שמעון וואלף האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:ווער פאר א גוט יאר איז דער פריעד באטשי? ער פארמאגט א מיליאן דאללאר? ער איז א פילאזאף אדער א אסטראנאמער? ער האט גענדיגט האלב ש''ס? וואס פאר א גוט יאר רעדט מען אפילו פון אים? און אייגענטליך בארירט מען אינגאנצן נישט דער הויפט פאקטאר פונעם ימות המשיח שידוך. א פאקטאר וואס פארענטפערט אייגענטליך די גאנצע וואונדער. וד''ל.
קאך, דו מיינסט מען וועט נישט רעדן פון דיר?
ווי נאר דו ווערסט א חתן וועט מען עפענען א שיינעם אשכול דא פאר דיר, און יעדער וועט שיין אנוואונטשן.
יעצט איז זיין צייט,פארגין אים די עטענשאן.
זיכער! וואס אימער דו זאגסט....
נישט חלילה אז איך בין אויף א סקונדע חושד אז דו האסט פארשטאנען מיין פונקט - נישט ווייל איך בין קליג, נאר ווייל דו ביזט נישט... נאר צו זיין עטוואס מער קלאר. אז מען ווייסט מער דעטאלן איבער די צושטאנד איז דאס גארנישט אזא ימות המשיח שידוך.... מער וויל איך נישט אריינגיין. עס איז נישט איידל און נישט מענטשליך אויסצופראקן פריוואטע אנגעלעגענהייטן אין די עפענטליכקייט.
איך באוואונדער טאקע די סענסיטיווקייט מיט וואס די באגייסט דיך. די גיבסט אכט נישט ח"ו צו אויפמערקזאם מאכן די מינדעסטע חשד אז עפעס טויג נישט חלילה. די וד"ל'סט ארום כאילו דא איז ווייס איך וואס פארגעגאנגן.
וואספארא געמיינע מידות דארף מען האבן, אפילו לו יהא ס'זאל
זיין א שמץ אמת דערין, אזאנס צו טון. יא, דאס זענען די פירות פון די חינוך וואס מ'האט דיר איינגעפרעגלט.
איך ווייס נישט צי ער רעדט אזוי ווייל ער איז אזוי אויפגעוואקסן צי ס׳קומט פון די נייע ״רעפובליקאנער טרענד״ פון אטאקירן אלעס פון די אנדערע זייט. און א גאנצע צייט זיין אויף די אפענסיוו און אטאקירן זאכן וואס מאכן נישט אפילו קיין טראפ סענס.
סאיז דא boundaries, געוויסע גרעניצן וואס מ׳גייט נישט דורך אפילו קעגן די גרעסטע פאליטישע שונאים.
טראמפ האט נארמאליזירט צו אטאקירן יעדעם, אלעס וואס האט נישט צוטוהן מיט זיי...
דעמאקראטן האבן נישט געהאלטן למשל פון דזשאן מעקעין׳ס שיטות אבער זיי וואלטן אים קיינמאל נישט אטאקירט ווי טראמפ און אים גערופן א failure ווייל ער איז געכאפט געווארן אין וויעטנאם... נאר פארקערט זיי האבן אים אנגעקוקט אלץ א ״אמעריקאנער העלד״ איז געקומען די נייע עפאכע פון אטאקירן אלעס, צי סאיז יא אמת צי נישט, צי ס׳מאכט סענס אדער נישט קודם אטאקיר יענעם און זיי אויף די offense...
די זעלבע איז מיט די אימפיטשמענט. לינדזי גרעהם איז געוועהן פון די גרעסטע שטיצער אז מ׳זאל אימפיטשן קלינטאן פאר א פוסטע נערישקייט... א קלייניקייט קעגן די אפענע פארברעכן און קרימינאלע אקטיווטעטן אינערהאלב די היינטיגע קאראפטירטע טראמפ אדמינסטראציע... אבער יעצט זינגט ער א צווייטע ניגון, אטאקירט א גאנצע צייט א פרייע אויספארשונג וואו מ׳גיבט טראמפ די געלעגענהייט זיך צו פארענטפערן, דיפענדען, און ריינוואשן אז ער איז אומשולדיג....
דאס איז טראמפס נערישע טאקטיק
אטאקיר... אטאקיר... אפילו סאיז נישט אמת... שריי א גאנצן צייט אויף יענעם אפילו ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס...
גארנישט אנדערש ווי די אלפא שימפאנזיע אין אפריקע...
אזוי האלטן זיי אויך אן זייער Territories...
אקעי צוריק צום שידוך פון יאסעלע פליט...