פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 10:11 am#439329
בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצעס
בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצעס
פון: העניך
די וואך האט די רעדאקציע פון "דער בּלאַט" געווידמעט איר עדיטאריעל צו וויינען און קרעכצן אויף דער ראלע פון סאשעל מידיא די וואך צו פארשפרייטן די קאנספיראציע טעאריע אז א געוויסער נגיד איז געשטאנען הינטער די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי וויבאלד ער האט זיך געוואלט נוקם זיין אין זיין איידעם.
עס איז נישט קיין ספק אז מ'דארף זיין געווארנט נישט צו פארשפרייטן פאלשע קלאנגען, בפרט ווען עס איז נעגאטיוו אויף א פריוואטן מענטש. אבער ווען דער בלאט קרעכצט און ברעטשעט אזוי אויף די 'פעיק ניוז' פון סאשעל מידיא, ברענגט עס אונז צו טראכטן: ווער האט געשאפן דעם חלל וואס די היימישע סאשעל מידיא ערפילט?
דער אויפגאנג פון היימישער סאשעל מידיא, אנגעפאנגען ביי היידפארק, נאכדעם קאווע שטיבל, און שפעטער וואטסעפפ און טעלעגראם, איז געשען ווייל מיר פארמאגן נישט קיין פרעסע וועמען מיר זאלן קענען טראסטן מיט'ן באריכטן נייעס כמו שהוא. אז עס איז דא א באריכט אין דער בלאט איבער פרעזידענט טראמפ, קען מען דעבאטירן צי ס'איז אביסל געבויגן רעכטס אדער לינקס. אבער אויב איז דא אן ארטיקל וואס דערמאנט דעם נאמען פון א היימישן איד, לטב או למוטב, איז נישט קיין ספק אז יעדעס ווארט איז דורכגעפוילט מיט שקר און צביעות לויט ווי די אגענדע פארלאנג אין יענעם מינוט.
עס איז נישט דא קיין שום עוולה וואס א חרדישער איד זאל טון, וואס מיר זאלן קענען ערווארטן אז אונזער היימישע פרעסע זאל עס באריכטן – חוץ אויב ס'איז דער בלאט און יענעמ'ס עוולה איז געווען קעגן זייער רבי'ן, אדער אויב ס'איז דער איד און ס'איז געווען אן עוולה קעגן זייער פארטיי. דער זכות פונעם ציבור צו וויסן אז צווישן אונז דרייט זיך א איד מיט שמונה בגדים וואס בארויבט אנדערע אידן, עקזיסטירט נישט אין אונזער פרעסע. אונזער זכות צו וויסן אז עס איז פאראן א היימישער טעראפיסט וואס שעכט אידישע נשמות דורך מאלעסטעישאן עקזיסטירט נישט אין דער בלאט. פארקערט, אויב א היימישער איד ווערט באשולדיגט אין מאלעסטירן, קענען מיר ערווארטן אז די גאנצע היימישע פרעסע וועט זיין מאביליזירט אים צו פארטיידיגן. דער בלאט וועט באשיצן יעדן היימישן מאלעסטער, מערדער, קרימינאל, ווילאנג ער רירט נישט צו דעם קרוין פון זייער רבי'ן. דער זעלבער שווינדלער וועמען דער בלאט פארטיידיגט און באשיינט יעדע וואך, אויב זאל ער זאגן א קרום ווארט קעגן ר' אהרן, וועט פלוצים ווערן הותרה דמו – עפעס וואס איז נישט געווען מותר ווילאנג ער האט "נאר" בארויבט און בא'גזל'ט אדער מאלעסטירט אנדערע אידן.
מיר זענען נישט א געזונטע געזעלשאפט אז מיר זאלן קענען ערווארטן אז אויב זאל נתברר ווערן אז א מארד איז געווען יד ישראל באמצע וועט עס געהעריג ווערן באריכטעט און אויסגעשמועסט. מיר פארמאגן נישט א היימישע פרעסע אויף וועמען מיר זאלן זיך קענען פארלאזן אז זי וועט אונז האלטן אינפארמירט ווען און אויב עס געשעט אזא שרעקליכער אומגליק אז א איד איז שולח יד בחבירו. פונקט פארקערט, מיר קענען ערווארטן אז אזא געשיכטע זאל איגנארירט ווערן און פארווישט ווערן, און יעדע סארט קרומע און קאנספיראטארישע טעאריע וועט געפיטערט ווערן, אלץ אז דער היימישער מערדער/מאלעסטאר/שווינדלער זאל ארויסגיין מיט א שענערן פנים.
די שאלה צי דער גביר פון וויליאמסבורג איז געשטאנען הינטער דעם מארד-פרואוו איז אינעם יעצטיגן מאמענט א שוואכע וויבאלד די נישט-אידישע פרעסע האט עס נישט באשטעטיגט. דאס אז דער בלאט לייקנט עס, מיינט אבסאלוטלי זערא. דער בלאט וואלט געשריבן דאס זעלבע אפילו ווען דער גביר וואלט יענעם דערמארדעט כמכחול בשפופרת. דערווייל איז עס פעיק ניוז ווייל די טעלעוויזיע האט עס נישט באשטעטיגט, נישט ווייל דער בלאט גלייכט עס נישט.
אין יעדער חברה מתוקנת איז דא אן ערווארטונג אז די פרעסע טראגט דעם אחריות פונעם ציבור, און וועט נישט באגראבן וויכטיגע אינפארמאציע וואס איז רעלאווענט פאר דער געזעלשאפט וואס זי רעפרעזענטירט – צב"ש, אז פלוני אלמוני איז א שווינדלער אדער א מערדער אדער א מאלעסטאר. אבער מיר קענען דאס נישט ערווארטן פון דער "צייטשריפט פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום".
אלזא, ווען אידן ווילן וויסן אביסל אמת'ע נייעס, אז מ'וויל קענען אויסשמועסן זאכן און פאקטן אין אונזער געזעלשאפט – פראגעס און דעבאטעס וועלכע ווערן אויסגעשמועסט אין דעבאטירט אין יעדער פרעסע אין דער וועלט – בלייבט אונז נאר איבער סאשעל מידיא. אין א נארמאלער געזעלשאפט דארף א בעסערער און איידעלער מענטש נישט מיטהאלטן די שמועות אויף סאשעל מידיא – ער קען דאס איבערלאזן פאר קטנים און היץ-קעפ. ער פאר זיך באקומט שוין מער-ווייניגער די נייעס וואס ער דארף פון דער לאקאלער און נאציאנאלער מידיא. ביי אונז, ווידעראום, אויב ביסטו נישט אויף סאשעל מידיא, ביסטו א כסיל בחושך הולך. דו וועסט נישט וויסן די א' ב' איבער געשעענישן וואס קומען פאר במחנינו; דו וועסט זיין גענצליך בלינד פון יעדער סארט נייעס וואס גייט נישט דורך דעם אגרעסיוון און ראדיקאלן צענזור און פארקרומונג-פראצעדור פון אונזער פרעסע.
אין א נארמאלן, אחריות'דיגן בּלאַט וואלטן מיר געדארפט קענען ערווארטן א העדליין, אויב עס זאל זיין באשטעטיגט: "וויליאמסבורגער איד ליידער אנגעקלאגט מיט מארד-פרואוו אין מאנסי" – אלס א אידישער צייטונג וואלט איך זיי מוחל געווען פאר'ן אריינווארפן א "ליידער" אינעם העדליין. אבער ווילאנג מיר קענען דאס נישט ערווארטן, זאלט איר אונז מוחל זיין, ר' בּלאַט, און מיר וועלן מוזן ווייטער לייענען און שרייבן אויף סאשעל מידיא – טראץ אירע חסרונות.
און דאס פארגאסן בלוט פון קרבנות פון פעיק ניוז? די וואס פארשפרייטן דאס זענען עתיד ליתן את הדין. אבער לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. און איר, "דער בּלאַט", זענט די חורא.


