Under maintenance
הויפט זייט » מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיטי!!

מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיטי!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13498
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:37 am#439963
מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיטי!!
אין א אינטערוויו מיט א צייטונג אין א''י זאגט ר' יונה לבל (באקאנט ווי א מקובל וואס איז בקי אין חכמת היד והפרצף) אז ער איז געוועהן אין די גראסערי אין דזשערסי סיטי און איז געראטעוועט געווארען!!

אינטערסאנט אז זיין מעשה איז זייער ענדליך צו די מעשה פון לאקס
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:38 am#439964
..
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:46 am#439965
דאס איז א געוואלדיגע טריט פאראויס אין אידישקייט. אז איינער מאכט א ברכה און ער איז גאר א מקובל און פוסק וכו', און דער ווידיאו ווייזט אונז קליפ און קלאר אז ער איז א שקרן און האט נישט ניטאמאל אויף וואס אנצוהענגן זיין שקר, וועט יעדער איינער קענען זען און וויסען וויפיל זיך צו פארלאזען אויף אזעלכע געשיכטעס.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 11:37 am#439966
נישט צום גלייבן.
ביסט זיכער עס איז נישט א פאלשער פעיפער?

א מילתא דעבידא לגלויי זאגט ער אויך ליגענט?
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 11:51 am#439969
ער איז דאך א מקובל, סאיז דא אזא מושג ביי מקובלים זיי קענען זיין איין מינוט דא א רגע נאכדעם ביי די אנדערע עק וועלט.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 12:03 pm#439970
די קאווע שטיבל כופרים גלייבן נעבעך נישט אין רואה ואינו נראה... וואס פארשטייען זיי.

די חידוש איז גאר אז מ'קען ווען שיסן א רואה ואינו נראה.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 3:05 pm#439973
קורקלענד האט געשריבן:די קאווע שטיבל כופרים גלייבן נעבעך נישט אין רואה ואינו נראה... וואס פארשטייען זיי.

די חידוש איז גאר אז מ'קען ווען שיסן א רואה ואינו נראה.

מיין איינציגסטע פראבלעם איז, אז ער וואלט געדארפט בענטשען גומל אויף דעם אופן, קיינער זאל נישט הערן, נאר ער.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 4:14 pm#439977
די רעדאקטער פון די צייטונג האלט זיך ביי זיינס אז ס'איז אמת.....
:lol: :lol: :lol: :lol:
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 8:31 pm#439980
.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:18 pm#439983
נמחק
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:02 pm#439984
וויליאמסבורגער האט געשריבן:אין א אינטערוויו מיט א צייטונג אין א''י זאגט ר' יונה לבל (באקאנט ווי א מקובל וואס איז בקי אין חכמת היד והפרצף) אז ער איז געוועהן אין די גראסערי אין דזשערסי סיטי און איז געראטעוועט געווארען!!

אינטערסאנט אז זיין מעשה איז זייער ענדליך צו די מעשה פון לאקס

m https://rationalwiki.org/wiki/Mandela_effect m :)
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:41 pm#439985
וויאזוי האבן אים די רוצחים באמערקט אויב קיינער אנדערש האט אים נישט געזען?
מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 11:35 pm#439987
נולד מאוחר האט געשריבן:ער איז דאך א מקובל, סאיז דא אזא מושג ביי מקובלים זיי קענען זיין איין מינוט דא א רגע נאכדעם ביי דו אנדרע עק וועלט.

טענו בעירכם והודו לזכר קדשו!
וואו קומט איינס מיט די אנדערע? איין מענטש קען נישט זיין צוויי פלעצער אויף אמאל, מילא איז די מעשה שקר. משא"כ קריעת ים סוף איז געווען בדרך הטבע אזוי ווי די פסוק איז מעיד, און אז דו ווילסט קען איך דיר צו ברענגען קליפס פון יו טוב פון אזעלעכע קריעת ים סוף געשעהענישן פון היינטיגע צייטן, נאר די חלק הניסי דערפון אז ס'פונקט דעמאלט געשעהן, אזוי ווי אלע נסים.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:28 am#439990
קען מיר איינער מסביר זיין פשט? ער קימט דא קיין אמערקע און האט צענדליגע גלויבערס, איז ער א פשוט'ע בהמה און מיינט אז 2020 קען נאך פארקויפן גראבע שקרים בשעת עס איז דא סערוועליענס קעמערעס א.ד.ג. אלל אווער... אזעלעכע פאנטאזיעס? וואסי פשט?
גייט מיר ממש נישט אין קאפ אריין - אחוץ איים מיסינג אויט סאמטינג!
פון די אפיקורסים דא וואס האבן א אישו מיט קריעת ים סוף בין איך נישט נייגעריג צו הערן - איך פרעג די נארמאלע מענטשען דא.. האט איינער פשט?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 1:15 am#439996
עס מוז זיין אז ער האט געהאט עיבור נשמה אין לאקס, עס שטייט דאך אז צדיקים ווערן מגולגל אין פיש, און ממילא האט ער בייגעוואוינט די מעשה ווי ער זאגט טאקע.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:21 am#439998
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
שלמה המלך האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פשט? ער קימט דא קיין אמערקע און האט צענדליגע גלויבערס, איז ער א פשוט'ע בהמה און מיינט אז 2020 קען נאך פארקויפן גראבע שקרים בשעת עס איז דא סערוועליענס קעמערעס א.ד.ג. אלל אווער... אזעלעכע פאנטאזיעס? וואסי פשט?
גייט מיר ממש נישט אין קאפ אריין - אחוץ איים מיסינג אויט סאמטינג!
פון די אפיקורסים דא וואס האבן א אישו מיט קריעת ים סוף בין איך נישט נייגעריג צו הערן - איך פרעג די נארמאלע מענטשען דא.. האט איינער פשט?
כ'פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט, יא סערוועילענס קעמעראס צו נישט, ס'דא אזא פאנאמענען וואס הייסט א חסיד שוטה, אדער א פאנאטישע חסיד וואס מיינט אז ער/זי קען זיין קלוג אין אסאך אנדערע זאכן, קען אפילו זיין א געלערנטער מענטש אבער ווען סקומט צו זיין פאנטאזיע הנקרא רבי ווערט יעדע פאנטאזיע א פאקט.
אמאל מאכט זיך עס אין וויזניץ, אמאל אין ליובאוויטש,
כ'געדענק כ'האב אמאל געטענה'ט מיט א ליובאוויטשער חסיד, ער האט גע'טענה'ט אז זיין רבי האט זיך צו עם באוויזן בהקיץ און עם פינקטלעך אנגעוויזן וואס צו טוהן לגבי עפעס אן ענין.

איז דער לבל צו וויזוי ער הייסט קאן גוט זיינע נאכלויפערס און ער ווייסט אז זיי גייען עם הינדערט פארצענט גלייבן, איי די נישט חסידים גייען לאכן פון עם, נישט מאלעריש, זיין חשבון איז, ער מוז קעיטערן זיין בעיס, פון זיי לעבט ער און פערטיג.

קוק למשל אויף מענדעלע וויזניצער, טוט ער דען נישט קיין גאר פאני זאכן? אדער זאכן וואס מהיפך להיפך פון אידישקייט אשר לא שערום אבותינו, לאכן דען נישט רוב אידן דערפון און מיט דעם אלעם טוט ער עס ווייל ער קען זיין בעיס און ווייסט אז אפילו ער וועט מאכן א קטונתי בפני כל הקהל וועט מען אויך זאגן גרויסע זאכן.
העי עווריטינג בוילס דאון טו מאני ענד פאוער, און אנפארטשענעטלי היינצוטאגס ווען א רבי/פירער/ בעל מקובל אדער סיי וועלעכע נאמען טוט/זאגט/ סיי וואספארא זאכן וואס ווי מער משוגע און ווי מער פאנטאזיע הנקרא העכער ער טוט אלץ מער וועלן סיי זיינע און סיי אנדערע איהם באגיסן מיט געלד און נאכלויפן.

איז נישט דער בעל מקובל לבל פארנומען מיט קמיעות און רינגלעך וואס היטן אפ פון אלעם בייזן און בענטשן דעם מענטש מיט כל מיני ישועות??? יא כ'גלייב עס הינדערט פארצענט אז ער האט עס געזאגט!!
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:27 am#439999
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז א געוואלדיגע טריט פאראויס אין אידישקייט. אז איינער מאכט א ברכה און ער איז גאר א מקובל און פוסק וכו', און דער ווידיאו ווייזט אונז קליפ און קלאר אז ער איז א שקרן און האט נישט ניטאמאל אויף וואס אנצוהענגן זיין שקר, וועט יעדער איינער קענען זען און וויסען וויפיל זיך צו פארלאזען אויף אזעלכע געשיכטעס.
ר' יונה האט גאר א שארפע שטעלונג קעגן ווידעאו, ממילא האט דאס נישט קיין שום האפט לדעתו הרמה.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:35 am#440000
איך הער אויף גלייבן אין ר' יונה. טאמער וואלט ער געהאט רוח הקודש וואלט ער דאך געוויסט אז ס'איז דא ווידעא
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:49 am#440002
וואו איז רעב בערל ווען מען רעדט פון א בעל מקוגל?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 8:43 am#440005
זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז קומענדיגע מאל וואס יונה לעבל קומט צו אמעריקע פראווען א. ג. חכמת היד און חכמת הפרצוף וועט ער האבן ווייניגער קאסטומערס. שארלאטאנען און די וואס גלייבן אין זיי האבן אנדערע כללים אין לאגיק.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 10:02 am#440006
ראובן האט געשריבן:זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז קומענדיגע מאל וואס יונה לעבל קומט צו אמעריקע פראווען א. ג. חכמת היד און חכמת הפרצוף וועט ער האבן ווייניגער קאסטומערס. שארלאטאנען און די וואס גלייבן אין זיי האבן אנדערע כללים אין לאגיק.

איך האב געטראכט ענליך.

ATUB @קאך_לעפל ATUB שרייט 'איז ער אזא בהמה?'

ניין, ער איז נישט. בהמות זענען מיר וואס מיר מיינען אז דאס וועט בכלל אויסמאכען אין זיין שטעלע אין דער וועלט.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 10:23 am#440007
פארוואס זאל ער יא פארלירן קאסטומערס? איינער וואס קען זאגן אזא ליגנט פאר די גאנצע וועלט אין פרצוף אריין, איז טאקע א גרויסע מומחה בחכמת הפרצוף...
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:19 am#440008
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז קומענדיגע מאל וואס יונה לעבל קומט צו אמעריקע פראווען א. ג. חכמת היד און חכמת הפרצוף וועט ער האבן ווייניגער קאסטומערס. שארלאטאנען און די וואס גלייבן אין זיי האבן אנדערע כללים אין לאגיק.

איך האב געטראכט ענליך.

@קאך_לעפל שרייט 'איז ער אזא בהמה?'

ניין, ער איז נישט. בהמות זענען מיר וואס מיר מיינען אז דאס וועט בכלל אויסמאכען אין זיין שטעלע אין דער וועלט.

וואס פאר א שווארץ יאר דערמאנסטו מיין נאמען דא? איך האב נישט גארנישט געשריבן דא אין דעם דאזיגען אשכול... ביטע קריך אנידער....

שכוח פון פארנאויס....
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:07 pm#440018
איך זאג דיר דעם אמת - איך גלייב נישט אין יעדע בהמה - HOWEVER איך האב ליב אויסצוטשעקן די חברה ווען איך האב אביסל איבריג צייט
איז אזוי - מיט דעם לבל - האב איך אנפאנג שטארק געקויפט ער האט זייער גיט געמארקעט זיינע סחורה - איך האב אים געטרייט - זיין סעקסעס רעיט איז געוועהן גאנץ פיין
שפעטער האט ער פארלוירן זיין נאמנות ביי מיר היפש - אבער אין הארצן האב איך פארט געהאלטן אז עפעס פארט האט ער אין זיך
אבער אז דער בהמה האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען אז איז געוועהן אין געשעפט מיט די שיסער האט ער אלעס פארלוירן!
UNLESS ער האט עס נישט געזאגט - נאר פשוט ער האט פארציילט איינעם די מעשה מיט לאקס - און יענער האט פארשטאנען עז איס געוועהן מיט אים וכדו' וכדו' ווי מעשה'ס פאר'ן
איך האב עס פארט נישט געהערט פון אים אליין
אבער טאמער ער פארקויפט דאס אליין וואלט איך אים אריינגעלייגט אין גארבעדש קען
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:44 pm#440019
איך האמיך איינגעהאלטען פון רעדען ביז יעצט משום כבוד אלקים הסתר דבר. אבער אז סווערט א חילול השם מוז איך מיך אנרופען.
ליהוי ידיע אז איך האב מיטגעהאלטען די שיסעריי און כהאב קלאר געזעהן רב לעבעל דארטען.
איין זאך איז נישט ריכטיג. ברוב ענוותנתו זאגט די מקובל אז ער איז ארויסגלאפן באצייטענס. שקר.
די רעוואלווער האט געשאסן אין זיין הארץ אריין. רב לעבעל איז אראפגעפאלן א טויטער.. כפארשטיי נישט פארוואס מבאהאלט עס.
השם יקום דמו.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:12 pm#440022
גדליה האט געשריבן:איך האמיך איינגעהאלטען פון רעדען ביז יעצט משום כבוד אלקים הסתר דבר. אבער אז סווערט א חילול השם מוז איך מיך אנרופען.
ליהוי ידיע אז איך האב מיטגעהאלטען די שיסעריי און כהאב קלאר געזעהן רב לעבעל דארטען.
איין זאך איז נישט ריכטיג. ברוב ענוותנתו זאגט די מקובל אז ער איז ארויסגלאפן באצייטענס. שקר.
די רעוואלווער האט געשאסן אין זיין הארץ אריין. רב לעבעל איז אראפגעפאלן א טויטער.. כפארשטיי נישט פארוואס מבאהאלט עס.
השם יקום דמו.

הער פרעזידענט, אייער טאלאנט פון פארוואנדלט ווערן צו א אומזעבארע באשעפעניש, קען אייך זיין זייער נוצבאר אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. איר וועט קענען זיין איבעראל און קיינער וועט אייך נישט זען. אייערע שפיאנזש מעגליכקייט וועט ווארשיינליך ברעכן יעדע רעקארד. אריינגערעכנט דער רעקראד פון זשעימס באנד זעלבסט.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:49 pm#440025
דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן

ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:42 pm#440030
לך לך האט געשריבן:ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא

ער'ט פיין קומען, און כ'זע נישט פארוואס ער זאל נישט מצליח זיין ביי דעם 90% פון היימישן כלל ישראל וואס שטיצט אט דעם פרעזידענט:
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:12 pm#440034
איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 10:50 pm#440049
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:39 pm#440051
ראובן האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא

ער'ט פיין קומען, און כ'זע נישט פארוואס ער זאל נישט מצליח זיין ביי דעם 90% פון היימישן כלל ישראל וואס שטיצט אט דעם פרעזידענט:

חכם איינער, דעיס איז א בילד פון וואשינגטאן פאוסט, וואשינגטאן פאוסט איז פעיק ניוז.....
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:55 am#440054
לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן

ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא

אהה דעיס מאכט שוין סענס אז איינער האט אים געוולט צופיקסען!
מ'דארף זיין גאר א גרויסע בהמה צי מאכען אזא מעשה (ערב) 2020
צי ער איז א מקובל אדער א מקוגל זאל יעדער זאגען און טראכטען וואס ער וויל - אבער ער זעט נישט אויס צו זיין אזא בהמה ווער עס קען אים
קען זיין אז איינער איז זאט פון אים און קען באשטיין ער זאל בלייבן אין אשדוד האט ער אים ציגעפיקסט!
מאכט שוין אביסל מער סענס דעי סטארי דא...
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 1:15 am#440055
חיים יואל האט געשריבן:איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?

פונעם בילד קוקט אויס אז ער איז למעשה יא געשאסן געווארן...
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 1:19 am#440056
מפיל קינד האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?

פונעם בילד קוקט אויס אז ער איז למעשה יא געשאסן געווארן...

די צוויי בילדער זענען פון BEFORE AND AFTER
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:42 am#440062
נאך א צייטונג אין אשדוד האט אריינגעכאפט אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיט'ן בעל הנס אליינס.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 10:31 am#440065
שלמה המלך האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן

ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא

אהה דעיס מאכט שוין סענס אז איינער האט אים געוולט צופיקסען!
מ'דארף זיין גאר א גרויסע בהמה צי מאכען אזא מעשה (ערב) 2020
צי ער איז א מקובל אדער א מקוגל זאל יעדער זאגען און טראכטען וואס ער וויל - אבער ער זעט נישט אויס צו זיין אזא בהמה ווער עס קען אים
קען זיין אז איינער איז זאט פון אים און קען באשטיין ער זאל בלייבן אין אשדוד האט ער אים ציגעפיקסט!
מאכט שוין אביסל מער סענס דעי סטארי דא...

זיין קומען אהער די לעצטע מאר יאר איז שוין די צווייטע מאל וואס ער איז נתגלה געווארן. מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו קומען אהער, און נאך וואס ער האט אנגעמאכט אסאך צרות פאר איינעם, האט מען איהם פארטריבן מיט א ווארענונג אז ער זאל קיינמאל נישט קומען אהער מער פראווען מקובלות. איז ער צוריק אריין אין באהעלטעניש פאר צען פופצן יאר, און דערנאך איז ער נאכאמאל נתגלה געווארן...
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 11:09 am#440066
קורקלענד האט געשריבן:

ער אדווערטייזט כסדר אויף קול מבשר.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:41 pm#440069
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
קורקלענד האט געשריבן:זיין קומען אהער די לעצטע מאר יאר איז שוין די צווייטע מאל וואס ער איז נתגלה געווארן. מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו קומען אהער, און נאך וואס ער האט אנגעמאכט אסאך צרות פאר איינעם, האט מען איהם פארטריבן מיט א ווארענונג אז ער זאל קיינמאל נישט קומען אהער מער פראווען מקובלות. איז ער צוריק אריין אין באהעלטעניש פאר צען פופצן יאר, און דערנאך איז ער נאכאמאל נתגלה געווארן...

וואסארא מין צרות רעדט מען וואס ער האט כלומר׳שט אנגעזייט?
ווער איז דער ״מען״ וואס האט אים פארטריבן?
וויאזוי האט מען אים פארטריבן?
וואו האט ער זיך ״אוסבאהאלטן״?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 4:41 pm#440083
טראכטכמוני האט געשריבן:אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל?

דאס קען נישט זיין, ווייל דאן וואלט לאקס גערעדט צו די צייטונג אין ארץ-ישראל.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 1:18 pm#440106
ליידער האב איך נישט קיין אמונה אין אזעלכע פארשוינען, איך גלייב אבער יא אין דער מענטשהייט. פראביר איך צו פארשטיין וואס האט ער געטראכט? און איך זע נישט קיין שום פערספעקטיוו וואס זאל דאס מאכן פארשטענדליך. (דאס אז איך זע נישט, מיינט נישט אז עס איז נישט דא, איך זאג נאר לפי ראות עיני).

מוז איך אנעמען אז די אמת איז איינס פון די צוויי (אדער ענדליך צו דעם).

לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן.

שלמה המלך האט געשריבן:אנלעסס ער האט עס נישט געזאגט - נאר פשוט ער האט פארציילט איינעם די מעשה מיט לאקס - און יענער האט פארשטאנען אז עס איז געוועהן מיט אים וכדו' וכדו' ווי מעשה'ס פארן.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:10 pm#440110
און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 4:07 pm#440116
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
אישתישבי האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל?

דאס קען נישט זיין, ווייל דאן וואלט לאקס גערעדט צו די צייטונג אין ארץ-ישראל.
כ׳האב נישט געזאגט ער׳ז א ירושלים׳ער קוגל... געמיינט האב איך אן אמיריקאנער קוגל (וואס באקט גראדע לאקשן), און דא האט ער דאך גערעדט צו די מידיא.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 11:27 pm#440130
וויליאמסבורגער האט געשריבן:אין א אינטערוויו מיט א צייטונג אין א''י זאגט ר' יונה לבל (באקאנט ווי א מקובל וואס איז בקי אין חכמת היד והפרצף) אז ער איז געוועהן אין די גראסערי אין דזשערסי סיטי און איז געראטעוועט געווארען!!

אינטערסאנט אז זיין מעשה איז זייער ענדליך צו די מעשה פון לאקס

רבותיי: איך בין ב"ה ניצול געווארן פון 3 פלעצער. 1( פון די קרוינהייטס ראיאטס אין יאר '91 למספרם. ווייל א טאג פאר די ראיאטס האבן אויסגעבראכן ביניך געווען אין קרוינהייטס... 2) פון די ווארלד טרעיד סענטער. ווייל בערך אין יענע טעג פון סעפטעמבער 11 האביך געפלאנט צו גיין צו א גאווערנמענט אפיס וואס איז געווען אין די ווארלד טרעיד סענטער.. 3( דזשערזי סיטי. ווייל איך האב אזויפיהל געהערט וועגן דעם אידישן ישוב אין דזשערזי סיטי אז איך האב געטראכט צו גיין באזוכן דארט. און סטאפן אין די היימישע גראסערי צו קויפן א סענדוויטש מיט א דרינק. נאר איך האב געהאט מזל. ווייל בערך אום 2:30 נאכמיטאג דארף איך דרייוון מיין באס. ממילא האביך געטראכט צו גיין אן אנדערס מאל...!

איך האב ערגעץ געליינט אז דער גרויסער מקוגל הרב יונה לעבל שליט"א איז געווען א שטיקל קרוב משפחה מיט'ן הייליגן ליסקער צדיק זכותו יגון עלינו. וואס די אנטיסעמיטן האבן אויסגעטראכט א בילבול אויף איהם. (ואכמ"ל) און ער איז נעבעך געגאנגען אומ-שולדיגערהייט זיצן אין תפיסה
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 11:49 pm#440133
אישתישבי האט געשריבן:און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.

עגרי, ליגענט איז זייער פארשטענדליך. א שיינע דריטע אפציע.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:53 pm#440327
הדסים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.

עגרי, ליגענט איז זייער פארשטענדליך. א שיינע דריטע אפציע.

שוואכע אפציע
מילתא דעבידי לגלויי לא משקרא אינשי
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:53 pm#440344
יעקב מענטש האט געשריבן:מילתא דעבידי לגלויי לא משקרא אינשי

על כגון דא נאמר "נשתנו הטבעים"...
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:13 am#440426
ברעיקינג!!!!
א ספעציעלע באריכט צו קאווע שטיבל אז הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.

היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים.
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:55 am#440430
חתם סופר האט געשריבן:ברעיקינג!!!!
א ספעציעלע באריכט צו קאווע שטיבל אז הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.

היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים.

די קאווער אפ הייבט זיך אן.

ווי אלע פאליציי פארשונגען צייגן איז הרב לעבל געווען דער טעראריסט וואס האט דערשטאכן די אידן ביים פארשעי'ע רבי'ן אין שטוב.

ביי די ערשטע אויספארשונג האט ער זיך געבראכן און מודה געווען אז דאס איז געווען א נקמה אקציע וויבאלד די עולם האט נישט געוואלט גלויבן זיין דזשערסי סיטי געשיכטע.
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:52 pm#440445
הרב לעבל איז שווארץ?