Under maintenance
הויפט זייט » קינדערליך'ס קאסמאלאגיע

קינדערליך'ס קאסמאלאגיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13499
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:23 pm#440028
קינדערליך'ס קאסמאלאגיע
ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו זען א נומער פון דער קינדער-אויסגאבע "קינדערליך" און כ'האב געשטוינט אויף דעם חילוק אין קוואליטעט צווישן קינדערליך און "קינדליין". כאטש איך האב שוין געהאט א סך טענות אויף קינדליין בעבר, און כ'האלט נאך אלץ אז ס'קען זיין פיל בעסער, איז קלאר אז קינדליין פרובירט צו סערווירן א פראדוקטן פון גוטן קוואליטעט, און שוינט נישט קיין געלט און מי דאס אהערצושטעלן.

קינדערליך, פון דער אנדערער זייט, איז לכתחילה געבויט אויף דעם זעלבן מאדעל ווי די אנדערע אויסגאבעס פון דער זעלבער פירמע, "דער בליץ" און "טריביון", וואס זוכט אנצופילן ווי מער בלעטער פאר ווי ווייניגער געלט און יגיעה. ביליגע, לופטיגע, גרייזיגע ארטיקלען, שוואכער קוואליטעט אילוסטראציעס און גראפיק, און בכלל א שלעכטן לייענען-ערפארונג.

אין דעם נומער וואס איך האב געהאט דעם שלעכטן מזל צו לייענען, האב איך געזען א קאלום "מוישי ענטפערט", וואס דארף צו ענטפערן וויסנשאפטליכע פראגעס וואס לייענער שיקן אריין. מיינע פריינט, גלייבט מיר אז אין לויף פון מיין קאריערע האב איך שוין געזען אסאאאך נארישקייטן אין דער היימישער פרעסע, אבער וואס האט מיך אפגעווארט אין "מוישי'ס" ענטפער האט מיך אויך איבערראשט.

אבער צו וואס זאל איך עס כאראקטעריזירן פאר אייך. נאט אייך, און לייענט אליין די נייע קאסמאלאגישע טעאריעס פון "קינדערליך".
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:26 pm#440039
שטערן זענען רינדעכיג? נישט פינף-עקעדיג? :? :P
דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:32 pm#440040
... מיט דעם קען מען אויספירן פשט אין די וואכעדיגע סדרה: הודו על ארץ ושמים, אז מ'זעט די געוואלדיגע חכמה אין די בריאה, וירם קרן לעמו, טוט זיך דער עולם אן הערנער.

גראדע מוז מען אים געבן קרעדיט פאר'ן וויסן אז יעדע (גרויסע) זאך האט גראוויטי. דאכציך אז דעם פאקט האט מען זיך נישט געפירט צו וויסן.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 7:24 pm#440090
שוין לאנג נישט געהאט אזעלכע געמישטע געפילן, געלעכטער און געוויין.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:11 pm#440111
וועלכע חלק איז נישט אמת?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:46 pm#440112
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע חלק איז נישט אמת?

אז סשטייט "מוישי ענטפערט", סהייבט זיך נישט אהן ער הייסט אפילו נישט מוישי
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 4:00 pm#440115
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע חלק איז נישט אמת?

איך האב נאר געליינט די ערשטע צעטיל, וועל איך קאמאנטירן אויף דעם.
וואס איז נישט ריכטיג איז, ער שרייבט די סיבה פון די רינדיכקייט פון פלאנטען איז פון די גראוועטי פון די פלאנעטן ארום און ארום, די ריכטיגע סיבה איז, ווייל יעדע פלאנעט האט אין זיך אן אייגענע כח פון גראוויטי, און עס צוהט אלע חומר צו זיך ווערט דאס בע"כ רונדעכיג.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 5:01 pm#440118
שנעל איבערגעבליקט די צווייטע חלק, שרייבט ער דארטן די סיבה אז די לבנה ווערט נישט צוגעצויגן צו דער ערד איז ווייל ער האט אן אייגן כח המשיכה, וואס איז איז נישט ריכטיג. די סיבה איז ווייל די לבנה איז אין מאשין, און עס אפעקטירט די אפעקט פונעם גראוועטי צו דער ערד.
הקיצור ווייס איך שוין נישט וואס איז א גרעסערע פלא, הרב יונה לבל'ס דמיונות, אדער מושיס ענטפערס.