודק זיין, ובפרט ווען מ' רעדט פון א גרויסע קאמפעני ווי די געפינסן זענען א חתיכה הראויה להתכבד, און ספעציעל אין א פאל ווי די אויסמאדונג פון טעקסעס איז נישט געווען קיין טעות נאר א סטראטעיגישע ביזנעס געמבעל בזדון דעלעבארירט און באשלאסן נאכאנאנד ביי די העכסטע C level באאמטע. עס שיינט אז דא ארט פאר די אודיטארס אז בי ענד עיטש האט פארשטעקט די איינקונפטן אז אודיטארס זאלן עס נישט באמערקן, און ווען נישט ס'איז געווען א פייפערבלאזער וואלט זיי ווען עס מעגליך נישט געכאפט.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:43 pm#438598
ATUB @יואליש ATUB לויט בי ענד עידזש'ס אימעיל אין רעקאציע צו די אנקלאגע, האבן זיי גארנישט באהאלטן און געוויזן ווי דאס איז א 'אנגענומענע' פראקטיצירונג אין ביזנעס (ס'מיינט נישט אז דאס איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז וואס די 'אינדוסטרי' כולל אלע בערן אין דעם פעלד אמאזאן בעסט ביי וכו' האבן אנגענומען) און דאס איז א 'גוגל' אוועק אויסצוגעפונען, און די גאנצע 'פייפערבלוזער' שטיק איז נאר לערבב השטן אהערצושטעלן ווי כאילו בי ענד עידזש טשידט דא אין גרויסן

דא שמעקט ענדערש ווי א נקומע אקציע מצד די יוניאנס.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:56 pm#438601
יעקב מענטש האט געשריבן:@יואליש לויט בי ענד עידזש'ס אימעיל אין רעקאציע צו די אנקלאגע, האבן זיי גארנישט באהאלטן און געוויזן ווי דאס איז א 'אנגענומענע' פראקטיצירונג אין ביזנעס (ס'מיינט נישט אז דאס איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז וואס די 'אינדוסטרי' כולל אלע בערן אין דעם פעלד אמאזאן בעסט ביי וכו' האבן אנגענומען) און דאס איז א 'גוגל' אוועק אויסצוגעפונען, און די גאנצע 'פייפערבלוזער' שטיק איז נאר לערבב השטן אהערצושטעלן ווי כאילו בי ענד עידזש טשידט דא אין גרויסן

דא שמעקט ענדערש ווי א נקומע אקציע מצד די יוניאנס.

די געזעץ אין די פאל איז קלאר. די אינערליכע דעליבעראציעס און טאקטיקן אונטערגענימען ביי די קאמפעני איז דאקעמענטירט. מיין נקודה איז אז ס'איז א פאסיגע צייט צו אויפמארקזאם מאכן איבער די חומר הענין פון סעילס טעקס, און אפשר איז א גיטע צייט צו אריינווארפן אז די געריכט קימערט זיך ווייניג ווען "יענער טוט די זעלבע זאך".

די מאטיוואציע פון א וויסעלבלאער און אפי' פראקואר איז נישט נוגע צום געזעץ אפי' אויב מער פון בלויז א גרוך און א שמעק. ס'איז נישט קיין לעגאלע דעפענס און ס'איז נישט גורע פון די אנקלאגע אויב געפינען וואר. ס'איז בלויז א טאלקינג פאונט וואס פון א דעפענס פערספעקטיוו איז אירעלאוועמט. כ'בין כמעט ברור אז בי ענד עיטש וועט סעטלן און באצאלן.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 3:03 pm#438603
יעקב מענטש האט געשריבן:@יואליש לויט בי ענד עידזש'ס אימעיל אין רעקאציע צו די אנקלאגע, האבן זיי גארנישט באהאלטן און געוויזן ווי דאס איז א 'אנגענומענע' פראקטיצירונג אין ביזנעס (ס'מיינט נישט אז דאס איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז וואס די 'אינדוסטרי' כולל אלע בערן אין דעם פעלד אמאזאן בעסט ביי וכו' האבן אנגענומען) און דאס איז א 'גוגל' אוועק אויסצוגעפונען, און די גאנצע 'פייפערבלוזער' שטיק איז נאר לערבב השטן אהערצושטעלן ווי כאילו בי ענד עידזש טשידט דא אין גרויסן

דא שמעקט ענדערש ווי א נקומע אקציע מצד די יוניאנס.

@יעקב מענטש, ווי אזוי קען מען געוואר ווערן אויף גאגעל אויב אנדערע ריטעילערס טוהן דאס זעלבע?
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 3:32 pm#438607
Re: וואס האט B&H געטוהן פאר כלל ישראל?
יואליש האט געשריבן:די געזעץ אין די פאל איז קלאר. די אינערליכע דעליבעראציעס און טאקטיקן אונטערגענימען ביי די קאמפעני איז דאקעמענטירט. מיין נקודה איז אז ס'איז א פאסיגע צייט צו אויפמארקזאם מאכן איבער די חומר הענין פון סעילס טעקס, און אפשר איז א גיטע צייט צו אריינווארפן אז די געריכט קימערט זיך ווייניג ווען "יענער טוט די זעלבע זאך".

על ראשון ראשון...

לויט ווי איך פארשטיי איז די געזעץ נישט קלאר אין דעם פאל און טאקע דאס איז די חילוקי דעות פון B&H מיטן AG.

"יענער טוט די זעלבע זאך" איז נישט די זעלבע טענה ווי "דאס איז אן industry wide practice" לויט ווי B&H זאגט. די געריכט קען עס נאכאלס אפווארפן, אבער עס איז פארט נישט די זעלבע טענה.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:47 pm#438610
החוקר האט געשריבן:

די אינערליכע קאמיוניקאציע צייגט אז בי ענד עיטש איז געווען אויף איין דעה מיטן אטורני גענעראל בנוגע די געזעצליכע פארשריפטן.