Under maintenance
הויפט זייט » פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן הרז"ל

פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן הרז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13484
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:09 pm#439368
פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן הרז"ל
די אידישע וועלט האט אויפגענומען מיט שאק און שוידער די ידיעה איבער דער פרישער נידריגקייט וואו די אהרונים האבן דערגרייכט, מיט א מיאוס'ער אקציע קעגן זייערע קעגנער אין שפיץ פון האדמו"ר ר' זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר.

עס איז באקאנט אז האדמו"ר מסאטמאר האט נארוואס אפגעהאלטן א גאר סוקסעספולע נסיעה קיין ארץ ישראל, וואס האט געדינט מחזק צו זיין מיט געלט און מאראלישער שטיצע די ערליכע אידן אין ארצינו הק' וואס בוקן זיך נישט צום בעל. טויזנטער אידן פון אלע ערליכע שיכטן און קרייזן האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט מלכות'דיגע אויפנאמעס אין פילע שטעט אין לאנד, טייטלנדיג מיט'ן פינגער אז אט דער רבי וועט בע"ה ברענגען משיח צו כלל ישראל.

אבער הרשעים כים נגרשו, די כת האהרונים וועלכע קריצט מיט די צייט יעדעס מאל וואס האדמו"ר ר' זלמן לייב איז מצליח אויפצוטון פאר כבוד שמים, האט נישט אויסגעהאלטן דער אומגלויבליכער סוקסעס פון דער נסיעה, און האט מחליט געווען אפצוטון א גאר מיאוס'ע אקציע וואס זאל שטעלן אין שאטן די גאנצע נסיעה, און פערזענליך טשעפען און באליידיגן דעם סאטמארער רבי'ן. כדי אפצוטון זייער געמיינעם שטיקל האבן זיי זיך נישט אפגעהאלטן פון פאלן עד דיוטא התחתונה, אויסגעבנדיג אלפים ורבבות אויף דער אקציע, אך ורק צו טשעפען מיט א מנהיג העדה, און זיינע צענדליגער טויזנטער חסידים.

וויסנדיג ווי ס'גייט בנפשו פונעם רבי'ן אז מ'זאל נישט דרוקן קיין בילדער פון צורתו הק', ווי דער משמש בקודש האט געשריבן אין א בריוו צו די רעדאקציעס פון אלע צייטונגען און אויסגאבעס, האבן די אהרונים מחליט געווען צו נוצן אט די ערליכקייט פון רבי'ן אים צו טשעפען דערמיט.
568.jpg

די כת האהרונים האבן אינפילטרירט די נסיעה, שיקנדיג פאטאגראפיסטן וועלכע זענען – פארשטעלט ווי חסידי האדמו"ר – מיטגעפארן מיט'ן רבי'ן אין יעדן פלאץ וואו ער איז נאר געווען, און אפגעכאפט גאר קלארע און פראפעסיאנאלע בילדער פון צורתו הק'. צו דעם האבן די אהרונים אונטערגעקויפט פאר גאר גרויסע געלטער אלע חרדישע אויסגאבעס אז זיי זאלן טרעטן בשאט נפש אויף דער הוראה און רצון פונעם סאטמארער רבי'ן, און זאלן פראמינענט דרוקן בילדער פון רבי'ן פונקט אין די וואכן פון דער נסיעה הרוממה! ס'איז זיי נישט גענוג געווען פשוט צו טרעטן אויפ'ן רבי'ן, נאר זיי האבן נאך גענוצט די סאמע בילדער וואס זענען געכאפט געווארן ביי דער נסיעה הרוממה מיט דעם גופא צו פייניגן און וויי טון דעם רבי'ן – פאר'ן בלויזן חטא פון מאכן א סוקסעספולער נסיעה לרומם קרן הדת. כדי מ'זאל נישט קענען נאכגיין זייערע שפורן, האבן זיי דייקא נישט געדרוקט בילדער פון רבי'ן אין זייער אייגענער צייטונג "דער בלאט", אז נאאיווע מענטשן פון איבער דער וועלט זאלן נישט כאפן אז ס'איז די אהרונים אליין וואס האבן אונטערגעשטעלט די גאנצע ווייטאגליכע בילדער-ספעקטאקל וואס טוט אזוי וויי פאר האדמו"ר מסאטמאר.
A.jpg

B.jpg

C.jpg

D.jpg
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:11 pm#439370
E.jpg

F.jpg

אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האבן די אהרונים געדונגען א שטאב פון ספעציעלע העקערס וועלכע האבן אויפגעשטעלט א פאלשן "דער איד" אפיס אין ירושלים, וואס פון דארטן זענען זיי אריינגעדרונגען אין די קאמפיוטערס פון דער רעדאקציע פונעם רבינ'ס צייטונג, און האבן אינעם "איד" זעלבסט אריינגעשווערצט בילדער פון צורתו הק' פון רבי'ן וואס האט אויפגעשוידערט יעדער סאטמארער חסיד וועלכער האט געעפנט דעם איד, זעענדיג ווי מ'האט ליידער אזוי פארשעמט און דערנידערט דעם רבי'ן אין זיין אייגענער צייטונג ר"ל.
G.jpg

אידן איבער דער וועלט זענען צעטרייסלט פון דער פרישער שטופע וואו די אהרונים האבן דערגרייט מיט זייער מחלוקה, און מ'האפט און מ'איז מתפלל אז זיי וועלן חוזר זיין מדרכם הרעה, און וועלן מער נישט אונטערקויפן און העקן אויסגאבעס כדי צו טשעפען מיט'ן סאטמארער רבי'ן.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:08 pm#439372
ראובן איז אפיציעל ארויסגעקומען פון די קלאזעט, א לינקע זאָלי........
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:10 pm#439373
Re: פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן ה
טאקע גאר א שטארקע זלזול.
אבער מהרז"ל איז דאך באקאנט מיט זיינע גאלדענע מדות, און איך בין זיכער אז ער איז מקבל די יסורים באהבה אן קיין תרעומות צום כביכול חלילה.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:17 pm#439375
ווער איז דער טייטלבוים? נאך א סאטמארע רבי?
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:52 pm#439378
גדליה: ניין. דערווייל נאר משב"ק. ועוד חזון למועד...!
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:58 pm#439379
דער פארברעך איז ממש אומבאגרייפבאר. נאך דער צי ווען מען נעמט אין באטראכט די אומשטענדן פונעם שויערליכער פארברעך.

זינט דער צווייטער וועלטס קריג זענען נאך אזוי פיל אידן אויף א מאל נישט געגאנגן אויף קידוש השם. אנשטאט רעספעקטירן די אומצאליגע קידוש השם גייער, וואס כל בריה יכולה לעמוד במחיצתם... גייען די דאזיגע ליידיג-גייער און פארשוועכן דעם ווילן פונעם הויפט קידוש השם גייער. דער הויפט קידוש השם גייער איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן פארעפענטליכען בילדער פון זיין קידוש השם פרצוף, אזש ס'איז יתכן אז ווען ער ווייסט ווען איידער זיין גיין אויף קידוש השם אז זיין עס גייען זיין בילדער, וואלט ער קיינמאל געווען נישט געגאנגן אויף קידוש השם. אלענספאלס זאל זיין השם ינקם דמו השפוך. פאר אלע וואס האבן געמאכט אידן גיין אויף קידוש השם וועט די האנד פון ג-ט דערגרייכן...
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:01 pm#439380
ראובן: ווען איך האב געזעהן די העדליין פון דעם אשכול, און געזעהן ווער ס'שרייבט עס האביך גלייך געוואוסט אז עפעס שטימט דא נישט דער חשבון. ביז כ'האב אויסגעפלאצט אין געלעכטער. דער רבי מהרז"ל שליט"א איז טאקע א גרויסער בעל יסורים. (קיינמאל נישט ארגער). דער אייבישטער זאלל איהם געבן די כוחות דאס אלעס אריבערצוטראגן...!

אונז דארפן זיך אנגארטלען מיט פרישע כוחות מיטצוהאלטן דעם געפלאנטן גרויסארטיגן קבלת פנים פאר'ן רבי'ן מהרז"ל שליט"א. מקיים צו זיין דעם פסוק אדער מאמר חז"ל כיציאתו כך ביאתו. מיט די קינדער אנגעטון ווייסע העמדער און פענדלעך אין די הענט...זאללן די ציונים (און אהרונים) פלאצן...באלפים ורבבות נצא לקבל פני צדיק...מלכות שבמלכות...!
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:24 pm#439381
Re: פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן ה
@ראובן: ביזט א שגץ!! שוין ענדליך האב איך אפגעמאכט ביי מיר צוריק צו קומען קיין סאטמאר, כ'האב אנגעהויבן תשובה צו טוהן אויף מיין עבר, און כ'האב עכט נישט געוויסט מיט וועלכע פראקציע מיך אנצוגעהערן, און איצטערט נאכן דעם גרויסן קידוש השם האט מיך אנגעהויבן שטארק ציען אהין. און יעצט מיט דיין ארטיקל האסטו עס אינגאנצען אפגעהרג'ט, אינגאנצן צומישט ווער זענען די עכטע מקדש שם שמים'ניקעס.
לץ אחד דוחה.........
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 6:18 pm#439396
ויש ליישב שאותו מכתב היה קודם הנסיעה שהיתה בשנת 2011 למספרם
שבזמנים ההם משום מעשה שהיה באמת היה בדעת גבאי בית רבינו הגהק שליט"א
כי אין דעתו נוחה בפרסום של שקר ואפי' פרסום של אמת הרי הוא ככוס התרעלה,
איברא, אחר חזרתו מפ"ב (נוסח חסידי אדה"ז בעל התניא על זמן צאתו מפעטערבור"ג)
שוב ראו כל בית רבינו (כדאי' ברש"י הק' על הפסוק "וישמע בית פרעה" ד' פשטים)
כי לא רק שדעתו הקדושה נוחה בפרסומים כאלו, אלא אף שיבח רבינו שליט"א
וקילס את אותם עסקנים יראים ושלמים שגרמו ל'קידוש שמו ית''
ומאז לא זזו מחבב עניין הפאפראצי והצייטונגען למינהם.
ופשוט.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 8:24 pm#439397
דער קארופציע גייט נאך מער, אין זייער אייגענעם צייטונג ״דער בלאט״ האבן זיי דייקא נישט געלייגט בילדער, אזוי וועט מען נישט חושד זיין אז ידם במעל, אבער בסייעתא דשמיא עלה בידינו נאכצוגיין די שפירן פון די פאראנטווארטליכע.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 8:41 pm#439398
אדונינו האט געשריבן:דער קארופציע גייט נאך מער, אין זייער אייגענעם צייטונג ״דער בלאט״ האבן זיי דייקא נישט געלייגט בילדער, אזוי וועט מען נישט חושד זיין אז ידם במעל, אבער בסייעתא דשמיא עלה בידינו נאכצוגיין די שפירן פון די פאראנטווארטליכע.

דאס שטייט דאך קלאר אינעם באריכט:
ראובן האט געשריבן:כדי מ'זאל נישט קענען נאכגיין זייערע שפורן, האבן זיי דייקא נישט געדרוקט בילדער פון רבי'ן אין זייער אייגענער צייטונג "דער בלאט", אז נאאיווע מענטשן פון איבער דער וועלט זאלן נישט כאפן אז ס'איז די אהרונים אליין וואס האבן אונטערגעשטעלט די גאנצע ווייטאגליכע בילדער-ספעקטאקל וואס טוט אזוי וויי פאר האדמו"ר מסאטמאר.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:39 pm#439406
און די זאלי האבן עס ממש נישט אויסגעהאלטן און געלאזט זייער ווייטאגליכע אפדרוקן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג.

[attachment=0]0B3B683F-40CC-4D22-8711-146890E74180.jpeg[/attachment]
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:41 pm#439407
אז מ'רעדט שוין פון די גאנצע סומאטוכע דא,
וועל איך ארויף-ברענגען לטובת ידידנו דפה א צעכטיגע הגדרה וואס איך האב געהערט אין די טעג פון א ידיד מיינע.
וכה אמר:
נאכן זעהן די בילדער פון די מעמד הקבלת פנים, ווי מוסדות על טהרת השקל הטהור האבן זיך אזוי געבויגן חולק צו זיין כבוד
פאר די מאגן פונעם חינוך הטהור, און די קאפ פון גולת אריאל,
האט ער מברר געוועהן, וויפהל איז די יערליכע שטיצע וואס הרז"ל לאזט זיך קאסטן פאר אזא פאראדע
ווען ער האט געהערט די סכומים, (עטליכע טויזענטע דאלערס יערליך פאר א מוסד)
האט ער פארשטאנען א מורא'דיגע פונקט.

אט די מוסדות'ן וואס פארלירן זיך פאר אזא נישטיגע סכום און שלעפן ארויס זייערע תלמידים פון בית שמש (צ.ב.ש.) מקבל פרצוף זיין פארן פילאנטראפ,
שטעל דיך פאר זיי וואלטן גענומען געלט פון מלכות הציונים, איז דאך פשוט אז זיי וואלטן זיך געבוגט און געקניעט טעגליך צום גארווערמענט, (אשר לו כרעו לבעל...)
און זיי טארן טאקע נישט נעמען דאס געלט ביי זיי.
משא"כ שאר מוסדות התורה שבארה"ק, וואס מיר זעהן נישט אזא איבערקערניש פאר עפעס א פילאנטראפ וואס פינאנצירט עטליכע טויזענטע דאלערס א יאהר
זיי גייען נישט אזוי שנעל פאלגן עפעס א הוראה פונעם גארווענער,

קומט אויס, אז די מחלוקת איבער דאס געלט נעמען פון משרד החינוך,
איז אינגאנצן נישט קיין השקפה מחלוקת,
כי אם א דיפערענץ אין די מענטאליטעייט פון די מקבלים,
אחינו הקנאים, וואלטן נישט געקענט ביישטיין צו זאגן ניין פארן פילאנטראפ (אין די קעייס: די מדינה)
משא"כ שאר מוסדות התורה של היהדות הרצופה בארצנו הקדושה, ווייסן גענוי וויאזוי מ'שטעלט זיך אויף און מ'זאגט פארן פילאנטראפ, ר' ייד, איהר גייט אריבער די גרעניץ.

ודפח"ח.
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:45 pm#439408
אזוי ווי יענער וואס איז געקומען צום מאסן קבלת פנים לעצטע וואך, ווען ער האט דערזען דעם ציבור הרבבות האט ער זיך אנגערופן: מען זעט בחוש ווי גערעכט ר' יואליש איז געווען!

אויב פאר אפאר דאלער זענען אזויפיל אידן געקומען צו לויפן, שטעל דיך פאר וואס מיט זיי וואלט פאסירט אויב זיי וואלטן גענומען געלט פון די מדינה...
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:13 pm#439410
Re: פרישע נידריגע שטופע פאר אהרונים מיט מיאוס'ע אקציע קעגן ה
נקודת-אמת האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די גאנצע סומאטוכע דא,
וועל איך ארויף-ברענגען לטובת ידידנו דפה א צעכטיגע הגדרה וואס איך האב געהערט אין די טעג פון א ידיד מיינע.
וכה אמר:
נאכן זעהן די בילדער פון די מעמד הקבלת פנים, ווי מוסדות על טהרת השקל הטהור האבן זיך אזוי געבויגן חולק צו זיין כבוד
פאר די מאגן פונעם חינוך הטהור, און די קאפ פון גולת אריאל,
האט ער מברר געוועהן, וויפהל איז די יערליכע שטיצע וואס הרז"ל לאזט זיך קאסטן פאר אזא פאראדע
ווען ער האט געהערט די סכומים, (עטליכע טויזענטע דאלערס יערליך פאר א מוסד)
האט ער פארשטאנען א מורא'דיגע פונקט.

אט די מוסדות'ן וואס פארלירן זיך פאר אזא נישטיגע סכום און שלעפן ארויס זייערע תלמידים פון בית שמש (צ.ב.ש.) מקבל פרצוף זיין פארן פילאנטראפ,
שטעל דיך פאר זיי וואלטן גענומען געלט פון מלכות הציונים, איז דאך פשוט אז זיי וואלטן זיך געבוגט און געקניעט טעגליך צום גארווערמענט, (אשר לו כרעו לבעל...)
און זיי טארן טאקע נישט נעמען דאס געלט ביי זיי.
משא"כ שאר מוסדות התורה שבארה"ק, וואס מיר זעהן נישט אזא איבערקערניש פאר עפעס א פילאנטראפ וואס פינאנצירט עטליכע טויזענטע דאלערס א יאהר
זיי גייען נישט אזוי שנעל פאלגן עפעס א הוראה פונעם גארווענער,

קומט אויס, אז די מחלוקת איבער דאס געלט נעמען פון משרד החינוך,
איז אינגאנצן נישט קיין השקפה מחלוקת,
כי אם א דיפערענץ אין די מענטאליטעייט פון די מקבלים,
אחינו הקנאים, וואלטן נישט געקענט ביישטיין צו זאגן ניין פארן פילאנטראפ (אין די קעייס: די מדינה)
משא"כ שאר מוסדות התורה של היהדות הרצופה בארצנו הקדושה, ווייסן גענוי וויאזוי מ'שטעלט זיך אויף און מ'זאגט פארן פילאנטראפ, ר' ייד, איהר גייט אריבער די גרעניץ.

ודפח"ח.
דאס מיינט אז די חרדישע מוסדות וואס נעמען יא געלט פון די מדינה און קענען יא זאגן ניין זענען סתם כפויי טובה!!
זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:47 pm#439417
משמועסט אז די גאנצע נסיעה איז געוועזן אינטערגעשטעלט דורעך די אהרונים. חברה דא קומט א באמבע וואס גייט אויפפלאצן אין די נאענטע טעג.
(געהערט קראנט פין וואצעפפ, ניש קאנפורמט)
דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 11:22 am#439476
איך ציטער אז די אטאקע איז טאקע געווען געצילט, אבער די פאטאגראפירער און בילדער אויסגאבעס האבן בטעות נישט געצילט דעם ריכטיגן מענטש.

די חברה וואס האבן עס אנגעדרייט האבן געוואלט מסדר זיין ר' ליפא מזענטא צוליב פריוואטע געפעכטן, און ליידער האבן די פאטאגראפירער און אויסגאבעס נישט פארשטאנען און זיין אינגערע ברודער איז אומשולדיג געצילט געווארן. לאמיר האבן אז בקרוב וועט דער שולדיגער געכאפט ווערן.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 4:37 am#439513
כ'האב געכאפט א לענגערע שמועס מיט מיין קאזין, א הייסער אהרוני. ווען איך האב אים פארגעהאלטן אויף די נידריגע אקציע וואס זיי האבן געטון אקעגן מהרז"ל, איז ער געבליבן פארשטומט אן לשון אז מען האט זיי געפאקט ביי די מעשה. ער זאגט מיר אז עס פאסט טאקע נישט.

אזויפיל יא, זאגט ער מיר, אז כדי נישט צו שטעכן דירעקט רז"ל, האבן זיי זיכער געמאכט צו פאלגן די שטרענגע תקנה וואס ער האט אויפגעפאדערט ברבים בעפאר די נסיעה בעת א מצוה טאנץ פון אן אייניקל, אז בשום אופן טאר מען נישט מיטברענגען קײן סמארטפאון צו די נסיעה, אפילו מיט די משומר פילטער! היות ביי די בני אהרן איז משומר קיינמאל נישט געווען אקצעפטירט אלס א כשר'ע פילטער, האבן זיי זיכער געמאכט נאר מיטצונעמען סמארטפאונס געפילטערט ביי די ארונישע פירמע "גדר", כדי לעשות רצון צדיק און נישט ברענגען קיין משומר פאונס ח"ו, אזוי ארום זענען אלע בילדער גענומען אדער מיט פראפעסיאנעלע קעמערעס אדער מיט גדר סמארטפאונס.

והי' מחניך קדוש!
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 10:01 am#439515
או כלך לדרך זה. די מדינה וואלט קיינמאל נישט געבעטן אז מ'זאל ארויס קומען מיט פענער און זיך בוקען צו זיי, משא"כ אנדערע קליין געלט פארטיילערס. עס קען גיין ביידע וועגן.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 10:07 pm#439540
צווישן זאך-קענער איז שוין לאנג א מיסטעריע צו וועלכער סאטמארער פראקציע די "מאמענט"-אויסגאבע איז נוטה. אבער די וואך איז קלאר געווארן אז דאס איז אן אהרונישע אויסגאבע מיט אלע מפרשים, נאכדעם וואס זי האט זיך גענצליך צוגעשטעלט צו דער שמוציגער מערכה קעגן האדמו"ר מסאטמאר.
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:15 am#439549
ברעיקינג: מהרזל ברויזט און סטראשעט אז ער קומט מער נישט צו רעב אהרנס חתונות
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 12:50 am#439636
ראובן האט געשריבן:די אידישע וועלט האט אויפגענומען מיט שאק און שוידער די ידיעה איבער דער פרישער נידריגקייט וואו די אהרונים האבן דערגרייכט, מיט א מיאוס'ער אקציע קעגן זייערע קעגנער אין שפיץ פון האדמו"ר ר' זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר.

:lol: