Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין אינגעל וויל וויסן

מיין אינגעל וויל וויסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13494
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 3:24 pm#439918
מיין אינגעל וויל וויסן
עס איז אנהויב נאכט, די קינדער זענען שוין ענדליך אין בעט, איך זעץ מיר אוועק עסן.

"טאטי", הער איך מיין קליין אינגעל פון זיין בעט, "טאטי".

איך גיי אריין צו אים, "וואס איז די חי'?" פרעגט ער, ווייזנדיג אויף א שפין העכער זיין בעט אויף די וואנט.

"א ספיידער"

"א ספיידער איז א שרעק'עדיגע חי'?"

"איין מינוט, איך קום שוין"

איך גיי ארויס פון צימער, איך קום צוריק מיט א בעזים. איין וויש אראפ צו דער ערד, אנגעטרויטן, און שוין.

"טאטי, א ספיידער איז א שלעכטע חי', אדער א וואוילע חי'?"

"נישט שלעכט, נישט... אהממ.."

"א ספיידער קען הארגנען?"

"ניין"

"א ספיידער קען בייסן?"

"ניין"

"סאו פארוואס האסטו עס אנגעטרעטן? א ספיידער האט ליב ווען מען טרעט אים אן?"

"ניין ער האט נישט ליב", א קוש אין שטערן, "יעצט דארף מען שוין גיין שלאפן, א גוטע נאכט"
פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 12:51 am#439928
דיין אינגעל וויל וויסען...
אבער אין אמת'ן דיין אינגעל וויל פשוט רעדן מיט דיר !!!
און דאס זאלסטו איהם געבן !!!!
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 11:28 pm#440131
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דיין אינגעל וויל פשוט רעדן מיט דיר.

א דאנק פאר דיין זארג פאר מיין קינד... אויב ביסטו נייגעריג, איך רעד מיט אים אסאך, (הלוואי וואלט איך נאך מער).

צוריק צום ענין, דאס איז דער היינטיגער עפיזאד.
-----------------------------------------------------------------

"טאטי"

"יא?"

"געדענקסט ווען אונז זענען געגאנגען אין א פול צוזאמען?"

"יא, זומער זענען אונז געווען עטליכע מאל. האסט עס ליב געהאט?"

"יא, עס איז געווען אזוי סאך פאן. ווען קענען אונז שוין גיין נאכאמאל?"

"נאך אביסל לאנג, ווען עס וועט נאכאמאל זיין ווארעם"

(ער טראכט...) "איך וויל אונז זאלן אויך האבן א פול. רוף א טרעקטער צו גראבן א לאך נעבן אונזער הויז, און א בויער צו מאכן די סטעפס. אוקעי?"

"ניין, אונז קענען נישט מאכן א פול. קיינער פון אונזער פרענדס האבן נישט קיין פול"

"פארוואס האט קיינער נישט קיין פול?"

"ווייל קיינער האט נישט קיין פול"
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 1:59 am#440137
איז דאס דו סיבה פארוואס דו האסט נישט קיין פול?
געלט פלאץ און סעפטי האסטו?
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:10 am#440138
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דאס דו סיבה פארוואס דו האסט נישט קיין פול?

יא, אויב בין איך אפן מיט מיר אליין, מוז איך מודה זיין אז דאס איז די סיבה. און דאס איז אויך די סיבה פאר אסאך אנדערע זאכן.

די ערשטע מעשה וואס איך האב געברענגט, איז מיין אינגל געבליבן מיט א קשי', און דארטן איז די נקודה געווען אז איך קען אים נישט ענטפערן, ווייל איך בין אליין אומקלאר. די צווייטע מעשה האב איך אים יא גענטפערט, און איך ווייס אויך אז איך וואלט נישט געוואלט לעבן אזוי, אבער דאך איז דאס די מציאות פאר יעצט.
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 6:01 am#440141
הדסים האט געשריבן:עס איז אנהויב נאכט, די קינדער זענען שוין ענדליך אין בעט, איך זעץ מיר אוועק עסן.

"טאטי", הער איך מיין קליין אינגעל פון זיין בעט, "טאטי".

איך גיי אריין צו אים, "וואס איז די חי'?" פרעגט ער, ווייזנדיג אויף א שפין העכער זיין בעט אויף די וואנט.

"א ספיידער"

"א ספיידער איז א שרעק'עדיגע חי'?"

"איין מינוט, איך קום שוין"

איך גיי ארויס פון צימער, איך קום צוריק מיט א בעזים. איין וויש אראפ צו דער ערד, אנגעטרויטן, און שוין.

"טאטי, א ספיידער איז א שלעכטע חי', אדער א וואוילע חי'?"

"נישט שלעכט, נישט... אהממ.."

"א ספיידער קען הארגנען?"

"ניין"

"א ספיידער קען בייסן?"

"ניין"

"סאו פארוואס האסטו עס אנגעטרעטן? א ספיידער האט ליב ווען מען טרעט אים אן?"

"ניין ער האט נישט ליב", א קוש אין שטערן, "יעצט דארף מען שוין גיין שלאפן, א גוטע נאכט"



די ענטפער בפשטות איז, אז א ספיידער האט נישט קיין ווילן... (צו ס'איז אמת אדער נישט קען מען דן זיין, אבער אונז קוק מיר עס זיכער אן אזוי..)
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 9:06 am#440144
זאג אים די אמת. אז די שפינן האבען געהאלפען פארברענן די בית המקדש, ממילא ווארפט מען א שוך אויף זיי, שרייענדיג 'על אדום אשליך נעלי'. וואס איז שלעכט מיט די אמת?
מאנטאג יאנואר 13, 2020 3:04 pm#441414
ער גייט שוין כמעט שלאפן, אונז שטייען ביים סינק צוזאמען, איך העלף אים בראשן זיין ציין. פלוצלונג פאלט זיין קאפל אריין אין די סינק און עס ווערט אינגאנצן נאס. איך כאפ א האנטוך, פראביר צו אויסקוועטשן די קאפל, עס ווערט כמעט אינגאנצען טרוקן, איך לייג עס צוריק אויף זיין קעפל.

ער איז שטיל, א דערשראקענע מינע אויף זיין געזיכט.

"טאטי, מיין תורה איז ארויסגעפלויגן?"

"ניין יענקעלע, דיין תורה איז נישט ארויסגעפלויגן"

"אבער מיין רבי האט געזאגט אז אויב מען האט נישט א קאפל קען די תורה אוועקפליען"

"אויב עס פאלט אראפ ביי מיסטעיק פליעט נישט די תורה אוועק"

"וויאזוי ווייסט די תורה אויב מען האט עס געטון ביי מיסטעיק? דו קענסט זען ווען די תורה פליעט אוועק פון איינעם'ס קאפ?"

"ניין, איך קען נישט זען"

"סאו וויאזוי ווייסטו אז די תורה איז נאך אין מיין קאפ"

"ווייל טאטי ווייסט"


*איך נוץ יענקעלע ווייל עס איז שווער צו שרייבן אן א נאמען.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:33 am#441690
איך וואלט איהם געענטפערט אז דער רבי האט געזאגט אז "ס'קען" אוועקפליען, נישט אז ס'מוז אוועקפליען, ס'דא ספעציעלע הייליגע קינדער וואס זייער תורה פליט קיינמאל נישט אוועק, "יעצט זאג 'קמץ אלף אָ', זעהסטו, דו ביזט א ספעשל אינגעל!"
פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:29 am#441711
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט איהם געענטפערט אז דער רבי האט געזאגט אז "ס'קען" אוועקפליען, נישט אז ס'מוז אוועקפליען, ס'דא ספעציעלע הייליגע קינדער וואס זייער תורה פליט קיינמאל נישט אוועק, "יעצט זאג 'קמץ אלף אָ', זעהסטו, דו ביזט א ספעשל אינגעל!"

דו דארפסט פארשטיין, מען רעדט נישט דא פון א טעארעטישע שמועס אויף ק"ש. מען רעדט פון א ריעל לייף קינד, וועם איך האב ליב. איך גיי אים נישט איינרעדן קיין שטותים.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:56 pm#441716
איך זעה נישט פארוואס דו רופסט עס שטותים, איך האלט באמת אז ס'דא מענטשן וואס זייער תורה פליט נישט ארויס פון קאפ ווען זיי גייען אן א קאפל, ביזט מחולק מיט מיר?
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:01 pm#441717
די כלל פון דיין שאלה איז, וויאזוי זאגט מען פאר'ן קינד אז נישט יעדער זאך וואס דער מלמד זאגט איז אמת?

טראכט אריין, וואס מיינסטו? דער מלמד איז א פרעכע ליגענער? דעמאלס האסט נישט קיין רעכט צו שיקען דיין אינגעל צו אים. נאר וואס? דו האלטסט אז ער גלויבט זאכען אין וואס דו גלויבסט נישט. געוויסע זאכען זענען גוט און געוויסע נישט. קענסט דאס זאגען פאר דיין קינד? זאג איהם אז רוב זאכען איז יא ריכטיג, די אידען זענען ארויס פון מצרים און זיי האבען באקומען די תורה, אבער תורה ארויס פליען מיט די קאפל'ס אראפ פאלען, איז נישט פון די רוב.
למעשה, פארוואס גלויבסטו נישט אז די תורה פליעט ארויס? ווייל דו האסט א כלל וועלכע זאכען דו גלויבסט יא און וועלכע נישט. צום סוף וועט דער כלל אריבער גיין.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:32 pm#441720
איך האלט ער קען זיין רואיג, זיין תורה פליט נישט ארויס. און דאס האב איך אים געזאגט "דיין תורה איז נישט ארויסגעפלויגן".

איך גיי אים נישט איינרעדן אז ער איז ספעשל, און וועגן דעם פליט עס נישט ארויס. (ער איז גראדע ספעשל, אבער עס האט גארנישט מיט דעם)

ער איז נאך צו יונג צו קענען מסביר זיין אז דער מלמד זאגט נישט אייביג די זעלבע ווי מיר.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:49 pm#441722
אויב די שאלה איז וויאזוי איהם צו בארואיגן דאן ביזטו גערעכט, אבער אויב די שאלה איז וויאזוי איהם צו געבן די כלים צו אנאליזירן אינפארמאציע מיט די אייגענע שכל אז נעקסטע מאל זאל ער זיך אליינס קענען בארואיגן דאן מיין איך אז מיין ענטפער וואלט בעסער געטון די דשאב.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 3:42 pm#441730
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דו רופסט עס שטותים, איך האלט באמת אז ס'דא מענטשן וואס זייער תורה פליט נישט ארויס פון קאפ ווען זיי גייען אן א קאפל, ביזט מחולק מיט מיר?


זייער א שטארקע נקודה, ווייל
1) דו בארואיגסט אים
2) דו זאגסט אים וואס דו האלסט אין דעם נושא, בשעת וואס
3) דו מאכסט נישט קלאר אוועק דעם מלמד
זונטאג יאנואר 19, 2020 10:21 am#441757
Re: מיין אינגעל וויל וויסן
זיי נישט אזוי באזארגט, מ׳האט דאך דיר אויך איינגערעדט די זעלבע שטותים, און wow קוק דיך אן היינט! קע״ה ביסט אויפגעוואקסן, דיין בינה האט זיך מער אנוויקעלט, והנה... דו כאפסט שוין אליין וואס איז אמת און וואס איז נישט.

פוינט איז, ער גייט בעז״ה אויסוואקסן געזונט אין פריש, קינדער זענען בטבע זייער תמימות׳גיג פאר א גוטע סיבה. ווען נישט וואלטן זיי גארנישט געגלייבט, אפי' זאכן וואס איז קריטיש פאר זייער אייגענעם וואולזיין, ווי למשל גלייבן די טאטעס לגבי זאכן וואס זענען א סכנה וכדו׳. ווי נאר זיי וואקסן אינטער און די יארן רוקען זיך ווערט אלץ די כח הדמיון אביסל שוואכער און שוואכער בשעת וואס די ראציאנאלע חלק איז זיך מתגבר איבער דעם.

דעס וואס קינדער גלייבן כל מיני שטותים וואס זענען סטענדערד עמך איינרעדענישן האט נאך קיינעם נישט אפעקטירט לאנג-טערם, דער מח׳ישע צואה פילטער צינדט זיך אן אליין איינמאל מ׳ווערט עלטער.

דאס איז סיי ביי אלגעמיינע איינרעדענישן ווי די וועלט'ס בארימטע ציין-מלאך, ווי אויך ביי רעליגיעזע סטיל שטויות. קוק אן די גויים מיט זייער איינרעדענישן פון סאנטא וכדו׳ ס׳איז נישטא קיינער וואס איז אין עני וועי אפעקטעד פון דעם, ס׳איז אויך נישטא קיינער וואס איז מער אדער ווייניגער רעליגיעז אדאנק די איינרעדענישן.

אויב זעסטו ער גלייבט נאך אלע קינדערישע איינרעדענישן און דמיונות ביי די צוואנציג, שרייב אים איין דא אין ק״ש אלס חתונה פרעזענט, אויב דעס העלפט נאך אלץ נישט טראג אים צו די נענסטע פסיכאלאג...
זונטאג יאנואר 19, 2020 11:55 am#441762
הדסים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט איהם געענטפערט אז דער רבי האט געזאגט אז "ס'קען" אוועקפליען, נישט אז ס'מוז אוועקפליען, ס'דא ספעציעלע הייליגע קינדער וואס זייער תורה פליט קיינמאל נישט אוועק, "יעצט זאג 'קמץ אלף אָ', זעהסטו, דו ביזט א ספעשל אינגעל!"

דו דארפסט פארשטיין, מען רעדט נישט דא פון א טעארעטישע שמועס אויף ק"ש. מען רעדט פון א ריעל לייף קינד, וועם איך האב ליב. איך גיי אים נישט איינרעדן קיין שטותים.

זאג אים ער זאל ווארטען ביז וואו לאנג דו פרעגסט די חכמי הק"ש, ענד יא וואד געט בעק טא הים
מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:19 pm#442468
איך שטעל מיך אויף פון זיין בעט, איך מאך גראד זיין דעקע נאך איין לעצטע מאל.

"טאטי"

"יא יענקעלע?"

"מאמי האט מיך געזאגט אז איך דארף נישט מורא האבן, ווייל די אייבערשטער וואטשט"

"אמת יענקי"

"אבער איך האב מורא פון די אייבערשטער"

"די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג, פארוואס האסטו מורא פון די אייבערשטער?"

"מיין רבי האט געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער"

"מען דארף נישט מורא פון די אייבערשטער, די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג"

"אויב מען טוט אן עבירה ווערט די אייבערשטער יא שרעקעדיג?"

"ניין"

"סאו פארוואס האט מיין רבי געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער?"

"דו דארפסט גארנישט מורא האבן, א גוטע נאכט יענקי"
מאנטאג פעברואר 03, 2020 8:39 pm#442486
ער איז מן הסתם נאך צי קליין צי פארשטיין וואס דאס מיינט בגין דאיהו רב ושליט
מאנטאג פעברואר 03, 2020 8:44 pm#442487
און דו פארשטייסט עס דען יא? כ'האב נאכנישט געטראפן דער מענטש וואס פארשטייט עס גענוג מיך צו קענען געבן צו פארשטיין.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:52 pm#442496
וואס פאלט דיר ביי די אייבישטער איז נישט שרעקעדיג?
דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:09 am#442499
שרעק איז א געפיל, געפילן זענען רעלאטיוו צום מענטש און האבן נישט גארנישט איינגעשויסן מיט'ן מציאות. א ספיידער איז נאר עקלדיג פאר דער וואס עקלט זיך דערפון, דרייסיג דעגרי איז נאר קאלט פאר דער וועם ס'איז קאלט, א ראולער קאוסטער איז נאר שרעקעדיג פאר דער וואס שרעקט זיך דערפון, בלויע קעז איז נאר געשמאק פאר דער וואס האט עס ליב, דער באשעפער איז נאר שרעקעדיג פאר דער וואס שרעקט זיך פון איהם. קענסט נישט זאגן אז א ספיידער "איז עקלדיג", דרייסיג דעגרי "איז קאלט", און דער באשעפער "איז שרעקעדיג". אזויפיל קענסטו יא זאגן אז רוב מענטשן עקלען זיך פון ספיידערס, זענען קאלט ווען ס'איז דרייסיג דעגרי, און שרעקן זיך פון דעם באשעפער (אויב ס'וואלט געווען אמת).
דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:34 am#442511
איך מיין ווען מער רעדט פין פחד מהדר גאונו איז דאס טייטש awa נישט scared

א ידער געזינטער מענטש האט און זיך די הרגשה פין קענען פילען קאלט ווייל קאלט זעלבסט איז איז שוין איינמאל אבדשעקטיוו
אמת, איינער וועט דאס פילן ביי דרייסיג דעגרי און איינער נאר ביי דרייסיג בילא זירא (איים נאט אין די מאד פאר סעמענטיקס)
אויב איז קאלט אין סוף איז דיין איינציגע וועג ארויס איז צי זיין willfully ignorant

א ידער געזינטער מענטש האט און זיך די הרגשה פין AWA (דאס איז אבדשעקטיוו) - סאיז דא א טיפאינג פוינט וואס דאס דארף דיך ברענגען צי AWA , אויב האסטו די קאראש צי גיין ביז אהין
דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:52 pm#442515
הקטן.

בקיצור נישט צופארדרייען די אשכול.

דאס וואס דו זאגסט איז נאר גוט ווען ס׳וואלט נישט געוועהן אזא מושג אז גאט פארלאנגט/באשטראפט מענטשען ווען זיי פירן זיך נישט אויף ווי ער פארלאנגט.

די אנדערע זאך וואס דו רופסט AWA איז ווען א מענטש קוקט ארויס אויף נאטור און האט אזא מין ׳רעספעקט׳ צו אזאך וואס ער פארשטייט נישט פונקטליך...

איך קען גענוג און נאך מענטשען וואס ציטערן פונעם אייבערשטן. זיי ציטערן וואס גייט ער טוהן נעקסט? וואס גייט זיין די נעקסטע גזירה? וואס גייט זיין ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט וכו׳
דינסטאג פעברואר 04, 2020 1:33 pm#442518
יראה אתפרש לתלת סטרין, תרין מנייהו לית בהו עיקרא כדקא יאות, וחד עיקרא דיראה,
אית בר נש דדחיל מקב"ה בגין דייחון בנוהי ולא ימותון, או דחיל מעונשא דגופיה או דממוניה, ועל דא דחיל ליה תדיר, אשתכח יראה דאיהו דחיל לקב"ה לא שוי לעיקרא,

אית בר נש דדחיל מן קב"ה בגין דדחיל מעונשא דההוא עלמא ועונשא דגיהנם, תרין אלין לאו עיקרא דיראה אינון ושרשא דיליה,
יראה דאיהי עיקרא, למדחל בר נש למאריה בגין דאיהו רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין, וכלא קמיה כלא חשיבין, כמה דאתמר (דניאל ד לב) וכל דיירי ארעא כלא חשיבין, ולשואה רעותיה בההוא אתר דאקרי (נ"א ב) יראה.


בכה רבי שמעון ואמר ווי אי אימא ווי אי לא אימא, אי אימא ינדעון חייבין היאך יפלחון למאריהון, אי לא אימא יאבדון חברייא מלה דא - באתר דיראה קדישא שרי מלרע אית יראה רעה דלקי ומחי ומקטרג, ואיהי רצועה לאלקאה חייביא, ומאן דדחיל בגין עונש דמלקיותא וקטרוגא כמה
דאתמר לא שריא עליה ההיא יראת ה' דאקרי יראת ה' לחיים, אלא מאן שריא עליה ההיא יראה רעה ואשתכח דשריא עליה ההיא רצועה יראה רעה ולא יראת השם"


תרגום:
יראה מתחלקת לשלשה צדדים, שנים מהם אין בהם עיקר כלל ואינם אלא שטות.
ואחד הוא עיקר היראה.
יש בן אדם שירא מהקדוש ברוך הוא כדי שיחיו בניו ולא ימותו, או מפחד מעונש של גופו או של ממונו . ועל כן ירא תמיד מה' מתוך פחד.
יש בן אדם שירא מן הקדוש ברוך הוא בגלל שפוחד מעונש של עולם הזה ועונש הגהינום. שנים אלו לא עיקר היראה הם והשורש שלהם פסולות.
והיראה שהיא עיקר, שיירא האדם מהקדוש ברוך הוא בגלל שהוא גדול ושליט עיקר ושורש על כל העולמות, והכל לפניו כאפס חשובין כמו שנאמר (דניאל ד, יג): וכל דירי ארעא כלא חשיבין (פירוש: וכל דיירי הארץ כאפס נחשבים),
ולשים רצונו באותו מקום שנקרא יראה.

בכה רבי שמעון ואמר , וואי אם אומר וואי אם לא אומר ,
אם אומר ידעו הרשעים איך יעבדו לאדוניהם [וימשיכו ברשעותם].
אם לא אומר, יאבדו החברים דבר זה. במקום שהיראה הקדושה והטובה שורה,
מלמטה יש יראה רעה שמלקה ומכה ומקטרגת, והיא רצועה להלקות הרשעים.

ומי שירא בגלל עונש המלקות והקטרוג בב' סוגי היראות הרעות, לא שורה עליו אותה יראת ה' הנקראת "יראת ה' לחיים",
אלא שורה עליו אותה יראה רעה [שמלקה ומכה ומקטרגת]. ונמצא ששורה עליו אותה רצועה יראה רעה. ולא יראת ה' היא [אלא ההיפך ממנה].


קוקט מיר אויס אז רבי שמוען זאגט ס'איז א דשויס אויף וואס די ווילסט האלטן דיין פאקעס - און איין סארט יראה גייט אויף די חשבון פין די אנדערע


שבת אחים האט געשריבן: די אנדערע זאך וואס דו רופסט AWA איז ווען א מענטש קוקט ארויס אויף נאטור און האט אזא מין ׳רעספעקט׳ צו אזאך וואס ער פארשטייט נישט פונקטליך...

עקזעקטלי - יעצט זיי דאס מסביר פאר ווער ס'פארשטייט נישט
מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:29 am#442537
הדסים האט געשריבן:איך שטעל מיך אויף פון זיין בעט, איך מאך גראד זיין דעקע נאך איין לעצטע מאל.

"טאטי"

"יא יענקעלע?"

"מאמי האט מיך געזאגט אז איך דארף נישט מורא האבן, ווייל די אייבערשטער וואטשט"

"אמת יענקי"

"אבער איך האב מורא פון די אייבערשטער"

"די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג, פארוואס האסטו מורא פון די אייבערשטער?"

"מיין רבי האט געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער"

"מען דארף נישט מורא פון די אייבערשטער, די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג"

"אויב מען טוט אן עבירה ווערט די אייבערשטער יא שרעקעדיג?"

"ניין"

"סאו פארוואס האט מיין רבי געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער?"

"דו דארפסט גארנישט מורא האבן, א גוטע נאכט יענקי"

וואס איז מיט יראת שמים? יראת חטא? יראת העונש?
מיטוואך פעברואר 05, 2020 6:36 pm#442566
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז מיט יראת שמים? יראת חטא? יראת העונש?

די פוינט איז אז ער איז נישט גענוג אלט צו פארשטיין א חילוק פון אנדערע סארט יראה'ס. און אויב ביז היינט האט מען אים געקענט בארואיגן "די אייבערשטער וואטשט", קען מען שוין נישט, ווייל פאר סאם סטופיד ריזען האט זיין רבי געהאלטן אז זיי זענען שוין ביי די דרגא צו דארפן מורא האבן פונעם באשעפער. יעצט איז דער אייבערשטער אין די זעלבע קאטעגאריע ווי א בוגי מען און א שלעכטע גוי, און נישט נאר עס העלפט אים נישט, ער האט גאר פחדים פונעם באשעפער.

ווען ער פרעגט וועגן א שלעכטע גוי, ענטפער איך אז עס קומט נישט קיין שלעכטע גוי. אבער ער ווייסט אז די אייבערשטער איז אייביג דא, און אויב יעצט האט ער מורא פון אים איז די תשובה נאר וואס איך האב געזאגט "דו דארפסט גארנישט מורא האבן פון די אייבערשטער".
מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:50 pm#442570
הדסים האט געשריבן:
אבער ער ווייסט אז די אייבערשטער איז אייביג דא
אויב יעצט האט ער מורא פון אים איז די תשובה נאר וואס איך האב געזאגט "דו דארפסט גארנישט מורא האבן פון די אייבערשטער".

און דער קליינער הדסעל איז איינגעשלאפען זיס...


עט-ליסט ער ווייסט אז די אייבערשטער איז אייביג דא
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:48 pm#442578
הדסים האט געשריבן:איך שטעל מיך אויף פון זיין בעט, איך מאך גראד זיין דעקע נאך איין לעצטע מאל.

"טאטי"

"יא יענקעלע?"

"מאמי האט מיך געזאגט אז איך דארף נישט מורא האבן, ווייל די אייבערשטער וואטשט"

"אמת יענקי"

"אבער איך האב מורא פון די אייבערשטער"

"די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג, פארוואס האסטו מורא פון די אייבערשטער?"

"מיין רבי האט געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער"

"מען דארף נישט מורא פון די אייבערשטער, די אייבערשטער איז נישט שרעקעדיג"

"אויב מען טוט אן עבירה ווערט די אייבערשטער יא שרעקעדיג?"

"ניין"

"סאו פארוואס האט מיין רבי געזאגט אז מען דארף מורא האבן פון די אייבערשטער?"

"דו דארפסט גארנישט מורא האבן, א גוטע נאכט יענקי"



"סוי טאטי, דו האסט נישט מורא פון די אייבערשטער?"
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:02 am#442609
מיין אינגעל וויל וויסן
IMG_6522.jpg

דאס קען אפשר אביסל נוגע זיין צו דעם שמועס. דהיינו, אויף וועלכע סארט עטריביוט פון הקב״ה כביכול מ׳פאוקוסט אויף [i.e. מאכן דעם באשעפער ״סקערי״ וכו׳].

פון @ראובן׳ס ארטיקל אין וועקער 9.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:37 am#442613
מיין אינגעל האט געהאט א טעמפער טענטרום, ער רעגט זיך ביז איך ענטפער אים די שאלה.

מודה בשטר שכתבו צריך לקיימו, ווייל ער האט נאך א מיגו ער וואלט געקענט זאגען מזוייף. געוואלד! ווי קען ער זאגען מזוייף, ער ווייסט דאך אז מארגען קומען עדים מקיים זיין די שטר, און ער וועט בלייבען מיט די צונג אינדערויסען! איך האב איהם געוויזען אז תוספות אין כתובות דף יט זאגט אז דאס איז די טעם פון די מ"ד אי"צ לקיימו (ער לערנט פרק שנים אוחזין, נישט כתובות), און ער דארף נאכאלס וויסען וואסי פשט אין די אנדערע שיטה.

ער איז נאך א אינגעל פון דרייצען, איך קען איהם נישט דרייען א קאפ מיט א דריי פון די פינגער און א למדות, עס מוז קלאפען און שטימען.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:58 am#442615
Re: מיין אינגעל וויל וויסן
מי אני האט געשריבן:
IMG_6522.jpg

דאס קען אפשר אביסל נוגע זיין צו דעם שמועס. דהיינו, אויף וועלכע סארט עטריביוט פון הקב״ה כביכול מ׳פאוקוסט אויף [i.e. מאכן דעם באשעפער ״סקערי״ וכו׳].

פון @ראובן׳ס ארטיקל אין וועקער 9.

קען זיין....
ועוד יש לומר פונקט פארקערט,עס שטייט דאך ״הדבק במדותיו״, קען מען זאגן, דער אויפגערעגטער איז אויפגערעגט ווייל ער האלט אז די באשיפער איז אן אויפגערעגטער, דער קנאי האלט אז דער באשעפער איז מקנא, אא״וו.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 10:50 am#442616
מי אני האט געשריבן:דאס קען אפשר אביסל נוגע זיין צו דעם שמועס. דהיינו, אויף וועלכע סארט עטריביוט פון הקב״ה כביכול מ׳פאוקוסט אויף [i.e. מאכן דעם באשעפער ״סקערי״ וכו׳].


אֶלָּא וַדַּאי נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ דָּא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְּאִיהוּ אִתְיְדַע וְאִתְדָּבַּק לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּיהּ כָּל חַד כַּמָּה דְּיָכִיל לְאִדַּבְּקָא בְּרוּחָא דְּחָכְמְתָא. וּלְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּיהּ הָכִי אִתְיְדַע בְּלִבֵּיהּ. וּבְגִינִי כָךְ נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בְּאִנּוּן שְׁעָרִים. אֲבָל דְּאִתְיְדַע כְּדְקָא יְאוּת לָא הֲוָה מַאן דְּיָכִיל לְאִדַּבְּקָא וּלְמִנְדַע לֵיהּ.

נודע בשערים בעלה – זהו הקב"ה, שהוא מתוודע ומתדבק לפי מה שמשער בליבו, כל אחד כמו שיכול לדבוק ברוח החכמה ולפי מה שמשער בליבו כך נודע בליבו

זוהר א׳:ק״ג א:א׳
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:32 am#442623
Re: מיין אינגעל וויל וויסן
טראכטכמוני האט געשריבן:עס שטייט דאך ״הדבק במדותיו״, קען מען זאגן, דער אויפגערעגטער איז אויפגערעגט ווייל ער האלט אז די באשיפער איז אן אויפגערעגטער, דער קנאי האלט אז דער באשעפער איז מקנא, אא״וו.

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:דאס קען אפשר אביסל נוגע זיין צו דעם שמועס. דהיינו, אויף וועלכע סארט עטריביוט פון הקב״ה כביכול מ׳פאוקוסט אויף [i.e. מאכן דעם באשעפער ״סקערי״ וכו׳].


אֶלָּא וַדַּאי נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ דָּא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְּאִיהוּ אִתְיְדַע וְאִתְדָּבַּק לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּיהּ כָּל חַד כַּמָּה דְּיָכִיל לְאִדַּבְּקָא בְּרוּחָא דְּחָכְמְתָא. וּלְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּיהּ הָכִי אִתְיְדַע בְּלִבֵּיהּ. וּבְגִינִי כָךְ נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בְּאִנּוּן שְׁעָרִים. אֲבָל דְּאִתְיְדַע כְּדְקָא יְאוּת לָא הֲוָה מַאן דְּיָכִיל לְאִדַּבְּקָא וּלְמִנְדַע לֵיהּ.

נודע בשערים בעלה – זהו הקב"ה, שהוא מתוודע ומתדבק לפי מה שמשער בליבו, כל אחד כמו שיכול לדבוק ברוח החכמה ולפי מה שמשער בליבו כך נודע בליבו

זוהר א׳:ק״ג א:א׳

פאלט מיר יעצט ביי ע״פ דעם הנ״ל, אז ס׳איז דאך א vicious cycle, ווייל דער וואס זיין תכונה איז נוטה לדוגמא צו קנאות איז דאך עליל צו פאוקוס׳ען אויף נאר דעם מידה פונעם באשעפער, איז בדעתו ער בדעתו שוין יעצט פארפליכטעט מצד דעם הדבק במידותיו אפצולירנען די תורה מיט דעם קנאישן פערספעקטיוו, יעצט קענסטו אים שוין נישט קומען זאגן ער זאל זיך פירן מיט חסד/רחמים, ווייל ער וויל זיך דאך פירן ווי די באשעפער וואס עניו הטעתו אז ס׳איז לויטער גבורה, ממילא זעט ער איין אז דאס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן. איז ווען ער גייט אזוי אן במידת הדין וועט ער ווייטער שוין נישט טוישן זיין מיינונג און איינזעהן אז די באשעפער איז יא במידת החסד ווייל ער אליין איז דאך במידת הדין יעצט ממילא זעט ער נאר דעם דין ווייל דאס וויל ער יעצט זען, וחוזר חלילה.

דאס זעלביגע איז אויך ביי אינער וואס האס ״צופיל״ חסד, (וואס דער בעל התניא שרייבט שוין די פראבלעם פון דעם), ער וועט קיינמאל נישט קענען אנקוקען דעם באשעפער דורך מיט גבורה/דין ברילן.

וויאזוי קריכט מען ארויס פון דעם loop?