דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ייש"כ פארו ארויף ברענגן די נושא.
מיין קשיא איז, אייביג ווען ס'קומט צו די סארט מיסטישע זאכן, פארוואס זענען נאר די מקובלים און מיסטיקער פארנומען מיט זאכן ס'טייטש איין מקובל וועט מעיד זיין אויפן צווייטן בעל מקובל אז א מלאך/אחיה השילוני/אליהו הנביא וכדומה האט זיך באוויזן/גערעדט/אויסגעלערנט וכדומה.
פארוואס למשל דערציילט מען עס נישט... אדער אפילו אויף פריערדיגע אדער אפילו אויפן אלשיך וואס האט געלעבט אין די זעלבע תקופה און אפילו געוואוינט אין צפת און איז געווען א תלמיד פונעם ב"י???
לבן הארמי איז געקומען אין בית המדרש הערען דעם דרשה פונעם אלשיך אויף עשרת המונים וואס לבן האט אויסגע'נער'ט יעקב אבינו און אפילו מיטגעשאקעלט מיט קאפ לאות הסכמה צו דער ווערטער כאילו ער איז מודה אין דעם.
אין דברי חנה (קאלאשיץ - פורים) שטייט עפעס א מעשה כאילו אליהו הנביא האט זיך באוויזן אינעם געשטאלט פון 'חרבונה' [זכור לטוב] צום בעלזא רב, רבי שלום אדער רבי יהושע זצ"ל.
די אבות הקדושים זענען געקומען צום רבי ר' אלימלך פון ליזענסק אים צו דאנקן אויף זיין 'תפלה קודם התפלה' וואס ער האט געהאט פארפאסט.
רבי חיים הלברשטאם רב פון שטאט צאנז האט געזאגט אז ער ווייסט פאר א פאקט אז דער רמ"ק האט יא געהאט א בארד, ווייל ער האט געלערנט ספרי רמ"ק ממילא איז געווען בעל השמועה כנגדו האט ער אים געזען.
רבי הערשעלע פון ליסקא האט אמאל געהערט דער ישמח משה לערנען מיט איינעם, ווען ער איז אריין אינעם שטוב האט ער געזען בלויז דער ישמח משה, האט ער געפרעגט אז ער האט געהערט צוויי קולות, האט דער ישמח משה גענפערט "ווייסטו נישט דעם מאמר חז"ל "כל ת"ח שיושב בינו לבין עצמו וקורא ושונה כביכול הקב"ה יושב כנגדו וקורה ושונה עמו", (דברי יואל פ' במדבר).
אויף רבי ישראל אביחצירא 'באבע סאלי' ווערט דערציילט - עכ"פ אין די געדרוקטע מעשה ביכלעך - כאילו עס זאל זיך האבן באוויזן צו אים... זאג נאר א נאמען און יאפס צוגעטראפן דער איז געקומען צום באבא סאלי.
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן האט געזאגט צו שז"ר אז "דער שווער האט מיר
געזאגט ניט צו גיין" בנוגע צו מאכן א ביקור נימוסין ביי שז"ר.
וכהנה וכהנה ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות