Under maintenance
הויפט זייט » די ציוניסטישע אויפנאמעס פאר אדמור"י סאטמאר

די ציוניסטישע אויפנאמעס פאר אדמור"י סאטמאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13462
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:54 am#438662
די ציוניסטישע אויפנאמעס פאר אדמור"י סאטמאר
אין סאטמער האט מען נישט קיין פראבלעים צו נעמען הילף פון די ציוניסטישע פאליציי צו האלטען סדר ווען זיי גייען צו א"י , און זיי שטעלען טאקע צו סעקיאריטי און הילף אין די ווערד פון הונדרעטע טויזענטער דאללערס. סאטמער נעמט זייער הילף בחפץ לב. וואס טראכט א תמימותדיגע סאטמערע יודל ווען ער זעהט דאס? ווי אזוי ארבייט דאס?

נאך א זאך, וואס טראכט א סאטמערע איד ווען ער זעהט ווי די ציוניסטישע פאליציי טוען זייער זשאב בשלימות , אפילו ווען די מענטש וואס קימט איז זייער שונא , און זיי שטעלן זיך צו געהעריג אהן קיין פראבלעמען. וואלט די ווילעזש אין קרית יואל זיך צוגעשטעלט אויב די ציונים וואלטען געקימען אהין? זעען זיי נישט אז די ציונים ווייסן צו לייגן אידיאלאזשי אין א זייט און טוען וואס מ'דארף טוהן ווען מ'דארף עס טוהן ,



מעלדונג פון ירושלים פאליציי איבער פילע גאסן פארשליסונגען און טרעפיק אנווייזונגען אנגעהויבן פון היינט נאכמיטאג און בעפארברייטונג צום מעמד אדיר קבלת פנים רבתי

דוברות המשטרה (ירושלים):

היערכות משטרת ישראל לאירוע חסידות סאטמר בירושלים – הסדרי תנועה

בעקבות האירוע שיתקיים מחר (19.11.19) ברחוב מלכי ישראל בירושלים, נערכת המשטרה באמצעות שוטרים שיפרסו על מנת לאפשר את קיום האירוע במקביל להכוונת התנועה במטרה לצמצם את הפגיעה בחיי התושבים.

להלן הסדרי התנועה לפני ובזמן האירוע

היום (18.11), החל מהשעה 20:00 – יחסם לתנועה הנתיב הימני ברחוב שרי ישראל, בין הצמתים יפו\שרי ישראל – שרי ישראל\מלכי ישראל. (התנועה תתאפשר בנתיב השמאלי בלבד, וצפויים במקום עומסי תנועה).

מחר (19.11), החל מהשעה 16:00 ועד לשעות הערב המאוחרות, ייחסמו לתנועת רכבים הרחובות הבאים:
-ברנדס.
-מלכי ישראל – 2 הכיוונים.
-שרי ישראל – 2 הכיוונים.
-צומת שמגר\שרי ישראל.
-צומת יפו\שרי ישראל.
-לא תתאפשר הגעה ברכב לרחובות הסמוכים והמובילים לרחובות אלו.

צירים ראשיים שיישארו פתוחים לתנועה אליהם יופנו הנהגים
- ירמיהו.
-שמגר.
-שז"ר – תחבורה ציבורית בלבד.
-שדרות בגין.
-רבין.

-עקב צפי לעומסי תנועה כבדים, אנו ממליצים לציבור לתכנן ולהקדים את נסיעתו בהתאם לשעות קיום האירוע, ולהשתמש באפליקציית ניווט.

-אנו קוראים לציבור להישמע להוראות השוטרים ולהתאזר בסבלנות.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:43 am#438663
כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט 'אדמור"י סאטמאר' ביי אלע פריעדיגע באזוכן פון אדמור"י סאטמאר האט מען מקפיד געווען אויף באשטעלן פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס. אמאל מאכט זיך אז זיי טראסטן נישט קיינעם און שיקן פאליציי בחפץ ליבם, אבער ביי יעדע באזוך איז באשטעלט און באצאלט פריוואטע קאמפעניס. איך גלייב אז דאסמאל וועט נישט זיין אנדערש.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:15 pm#438672
פריוואטע סעקיוריטי קאמפאניס קענען נישט שליסען קיין פובליק געסער. פאר דעם דארף מען אז די רעגירונג זאל זיך צושטעלן. און יא, די שקר פון די 'מערכה קעגן ציונות' האט זיך נישט אנגעהויבען ביים היינטיגן גייסטישע פירער. מ'האט אייביג געשריגן אויף יענעם וואס נוצט ציוניסטישע הילף פאר מינדערוויכטיגע זאכען ווי חינוך, תלמוד תורה און ישיבות, אבער אליינס האט מען עס גענוצט פאר גאר וויכטיגע מסע מלכות'ן און 'לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק' מעמדות.

שקר אין לו רגלים
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:27 pm#438675
הדא הוא דכתיב, "הרגליים אשר לא כרעו לבעל הציוני". מ'מיינט נישט צו זאגן ווי מאנכע פארטייטשן בטעות אז מ'האט זיך נישט געבוקט צום בעל הציוני, אוי ווי מ'האט זיך געבוקט. מ'מיינט צו זאגן אז וויבאלד זיי האבן דאך נישט קיין פיס ווייל שקר אין לו רגליים, איז נישט דא קיין רגליים אשר כרעו...
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:42 pm#438704
רביה"ק, דיר וועט מען פראקן אויבן ווייל אז דו קענסט יא פלפול...
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 7:23 pm#438716
לכל הסאטמערער'ס משני הצדדים שבטוחים שהגעתו של האדמור רז"ל לארה"ק הינה חגיגה למשק, והעשר מיליון דולר שהוא מחלק למוסדות הקנאים בנוסף למאתיים הרכבים שהם משכירים מעשירים את קופת המדינה, להלן מקצת נתונים כדי שתקבלו פורפורציות:

1. ישראל אינה רק "מאה שערים" "שיכון סאטמר בבני ברק" ו"מירון". בישראל קיימים מעל 1,200 יישובים.

2. הכנסות המדינה ממיסים ב2018 עמד על מעל ל-300,000,000 ש"ח.

3. התמ"ג בישראל עומד על כ-1.3 טריליון ש"ח.

4. תקציב המדינה לישיבות עבר בשנה האחרונה את המיליארד ש"ח, מיר לדוג' קיבלו מעל ל10 מלשח.

5. תקציב המדינה עומד על כ-500,000,000,000 ש"ח.

6. מאות!!! חברות בישראל שוות מעל למיליארד דולר!!!.

7. קרוב ל-300,000 רכבים חדשים נמכרו בישראל בשנת 2018.

8. כ-5 מיליון תיירים פקדו את ארצנו הקדושה בשנה האחרונה.

9, ונתון רוחני אחד, סביבות 140,000 בחורי ישיבות ואברכי כולל לומדים בישראל.

חבר'ה תתעוררו, בזמן שאתם רבתם ביניכם בשאלת הרת-הגורל מי ישלוט בבית העלמין בקרית יואל, או מי ישלוט חזק יותר ב"עדה החרדית", מישהו בנה פה מדינה...

Cp
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 8:34 pm#438721
מאך זיכער האט געשריבן:רביה"ק, דיר וועט מען פראקן אויבן ווייל אז דו קענסט יא פלפול...

כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם אז "חדש אסור מן התורה בכל מקום" מיינט אז די איסור צו עסן די נייע תבואה פאר'ן מקריב זיין דעם עומר גייט אן אין חוץ לארץ אויך מן התורה, "נע" - זאגט מיר יענער - "דאס איז סתם א פילפול, די פשוט'ע טייטש איז אז נייע מנהגים זענען אסור מן התורה און מ'טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא..."

חכם איינער, דאס איז גאר קיין פילפול ניט, דאס איז פשוט פשט!
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:12 pm#438724
רביה"ק זי"ע: דאס דערמאנט מיך. כ'האב געהאט א קרוב. ער איז שוין בעלמא דקשוט. ער איז געווען א גרויסער גאון. היינט צו טאג לערנט ער זיכער פאר פאר די אלע אנדערע זקנים אין כולל שומרי החומות במתיבתא דרקיע. אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין די יערליכע לוח פונ'ם הייליגן כולל... האט ער אמאל געזאגט ..."חדש אסור מן התורה, איז נאר מדרבנן"...!
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:17 pm#438725
און יאך זאג, אז חדש אסור מן התורה וואס איז נאר מדרבנן איז נאר א מנהג. איכא דאמרי אז חדש אסור מן התורה וואס איז נאר מדרבנן וואס איז נאר א מנהג איז מותר לכתחילה...
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 8:13 am#438743
דער פרייער זאגט אז סאטמאר איז בעסער פון גור. סאטמאר נעמט נישט און געט נישט, גור נעמט מיט א ברייטקייט און געט גארנישט...
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:03 pm#438772
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:רביה"ק, דיר וועט מען פראקן אויבן ווייל אז דו קענסט יא פלפול...

כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם אז "חדש אסור מן התורה בכל מקום" מיינט אז די איסור צו עסן די נייע תבואה פאר'ן מקריב זיין דעם עומר גייט אן אין חוץ לארץ אויך מן התורה, "נע" - זאגט מיר יענער - "דאס איז סתם א פילפול, די פשוט'ע טייטש איז אז נייע מנהגים זענען אסור מן התורה און מ'טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא..."

חכם איינער, דאס איז גאר קיין פילפול ניט, דאס איז פשוט פשט!

:lol:
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 10:29 am#438934
די נייעס קוואלן זאגען אז די גאנצע זאך רעדט זיך פון פינף מיליאן דאללאר. איינער איז דא משוגע געווארען? פאר קליין געלט קערט מען א וועלט?! וואסי מיט די חברה? מ'דארף מאכען א נסיעה, און לכבוד דעם קראצט מען צוזאם אפאר גראשען דאס צו פארדעקן?!?!
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 11:00 am#438939
ליטוואק פון בודאפעסט: נישט געזארגט. דאס איבעריגע נעמען די מוסדות הקדושים פון די רעגירונגס בודזשעט. אויף אנדערע נעמען, פארשטייצעך...!
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 12:54 pm#438942
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פריוואטע סעקיוריטי קאמפאניס קענען נישט שליסען קיין פובליק געסער. פאר דעם דארף מען אז די רעגירונג זאל זיך צושטעלן. און יא, די שקר פון די 'מערכה קעגן ציונות' האט זיך נישט אנגעהויבען ביים היינטיגן גייסטישע פירער. מ'האט אייביג געשריגן אויף יענעם וואס נוצט ציוניסטישע הילף פאר מינדערוויכטיגע זאכען ווי חינוך, תלמוד תורה און ישיבות, אבער אליינס האט מען עס גענוצט פאר גאר וויכטיגע מסע מלכות'ן און 'לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק' מעמדות.

שקר אין לו רגלים

למעשה, וואו זענען געווען די שטאטישע פאליציי? מ'האט גארנישט געזען פון זיי.

אמת יש לו ידיים
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 12:57 pm#438944
מ'האט מיר פארציילט אז עס איז דא א רעקארדינג ווי הרב דוד סאלאווייציג פרעגט דער בארימט'ן גאסט פארוואס עס פעלט אויס צוויי סאטמארער רביס. איינער קען עס באשטעטיגען אדער ארויף ברענגן?

הוספה: איך האב יעצט געהערט אז עס איז געפעלשט. עד היכן הגענו? מענטשן זענען אזוי נאריש צו נוצן זייער טאלאנטן אויף אזעלכע זאכען?!?!
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 1:11 pm#438946
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר פארציילט אז עס איז דא א רעקארדינג ווי הרב דוד סאלאווייציג פרעגט דער בארימט'ן גאסט פארוואס עס פעלט אויס צוויי סאטמארער רביס. איינער קען עס באשטעטיגען אדער ארויף ברענגן?

יא. ער האט אים געענטפערט אז איינער לערנט פאר ויואל משה און דער צווייטער על הגאולה, און סאלאוויציק איז געווען צופרידן.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 1:12 pm#438947
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר פארציילט אז עס איז דא א רעקארדינג ווי הרב דוד סאלאווייציג פרעגט דער בארימט'ן גאסט פארוואס עס פעלט אויס צוויי סאטמארער רביס. איינער קען עס באשטעטיגען אדער ארויף ברענגן?

קוקט אויס אביסל פאלש, אבער דאך גוט, ווייסעך נישט וויאזוי צו ברענגן דא.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 4:06 pm#438952
ס'מאכט סענס אז ס'איז אמת, ווייל ער האט דאס זעלבע געפרעגט מהר"א ביי זיין ערשטע באזוך אין ארה"ק.

ער האט דעמאלטס געפרעגט: ס'איז דא נאך א סאטמאר?

מהר"א: יא

הגרמ"ד: ווער איז יענס?

מהר"א מיין אינגערע ברודער

הגרמ"ד: ער איז מצליח?

מהר"א: דאס דארף מען אים פרעגן

ונפרדו לשלום...
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 4:07 pm#438953
ליפא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר פארציילט אז עס איז דא א רעקארדינג ווי הרב דוד סאלאווייציג פרעגט דער בארימט'ן גאסט פארוואס עס פעלט אויס צוויי סאטמארער רביס. איינער קען עס באשטעטיגען אדער ארויף ברענגן?

יא. ער האט אים געענטפערט אז איינער לערנט פאר ויואל משה און דער צווייטער על הגאולה, און סאלאוויציק איז געווען צופרידן.

ער האט געדארפט ענטפערן אז פונקט ווי אין בריסק איז יעדע זאך צוויי דינים, איז אויך דא צוויי דינים אין סאטמאר...
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2019 10:10 pm#438962
אקעי, איך האבגעהערט שבת ווער עס האט געמאכט די רעקארדינג. איינער האט געמאכט א שנעלן וואטסעפפ מעסעדזש פאר א דזשאוק, און עס איז ארום געגאנגען וויירעל, שלא ברצונו. דער איז בכלל נישט קיין סאטמארער (אויב איך האב געהערט די ריכטיגע נאמען, איז ער א קרוב מיינער, ווייל אונזער ווייבער זענען ביידער אייניקלאך פון די זעלבע איד פון מינסק) און ער האט עס נישט געטון פאר טישטעך סבות.
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 2:59 am#438971
נודע כי מי שדאג לאישור המשטרתי של המשטרה הציונית לטובת האדמו"ר האנטי הציוני היו שני לשכות בכנסת המינים - האחד חבר כנסת של אגודת ישראל והשני פעיל פוליטי מוכר מדגל התורה. השניים פעלו אל מול המשטרה ותיאמו את הדברים בהתאם לצרכיו של האדמו"ר.
m https://www.bhol.co.il/news/1052442 m
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 12:39 pm#438979
פון אונטער די קוליסן הער איך זאגן אז עסקני מסע המלכות האבן זיך געלאזט קאסטן פאר די ציוניסטישע פאליציי מיט 100,000 שקלים
ובלבד זאלן זיי לאזן מאכן די פאראדע אהן קיין פאליציי,
איהר פארשטייט?!
שטיצן די ציונים מיט א גרויסע 'לא יחרץ' געלט, דער עיקר אז מ'וועט קענען זאגן אז מ'האט גענוצט פרייוועט סעקיוריטי קאמפעני,
ועל זה אמר ר' בערל בעל העגלה זכותויגנעלינו: "הברכיים אשר לו כרעו לבעל..."
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:38 pm#438983
נקודת האמת: ייש"כ פאר אויפלייכטן אונזערע אויגן מיט א נייע מבט אויף דעם מצב.. ועוד. דו ביסט פון די איינציגסטע וואס כאפן, אדער לכה"פ קאמענטירן אויף די מליצה פון ..."ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני"...!
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 6:45 pm#439046
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר פארציילט אז עס איז דא א רעקארדינג ווי הרב דוד סאלאווייציג פרעגט דער בארימט'ן גאסט פארוואס עס פעלט אויס צוויי סאטמארער רביס. איינער קען עס באשטעטיגען אדער ארויף ברענגן?

הוספה: איך האב יעצט געהערט אז עס איז געפעלשט. עד היכן הגענו? מענטשן זענען אזוי נאריש צו נוצן זייער טאלאנטן אויף אזעלכע זאכען?!?!

געהערט אז ער האט צוריקגעפרעגט פארוואס דארף מען פינף בריסקע ראשי ישיבות