Under maintenance
הויפט זייט » א אנגעווייטאגטע זאלי

א אנגעווייטאגטע זאלי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13467
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:31 am#438807
א אנגעווייטאגטע זאלי
איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:48 am#438809
איך זעה דא אן אנגעווייטאגטער אהרוני...
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:52 am#438810
דא שטייט אין ככר השבת א עס איז געווען א "שלום אפמאך אז קיינער גייט נישט רעדן, נישט די גאבד און נישט די ראבד. פארוואס? ווייל דער ראבד וויל נישט רעדן. פארוואס? ער האט מורא מ'וועט אריינשרייען....

ל'כיכר השבת' נודע, כי במסגרת מאמצים שנעשו בימים האחרונים, כן צפוי הגר"מ שטרנבוך להגיע ולהשתתף במעמד 'קבלת הפנים', ובעקבות כך מתכננים מתנגדיו להביע את מחאתם החריפה בדמות עשרות רמקולים קטנים וניידים, שיופעלו בעזרת שליטה מרחוק (בלוטות'), שיופעלו בזמן נאומו של הראב"ד וישמיעו שיר מחאה.

בהוראות שחולקו למתנגדיו של הראב"ד אף נקראים נושאי הרמקולים ללחוץ על כפתור ההפעלה בזמן הגעתו למעמד, ולהיצמד למרכז המתחם בזמן תחילת הדרשות - זאת על מנת שהרעש יורגש בעוצמה.

עוד נקראים המתנגדים לשמור על עצמם, ולא להבליט את עצם החזקתם ברמקול, ולעמוד צפופים כמה שיותר, כך שיקשה לגלות מי הם הנושאים את הרמקולים.

יצוין, כי בשעות האחרונות נעשים מאמצים לשלום ולהרגעת הרוחות, וכחלק מזה פועלים הצדדים כך שגם הגאב"ד וגם הראב"ד לא ישאו דברים במעמד, אלא רק יטלו בו חלק


למעשה, איז דער גאבד געגאנגען פרי, און דערנאך איז אנגעקומען מרן הראבד, און יעצט וויל ער יא רעדן. א גוטן פורים. מ'האט אפגעמאכט אז קיינער רעדט נישט היינט.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 1:44 am#438813
roiter האט געשריבן:איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??

וואס איז געשעהן?
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:02 am#438819
.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:11 am#438820
מנהלים, ביטע צוזאם שטען די אשכול מיט די.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:48 am#438828
מעל"ע באותו ענין' די שרייבער דא זאגט אז די סיבה פארוואס סטמר רבי איז יעצט געקומען צו ישראל איז צו העלפן אויסהאמערן א רעגירונג צווישן גאנץ און די אראבער ווייל ווי באוויסט האט סטמר שטארקע קשרים מיט די אראבער וכו'

just to show you how far the news can sometimes go
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:27 pm#438833
א. די צוויי אייניקלעך פון דער ויואל משה האבען איבערגענומען.
ב. דער רבי ר' אהרן איז געפארען קיין א"י.
ג. סאטמאר טרעפט זיך מיט עראבער.
ד. אגודה איז לינק געשטימט, און סאטמאר איז באמת אויך לינק געשטימט.

יענער שטיק נייעס איז אנגעפיקעוועט מיט נאנסענס און עמהארצות.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:05 pm#438856
Re: א אנגעווייטאגטע זאלי
roiter האט געשריבן:איך בין ווייט פון א שרייבער! אבער איך מיז מיר אויסגעבן!!! רבותי איך וויל מיר שמד'ן, אויס זאלי!!
אזוי מבזה זיין א איד א ראש א מנהיג וואס רביה"ק זיך אויסגעדריקט די שענסטע לשונות! ווארום וועגן די האלטסט כנדרש אין הלכה הזאת נעמו??
דא האסטו וואו אנצופאנגען.
m https://www.wikihow.com/Convert-to-Christianity m

אסאך הצלחה.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:55 pm#438866
עס איז פארהאן א קליפ פון די מאמענט ווען די אור אייניקל פון די ראש בית דין קוקט אויס זייער יונג ארום 25 - 30 בעט מהרז"ל עפעס און די רבי מאכן עפעס מיט די הענד ווי ער זאגט עס האט נישט מיט עם

מען זאגט אז די אור אייניקל האט באפוילן די רבי אז מען זאל גיבן די מייק פאר די זיידע וואס די רבי האט אפגעזאגט.

אויב איז געווען אפגעשמועסט אז ער גייט נישט רעדן זעה איך נישט קיין עוולה אויב עפעס פארקערט די חוצפה איבערצודרייען ביי יענעם.


אגב אפשר זאגט איז מיר וועלכע לשונות האט זיך רביה"ק אויסגעדריקט אויף ר' משה עס איז מיר נישט באקאנט.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:47 am#438870
ביי יענעם? אפיציעל אויף די פלאקאטען פון די קלעפערס איז געשטאנען אז ס'איז א מעמד פונעם עדה, צי פייערען דעם 100'טען געבארטסטאג.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:04 am#438871
איך מיין אז קיינער איז נישט מחולק אז באמת איז דאס געווען א קבלת פנים פאר סאטמאר רבי וואס מען האט צוגעטשעפעט א מאה שנה טיטל
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:32 am#438874
הערשל פר"מ פון קרית יואל האט צוגעשטעלט א ספעציעלע דרשה פאר די אנגעווייטאגטע ארוינים און זאליס. העכסט רעקאמענדירט.

m https://youtu.be/cd-tVtM3iD4 m
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 2:25 am#438876
IMG-20191121-WA0024.jpg
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 9:10 am#438879
איסר האטלקי האט געשריבן:הערשל פר"מ פון קרית יואל האט צוגעשטעלט א ספעציעלע דרשה פאר די אנגעווייטאגטע ארוינים און זאליס. העכסט רעקאמענדירט.

https://youtu.be/cd-tVtM3iD4



"פונקט אזויווי ווען די האסט געלעקט האניג האסטו געוואלט די גאנצע וועלט זאל שטיין און קוקען"

אפאר טויזענט סאטמארע אידען איז נישט די גאנצע וועלט.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 10:05 am#438882
טאקע נישט די גאנצע וועלט, אבער גאנץ מדינת ישראל.

ס'איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון סאטמאר אזא סוקסעס, אז די מדינה זאל זיין אזוי פארנומען מיט א סאטמארע באזוך ווי יעצט. מהר"א האט עטליכע יאר צוריק געגעבן עפעס א משל וועגן טראמפ פרעגט ביבי איבער א פראטעסט אין בארקלעיס... יעצט האלט מען נישט ווייט.

א צאל חברי הכנסת האבן שוין געשריבן וועגן דעם באזוך, ליבערמאן האט גערעדט אין כנסת וועגן הרבי מסאטמאר, דרעי און ביבי דיסקוסירן סאטמאר אין כנסת נעכטן דער דראמאטישע טאג - ביום החזרת המאנדאט!

די ארוינים דארפן נאך יעדע כ"א כסליו דרשה לייגן אין בלאט סקרין שאטס פון בחדרי און ככר ווי זיי דעקן מהר"א'ס דרשות, (דאס איז שוין נאכן אונטערשמירן ככר...), די ארוינים ליינען מיט קעלבערנע התפעלות ווי די 'איזראעלי מידיע' איז פארנומען דערמיט (און רוב מאל זענען זיי פאזיטיוו...). אצינד האלט מען אז 'ידיעות אחרונות' שימפט אויף די מעין העדליין `האדמו"ר השנאה`...

ווער ס'ליינט אמאל ישראלישע נייעס קוועלער כאפט אז דאס איז נישט נארמאל.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 10:29 am#438883
איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf
(561.92 KiB) אראפגעלאדנט 220 מאל
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:16 am#438884
Re: א אנגעווייטאגטע זאלי
איסר האטלקי האט געשריבן:טאקע נישט די גאנצע וועלט, אבער גאנץ מדינת ישראל.

ס'איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון סאטמאר אזא סוקסעס, אז די מדינה זאל זיין אזוי פארנומען מיט א סאטמארע באזוך ווי יעצט. מהר"א האט עטליכע יאר צוריק געגעבן עפעס א משל וועגן טראמפ פרעגט ביבי איבער א פראטעסט אין בארקלעיס... יעצט האלט מען נישט ווייט.

א צאל חברי הכנסת האבן שוין געשריבן וועגן דעם באזוך, ליבערמאן האט גערעדט אין כנסת וועגן הרבי מסאטמאר, דרעי און ביבי דיסקוסירן סאטמאר אין כנסת נעכטן דער דראמאטישע טאג - ביום החזרת המאנדאט!

די ארוינים דארפן נאך יעדע כ"א כסליו דרשה לייגן אין בלאט סקרין שאטס פון בחדרי און ככר ווי זיי דעקן מהר"א'ס דרשות, (דאס איז שוין נאכן אונטערשמירן ככר...), די ארוינים ליינען מיט קעלבערנע התפעלות ווי די 'איזראעלי מידיע' איז פארנומען דערמיט (און רוב מאל זענען זיי פאזיטיוו...). אצינד האלט מען אז 'ידיעות אחרונות' שימפט אויף די מעין העדליין `האדמו"ר השנאה`...

ווער ס'ליינט אמאל ישראלישע נייעס קוועלער כאפט אז דאס איז נישט נארמאל.
נישט דא וואס צו רעדן, עס איז טאקע גוט געלונגען פאר די זאלונים דאס מאל, אבער דארפסט נישט קריכן צו די ארונים, די זאלונים האבן אויך ביז היינט געדארפט נוצן בחדרי.

נ.ב. היינט ווייסט מען דאך שוין אז ביי ידיעות באקומט מען וואס מען וויל פאר די רייט פרייס, קען זיין א חלק פון די פינף מיליאן איז געגאנגען פאר זיי.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:58 pm#438887
דער אמת איז, אז אין די טעג איז עס א בזיון צו זיין א זאלי. יעדער פרעמדער קוקט זיי אן ווי בעיביס וואס קערן א וועלט פאר גארנישט מיט נישט. נאר פארוואס טון זיי עס? לכאורה פאר די כבוד.

זארגט אייך נישט. נעקסטע מאל וועלן די אנדערע זיין די בעיביס, און אנדערע ליידיגע רעזשעוואולקעס וועלן זיך אפלערנען דערפון און אויך אזוי טון. זאל קיינער זיך נישט פאטשען אין בויך (אחוץ וואודרידזש, וואס וועט עס קיינמאל נישט טון). אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל\פיקל.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:01 pm#438888
נקודת-אמת האט געשריבן:איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf


מ'זאגט נאך אז עס איז נישט ממש געווען ווי עס שטייט. הרב שטרנבוך האט פראבירט צו רעדן אין לערנען אויף ב"ב און.................
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:22 pm#438889
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אמת איז, אז אין די טעג איז עס א בזיון צו זיין א זאלי. יעדער פרעמדער קוקט זיי אן ווי בעיביס וואס קערן א וועלט פאר גארנישט מיט נישט. נאר פארוואס טון זיי עס? לכאורה פאר די כבוד.

זארגט אייך נישט. נעקסוע מאל וועלן די אנדערע זיין די בעיביס, און אנדערע ליידיגע רעזשעוואולקעס וועלן זיך אפלערנען דערפון און אויך אזוי טון. זאל קיינער זיך נישט פאטשען אין בויך (אחוץ וואודרידזש, וואס וועט עס קיינמאל נישט טון). אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל\פיקל.

פון א סאטמער שטאנדפונקט איז עס א געוואונס און זאגאר א קידוש השם, ווייל די פומפע און דאס געלד געטיילאכטס האט אויפגעוועקט די מידיע און די פרייע חברי הכנסת וואס רייסן עס ארינטער איז משמע אז עפעס טוט זיך דא.

עס איז די ערשטע מאל ווי די אפיציעלע מידיע און די כנסת צוקראצט זיך פון א סאטמר רבי
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:47 pm#438892
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:איך ווייס נישט פרטי בזיון התורה
ובכלל, די ארונים-זלונים קאמפעטישן האב איך נישט ליב זיך אריין-מישן,
ווי האט בעגין געוואונטשן (בזמן מלחמת איראן-עיראק): "הצלחה פאר ביידע צדדים"...

אבער עמיצער האט מיר אריינגעשיקט א רעקארדינג פון די ביקור פון מהרז"ל בבית מרן הראב"ד, און א געטעייפטע תוכן הביקור, און נא אייך:
רעקארדינג
תוכן הדברים
תוכן_ביקור_ההיסטורי.pdf


מ'זאגט נאך אז עס איז נישט ממש געווען ווי עס שטייט. הרב שטרנבוך האט פראבירט צו רעדן אין לערנען אויף ב"ב און.................

מ'זאגט נאך פון וועם? די גאנצע איז רעקאדירט. ס'איז ווארט ביי ווארט.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 3:36 pm#438895
נישט ממש ווארט ביי ווארט, און ווען מ'הערט עס אויס, כאפט זיך א גוטן לאך. דער רבי פון די זאליס אנטשולדיגט זיך גלייך אז ער האלט נישט מיט וואס מ'לערנט ביי אונז אין ישיבה, און יעדער לאכט דארט.

אבער אלס פאר די כבוד.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:00 pm#438897
יא, ס'קאסט א שמייכל. ב"ה פאר דעם.