אונטער חכם האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי, זענען די אייראפעישע אידן אויך ניט געווען אזוי גלייבעדיג , און די א אלטע חסידים, די נצולי השואה, האבן געענדלט אין דער אמעריקאנער מאדעל פון זעלבסשטענדיקייט.
דאס דארף לכאורה נישט קיין מיינונג, ווייל די פאקטן זענען באקאנט, עס ווענדט זיך וואו אין אייראפע. אין רומעניע איז עס געווען ווי אין מרכז, און אין פוילן איז עס געווען נאך בעסער פון די היינטיגע אמעריקאנער מאדעל.
אין רומעניע איז דער רבי געווען א גאט ווען עס האט זיך גערעדט פון דינען דעם רבי'ן, אבער ווען דער רבי האט פרובירט צו הייסן עפעס, ווי היטן שבת אדער כשרות,
האט מען אים אנגעפיפען.דאכט זיך אין אמעריקע ביי טייל מאדערנע איז אויך דא אזא מין סטייל חסידות, אז דער רבי איז טאקע א גאט , אבער גאט דארף מען אויך נישט פאלגן.
נישט יעדער האט געפיפן. יש ויש. לכאורה קען מען זאגן רוב פרומע, נישט די משכילים, אויפגעקלערטע, ציונים, קאמוניסטן וכו׳ האבן יא געפאלגט דעם רבין מיט די גאנצע תמימות, עכ״פ ווי ווייט זיי האבן פארשטאנען און געקענט, לויט זייערע יכולות.
אין רומעניע איז מען טאקע געוועהן מסתמא די מערסטע פארגלייבט אין די רעבא. און אז איינער ״גלייבט באמת״ אז די רבי איז א ״הימל-מענטש״ פייפט מען נישט אזוי שנעל.
סאיז זיכער אז סאיז געוועהן טויזנטער חסידים וואס האבן זיך יא גערעכענט מיטן רבין, און פרובירט אויסצופאלגן יעדע זאך. נאר כדאי צו באמת פארשטיין וואס פונקטליך סאיז דארט פארגעגאנגען דארף מען האבן קודם א בילד פון די צייטן דעמאלטס, פארשטיין וויאזוי די חינוך איז געוועהן דאן, וויאזוי זיי זענען אויפגעוואקסן, וואספארא מינע מענטשען וכו׳
און ווי ר׳ מאטעלע פלעגט זיך אייביג אויסדרוקן ״סאיז געוועהן א אנדערע וועלט״.