Under maintenance
הויפט זייט » קיד-טשאטשקע סומאטאכע

קיד-טשאטשקע סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13497
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:04 am#439962
קיד-טשאטשקע סומאטאכע
מפואר זשאדעיאיקא האט ארויסגעגעבן א נייע טוי און די עדה החרדית איז ארויסגעקומען מיט א איסור. ווייל ס'האט א טאטש סקרין..... (ווער געדענק נאך די איסור אויף די קאלערדיגע סקרינס....)

לייביש ליש איז מסביר אין א לאנגע בריוו
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:22 pm#440010
ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:39 pm#440012
געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 1:38 pm#440015
Always follow the money.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 1:57 pm#440017
דער וואס האט די מאה דער האט די דעה, ואין דעה אלא דעת תורה.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:08 pm#440021
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:32 pm#440023
אונטער חכם האט געשריבן:מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.

טאקע ווייל די ביזט אן @אינטער חכם האסטו אזוי פארשטאנען, וואלסטו געווען א "חכם" וואלסטו נישט אזוי פארשטאנען.

https://twitter.com/hasidic_1/status/1206396053047717889

קענסט מיר זאגן וואס עס איז ראנג? נישט דוקא תורה'דיג,נאר אפילו ראנג פאר די הצלחה פון די סיסטעם?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:35 pm#440024
איך בין קיינמאל נישט געווען אין סקיווירא, סאטמער, באבוב, וויזניץ רביס קאר, איך גלייב אז נייע טייערע קראס קימען אלע מיט טאטש סקרינס.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:57 pm#440026
איך האב אויך פאראויסגעזאגט אן איסור אויף דעם. איך קען נישט פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט. (נישט אז איך בארעכטיג עס.) איך וואלט קיינמאל נישט אינוועסטעד אין דעם. איי, פארוואס האט מאטקע בלוי געגעבן א הכשר? פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער אסר'ט אלעס אנדערש. והבן.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:58 pm#440031
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
calculator האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.

טאקע ווייל די ביזט אן @אינטער חכם האסטו אזוי פארשטאנען, וואלסטו געווען א "חכם" וואלסטו נישט אזוי פארשטאנען.

https://twitter.com/hasidic_1/status/1206396053047717889

קענסט מיר זאגן וואס עס איז ראנג? נישט דוקא תורה'דיג,נאר אפילו ראנג פאר די הצלחה פון די סיסטעם?
איך האב נישט געזאגט אז עס איז ראנג, אבער איך האב געוואוסט אז ביי געוויסע מענטשן איז עס ראנג.
איך האב נישט געקענט גלייבן ביי קידסלייד אז זיי זענען נישט ארויסגעקומען מיט אן איסור.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:02 pm#440032
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
הוגה האט געשריבן:איך האב אויך פאראויסגעזאגט אן איסור אויף דעם. איך קען נישט פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט. (נישט אז איך בארעכטיג עס.) איך וואלט קיינמאל נישט אינוועסטעד אין דעם. איי, פארוואס האט מאטקע בלוי געגעבן א הכשר? פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער אסר'ט אלעס אנדערש. והבן.
ביי מאטקע בלוי דארף מען אויך נישט מאכן קיין קאנספיראציעס, די לעצטע פאר יאר האט ער גענומען א נייע מהלך, די סיבות קען מען שפעקולירן.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:10 pm#440033
ווי עס זעהט אויס האט ער אויך פארשטאנען אז די רבנים קענען עס אסר'ן, ווייל פונקט דא איז ער געגאנגען בעטן אן השגחה (ליין באצאלט) און פאר תפילין בייטלעך און נוי סוכה האט ער נישט קיין הכשרים.
נאר ווי עס זעהט אויס האט ער זיך נישט גיט אויסגערעכענט און געמיינט אז באצאלן איין השגחה איז גענוג...
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:43 pm#440041
די מתנגדים פונם קיד-טשאטשקע טענה׳ן, אז א שטוב וואס שטייט ווייט פון אלע כלים, אפילו א קאמפיוטער אהן אינטערנעט, זאל נישט קויפן דעם קיד-טשאטשקע.
אבער איינער וואס די קינדער שפילן אויפן קאמפיוטער, פארוואס זאל מען נישט קויפן די היימישע כשרע קיד-טשאטשקע..
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 8:29 pm#440042
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 7:32 am#440058
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 1:23 pm#440074
החוקר האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...

ניין. איך האב געמיינט צוזאגן, אז זיין בעל פלוגתא האט געהאט א גלעגענהייט אים אפצוטוען, צו אויפבלאזען א זאך וואס איז באמת גארנישט און מאכן דערפון אן עסק. איך גלייב נישט אז איין רב איז דורך געגאנגען דעם טוי, צו זעהן וואס מען זעהט און מען הערט דארט, פונקט ווי קיין איינס פון די רבנים וואס האבן ג'אסרט סמארטפאון'ס, האבן נישט גענומען קיין סמארטפאון און בודק געווען וואס דאס איז, נארוואס זיי הערן פון די אנדרייערס און פון די מענטשען וואס לויפן ארום צו רבנים אז עס איז געפערליך. זעלבע זאך האט זיין בר פלוגתא אויך געקענט אנדרייען אפאר פרומע משוגעים, מיט א גזירה שוה "טאוטש סקרין" - "טאוטש סקרין" און דערזאך איז ערלעדיגט.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 4:37 pm#440082
אין אמת'ן איז די זאך פיינע אדווערטייזמענט פאר דער קידאטשקע.
וויפיל אידן אין ארץ־ישׂראל רעכענען זיך מיט דער איסור פין עדה החרדית? און וויפיל דא?
יעצט ווען איך עס אפשר קויפן לכבוד חנוכה, הגם עס איז טייער, אבער עס זעהט אויס ווי א גוטע זאך.

לייביש ליש זאל מיר מוחל זיין, אבער קיינער בארעדט אים נישט אין די גאסען, און קיינער גייט נישט אהן קיין כי הוא זה וואס ער טוט און ווי ער רעדט, און צו ער איז יא א שותף צו נישט, און צו ער האט געמאכט א שרעקליכע טעות מיט פארקויפן זיינע מעשיות צו א טאטש סקרין טוי רח"ל. הער אויף מיט דיינע לאנגע דרשות וואס זענען טאקע אינטערסאנט פאר קינדער, מיר זענען טאטעס און דיינע דרשות פאר אונז זענען אינטרעסאנט,,,, ביז פינף מינוט.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 5:49 pm#440086
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All

אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 6:00 pm#440087
calculator האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...

ניין. איך האב געמיינט צוזאגן, אז זיין בעל פלוגתא האט געהאט א גלעגענהייט אים אפצוטוען, צו אויפבלאזען א זאך וואס איז באמת גארנישט און מאכן דערפון אן עסק. איך גלייב נישט אז איין רב איז דורך געגאנגען דעם טוי, צו זעהן וואס מען זעהט און מען הערט דארט, פונקט ווי קיין איינס פון די רבנים וואס האבן ג'אסרט סמארטפאון'ס, האבן נישט גענומען קיין סמארטפאון און בודק געווען וואס דאס איז, נארוואס זיי הערן פון די אנדרייערס און פון די מענטשען וואס לויפן ארום צו רבנים אז עס איז געפערליך. זעלבע זאך האט זיין בר פלוגתא אויך געקענט אנדרייען אפאר פרומע משוגעים, מיט א גזירה שוה "טאוטש סקרין" - "טאוטש סקרין" און דערזאך איז ערלעדיגט.

מסתם האבן די רבנים יא בודק געווען די סמארטפאנס פארן אסר'ן און די די געטרייע זענען עס נאכאלץ בודק מדי יום ביומו.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 2:11 pm#440109
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All

אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.

עפעס יעדע איסור אויף א שוחט אין אונגארן (וואס האט געהאט א סכסוך מיטן ראש הקהל וכו') קענסטו צייגן וויאזוי די איסור צו עסן משחיטתו איז מבורר אין שו"ע?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 8:43 pm#440123
Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע
יעקב מענטש האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All

אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.

עפעס יעדע איסור אויף א שוחט אין אונגארן (וואס האט געהאט א סכסוך מיטן ראש הקהל וכו') קענסטו צייגן וויאזוי די איסור צו עסן משחיטתו איז מבורר אין שו"ע?
דו ביזט מוציא לעז אויף תלמידי חת''ס.

און ממילא איז פשוט וברור אז עס איז אסור צו ליינען דיינע געשרייבעכץ.

(ויל''ע אויב עס איז שייך אין איסור מהרס ומחריב, חל על איסור ק''ש, ואכמ''ל)בילד
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 8:33 am#440143
סתם פארדרייען? שעם דיר.

מיין טאכטער וויל נישט גיין איןַ מיין קאר ווייל עס האט א טאטש סקרין, מיין זוהן וויל נישט נוצען מיין פליפ פאן ווען עס האט א טאטש סקרין. מיין ווייב וויל נישט וואשען די וועש ווייל עס האט א טאטש סקרין, און איך וויל נישט צאלן שכר לימוד ווייל די טשארדש מאשין האט א טאטש סקרין.
מוצ"ש דעצעמבער 21, 2019 8:27 pm#440158
בן ישי: דו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'איז אמאל געקומען א אידענע צו א דיין מיט א שאלה אויף א לעבער. דער דיין האט גענומען א שטיקל לעבער און געקאסט. ווייל אזוי ארום וועט ער קענען פסק'נען אויב ס'איז נבלע געווארן דער טעם האיסור אין די לעבער. נאר פון דעם איינעם, קליינעם שטיקל האט ער נאכנישט געקענט פסק'נען. האט ער גענומען נאך א שטיקל. און נאך א שטיקל. ביז ער האט אויפגעגעסן די גאנצע לעבער...! נא, וואס פסק'ט דער דיין ...? מעג מען עסן די לעבער אדער נישט...? האט דער דיין געענטפערט...אויב ס'איז נישט דא קיין לעבער איז דאך נישטא קיין שאלה...!
מוצ"ש דעצעמבער 21, 2019 8:44 pm#440159
קיד-טשאטשקע סומאטאכע
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All

אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.
איך ווייס נישט וויאזוי די איסורים ארבעטן (כאטש מ׳דארף נישט זיין קיין ראקעט סייענטיסט זיך פארצושטעלן) און ווער האט עס אנגעדרייט. איך ווייס אויך נישט צו עס איז באמת ״אסור״ צו נישט (איך גלייב אז נישט באט הא קעירז?...) אזויפיל אבער ווייס איך יא אויב ס׳איז דא שאלה אין חושן משפט רופט מען די אנדערע זייט, א שאלה אין איסור והיתר קומט נישט אריין קיין אנדערע זייט; עס איז אדער אסור אדער מותר.

יעצט, ווען מ׳וואלט באשמיצט די בעלי קידשטאטשקע פארן ארויסגעבן אזא ״מכשול״ גייט עס אפשר אריין אין בין אדם לחבירו / חושן משפט וואס מ׳דארף זיי אראפרופען, אבער ביז אהין קען זיך יעדע דיין פסק׳נען כפי ראות עיניו ודעת תורתו. נאר אויב א דיין פסק׳ט אז ס׳איז אסור ווען נאכן עס דורכטוהן קומט אויס אז ס׳איז מותר דאן קען עס אריינגיין אין א פראבלעם פון מגלה פנים שלא כהלכה, אבער ביז אהין הנח להם וכו׳.
זונטאג דעצעמבער 22, 2019 3:30 am#440171

אביסל קלארער צו מאכן מיין שאלה,
ס'איז פאראן אזאך וואס איז "אסור" ווייל ס'טרעט אויף איינע פון די עקזיסטירנדע הלכות, און דאן איז פאראן א "משמרת למשמרתי" ד.ה. מיר גיימיר צולייגן א נייע איסור כדי נישט צוצוקומען צו אן אלטע איסור.
אז א דיין האלט אז א זאך איז אסור (ס'שטימט נישט מיט איינע פון די תריג אדער תקנות דרבנן) דאן קען ער אזוי זאגן אן קיין מושב וכו', דא רעדט מען אבער פון מאכן א נייע גזירה, א משמרת למשמרתי, דאס קען עפעס יעדער ארויסשאקלען פון ארבעל און ס'זאל ווערן אסור? (מאקסימום גיב דיין Advice אז לשיטתך קען עס שאטן פאר די קינדער)

ובפרט אז זייער איסור איז אויף א ספעציפישער חפץ אין וואס א יחיד האט אינוועסטירט געלט בשעת וואס ער האט א הכשר, נו, וויאזוי מען מעג יענעם שאדן מאכן זיין געלט מיט א "נייע גזירה" אן זיך געהעריג צאם זעצן בעפאר?