Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיט קידוש תקנות זאל סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבוב

מיט קידוש תקנות זאל סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13508
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:45 pm#440326
מיט קידוש תקנות זאל סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבוב
געווענטליך איז תקנות גאנץ א גוטע זאך , בפרט ווען עס איז לשם שמים צו טוהן די ריכטיגע זאך פאר די קהילה. און דערפאר איז צו באגריסען די נייע קידוש תקנות אין סאטמער וואס באגרעניצט וואס א בעל שמחה מעג צושטעלען אין אין די זעלבע צייט געט עס ביליגע פרייזען פאר די פעקעזשעס וואס מ'נעמט .

אבער יעצט אז דאס פאנגט זיך אהן , דארף סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבוב זיכער מאכן אז ס'זאל נישט געשעהן ביי זיי. אין באבוב איז שוין דא תקנות צענדליגע יאהרן , און בעל שמחה'ס קענען נאר נעמען ביי די משמש. וואס איז געשעהן איז אז משמש האט באקומען די מאנאפאלי אויף קידושים , און ער האלט אין איין ארויפריקען די פרייז העכער און העכער פאר די זעלבע ביסעל טאץ קעיק.

היינט אין באבוב צאלט מען אפאר הונדרעט דאללער פאר צוויי טאץ'ן קעיק און אביסעל ברוינפען , אלעס ווייל די תקנות איז געווארען א מאנאפאלי פון דער משמש , וואס איז רייך געווארן אויף דעם חשבון.

סאטמער זאל זיכער מאכן אז די תקנות בלייבט א תועלת פאר די מתפללים און ווערט נישט קיין מאנאפאלי פון די שמשים.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:13 pm#440332
א חבר מיינער פארציילט מיר אז ער האט געמאכט א קידוש מיט יארן צוריק אין וויזניץ מאנסי - ווי דארט טאר מען גארנישט אריינברענגן נאר דער שמש שטעלט עס צו - עס איז געווען נאך 7 ! קידושים מיט וועם ער האט געשער"ט - באצאלט האט בערך $70 פאר די קאלטע קעיק און ווארעמע גרעיפ זשוס- און צוגאב צו דעם האט ער צוגעצאלט $85 surcharge פארן שמש !!!!!
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:18 pm#440334
ווען מען דאווענט אין אזא גרויסער בית מדרש ווי סאטמאר אדער באבוב האט סייווי נישט קיין זין צו מאכן א קידוש אין שוהל, קיינער קימערט זיך נישט דארט מיט דיין שמחה. און ווידער די משפחה און חברים וועמען זענען זיך מטריח און קומען יא איז פשוט נישט מענטשליך צו געבן די טריקענע שטיקל קעיק וואס דער משמש שטעלט צו. ענדערש זאל מען מאכן א נארמאלער קידוש אינדערהיים, אדער אין עפעס א צימער אין בית מדרש, נאר די נאנטע קענען קומען און מען קען געבן נארמאל צו עסן און טרינקען.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:35 pm#440336
וואס מיינט נאר נאנטע קען קומען? מען דארף האבן א טיקעט..?

א קידוש אין א גרויסע בית מדרש, איז א זמן צו וואונטשן מזל טוב. אסאך קומען צו, זאגן א ווארט, און גייען ווייטער. די מזונות ליגט דארט ווייל מען קען נישט לאזן ליידיג, און אויב א רענדאם בחור/אינגערמאן איז הונגעריג, איז ער וועלקאם צו מאכן קידוש.

ווער עס וויל, קען מאכן א גרעסערע קידוש אינדערהיים. איך פערזענליך זע נישט א קידוש ווי א גרויסע סעלעברעישן.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 9:33 pm#440351
הדסים האט געשריבן:איך פערזענליך זע נישט א קידוש ווי א גרויסע סעלעברעישן.

:shock: :? :roll: :קראץ: :האה? :געוואלד: :אומגלויבליך:
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 1:58 am#440364
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א חבר מיינער פארציילט מיר אז ער האט געמאכט א קידוש מיט יארן צוריק אין וויזניץ מאנסי - ווי דארט טאר מען גארנישט אריינברענגן נאר דער שמש שטעלט עס צו - עס איז געווען נאך 7 ! קידושים מיט וועם ער האט געשער"ט - באצאלט האט בערך $70 פאר די קאלטע קעיק און ווארעמע גרעיפ זשוס- און צוגאב צו דעם האט ער צוגעצאלט $85 surcharge פארן שמש !!!!!

אין באבוב איז דא יעדע וואך בערך 5 זכרים און 5 קידושים, יעדער דארף צאלן 300, נישט קיין חילוק וויפיל שמחות ס'איז דא. די עסן אויפן טיש זענען נישט ווערד קיין פופציגער.

אבער אויב ווילסטו דיין קינד זאל לערנען אין באבוב מוזטו מאכן די שמחה דארט, חוץ אויב דיין זיידע איז א עושר.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 4:08 am#440367
א משפּחה מיטגליד מיינער האט געמאכט א קידוש אין באבוב נישט לאנג צוריק. דאס אראפרייסן דעם שמש דארט אין באבוב איז מער ווייניגער א סטיריאטיפּ, און מענטשן פארגינען סתם נישט די סוקסעס זיינע. א קידוש אין באבוב קאסט בערך צוויי מאות, און די מזונות וואס ער שטעלט צו איז ווערט פיל מער פון פופציג דאלער. מ'קען טאקע טרעפן אט די זעלבע מזונות פאר עטוואס ביליגער ווי ער רעכענט, אבער זיינע פרייזן זענען נישט אזוי איבערגעטריבן ווי מ'מאכט עס. צוויי טאצן מזונות רעדט זיך נישט פון צוויי קליינע טעצעלעך, נאר געווענליך איז עס צוויי גרויסע ברוינע באקסעס, סופלאמענטירט מיט נאך צוויי קליינע טעצעלעך אין די זייט. ועל כולם, קאסט א קידוש אין סיי וועלכע אנדערע 'נארמאלע' פלאץ מינימום זעקס מאות ווען מ'שטעלט קוים צו און די שמש מאכט ניטאמאל קיין געלט. אין א פאל ווי מ'שטעלט צו שיין, און ס'גייט מיט א שמש רעדט זיך עס פון א מינימום פון פופצן מאות. ממילא זענען די וואס מאכן אוועק די באבוב'ע סיסטעם סתם אראפרייסערס, ס'איז פון די איינציגסטע שולן ווי ס'איז מעגליך צו מאכן א שמחה פאר אזא ביליגע פרייז, וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייען.

ווי איך הער אויך, שטעלט ער צו די קידוש אפגעזען צו ער ווערט יא אדער נישט באצאלט.....
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 8:12 am#440368
וויפיל קאסט אין דער אנדערע באבוב?
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 10:12 am#440374
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א חבר מיינער פארציילט מיר אז ער האט געמאכט א קידוש מיט יארן צוריק אין וויזניץ מאנסי - ווי דארט טאר מען גארנישט אריינברענגן נאר דער שמש שטעלט עס צו - עס איז געווען נאך 7 ! קידושים מיט וועם ער האט געשער"ט - באצאלט האט בערך $70 פאר די קאלטע קעיק און ווארעמע גרעיפ זשוס- און צוגאב צו דעם האט ער צוגעצאלט $85 surcharge פארן שמש !!!!!

אפשר איז כדאי צו זעהן פונ'ם שמש'נס פערספעקטיוו אביסל.

קודם דארף מען פארשטיין אז כדי צו אנהאלטן א מנהג המקום דארף זיין א דורכשניטליכע פרייז פאר א קידוש. אויב דער מקדש איז די איינציגע בעל שמחה יענע וואך קאסט עס "זייער" אסאך מער פון 155 דאלער. האסט פארגעסן ווי פול א קעיס גרעיפ דזשוס קאסט? אפילו ביי זיבען קידושים, אויב א בעל שמחה איז מחליט צו מאכען זיין קידוש אין וויזניץ, דעמאלטס עסט זיין חלק, אפילו אויב ס'איז מתוך זיבען אנדערע, מער ווי זיבעציג דאלער, ס'דא מער ווי זיבען טעצער קעיק, און מער ווי עטליכע באטלעך גרעיפ דזשוס, און מער ווי איין פעקל קאפס, טישטיכער אויפ'ן טיש, ווי אויך די רבי'נס גרויסען טאץ פיש וואס ער דארף פארטיילן וכו'. למעשה האט ער א ברירה נישט צו מאכן די שמחה אין א גרויסע בית מדרש, נאר ער טוט עס מרצונו הטוב, וממילא קען זיין אז ס'קאסט, אפילו נאר זיין חלק, 1/7, מער ווי זיבעציג דאלער. ווי אויך איז נישט מוכרח אז ס'דא א יעדע וואך 7 קידושים, קען מען דען טוישן די פרייזען א יעדע וואך? אלא מאי ס'דארף זיין עפעס א סיסטעם, ספעציעל אויב מ'וויל אז די תקנה זאל זיך האלטן, וואס סיי ווי רייסט נישט קיין געלט ביי 7 כאמור, כ"ש אויב ס'נאר איין בעל שמחה און מ'געט קידוש מאכן פאר חאטש 500 יודען. רעכן אויך אריין אז ביי 7 שמחות איז דא מער געסט, און ס'נישט נאר 7 מאל די זעלבע מענטשן.

צווייטענס, און דאס איז נאך וויכטיגער צו געדענקען, אז אנגרייטן די קידוש און די מקום הקידוש, האט מען נישט ארויס געצויגען פון לופט. אנגרייטען די טישן און בענק, ארויף לייגען די טישטיכער, ארויף ברענגען די מזונות, אראפ רוימען, אויסקערן, אפ וואשן אויסגעגאסענע גרעיפ דזשוס, צוריק לייגען די טישען, ארויס טראגען די גארבידזש וכו', און ווער וויסט וואס נאך מיר זעהען נישט, וואס איינער דארף באצאלן פאר די לעיבאר. יעצט לאמער נישט פארגעסן דער געטרייער שמש וואס לויפט ארום פון אין מיטען דאווענען ביז א שעה נאכן דאווענען וואך איין וואך אויס, א גאנץ קיילעכיגער יאר. ועל כולם, נוצט מען נאך יענעמ'ס פלאץ, ווי קענסטו באקריגען, אפילו בלויז א זאל, אן צאלען?. ווי אויך ווער ס'ווייסט, איז די שמשות עפעס א סארט פרנסה-ביזנעס וואס פון דעם לעבט ער, אז די ווילסט נישט פירן א ביזנעס וואס breaks even, אן עפעס ריוח נאך צאלען די הוצאות, פארוואס פארשטייסטו נישט דעם שמש?

יעצט איז נאך אלס די קידוש ווערט נאר 70+85 ?

און ניין, איך בין נישט שמש און וויזניץ...
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:08 am#440377
קורקלענד האט געשריבן:א משפּחה מיטגליד מיינער האט געמאכט א קידוש אין באבוב נישט לאנג צוריק. דאס אראפרייסן דעם שמש דארט אין באבוב איז מער ווייניגער א סטיריאטיפּ, און מענטשן פארגינען סתם נישט די סוקסעס זיינע. א קידוש אין באבוב קאסט בערך צוויי מאות, און די מזונות וואס ער שטעלט צו איז ווערט פיל מער פון פופציג דאלער. מ'קען טאקע טרעפן אט די זעלבע מזונות פאר עטוואס ביליגער ווי ער רעכענט, אבער זיינע פרייזן זענען נישט אזוי איבערגעטריבן ווי מ'מאכט עס. צוויי טאצן מזונות רעדט זיך נישט פון צוויי קליינע טעצעלעך, נאר געווענליך איז עס צוויי גרויסע ברוינע באקסעס, סופלאמענטירט מיט נאך צוויי קליינע טעצעלעך אין די זייט. ועל כולם, קאסט א קידוש אין סיי וועלכע אנדערע 'נארמאלע' פלאץ מינימום זעקס מאות ווען מ'שטעלט קוים צו און די שמש מאכט ניטאמאל קיין געלט. אין א פאל ווי מ'שטעלט צו שיין, און ס'גייט מיט א שמש רעדט זיך עס פון א מינימום פון פופצן מאות. ממילא זענען די וואס מאכן אוועק די באבוב'ע סיסטעם סתם אראפרייסערס, ס'איז פון די איינציגסטע שולן ווי ס'איז מעגליך צו מאכן א שמחה פאר אזא ביליגע פרייז, וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייען.

ווי איך הער אויך, שטעלט ער צו די קידוש אפגעזען צו ער ווערט יא אדער נישט באצאלט.....

פאר 750 האב איך צוגעשטעלט קעיק, הערינג, טשולענט, קוגגל, גאלע, אלעס פון שענסטן און בעסטן פאר איבער 150 אידן.

און יא, די טאץ קעיק וואס באבוב שטעלט צו קאסט מאקסימום 25, ס'איז די ביליגסטע קעיק אויפן מארקעט, פאר א סיבה טרעפט מען עס נאר אין בית מדרש נישט אין גראסערי.... פלאס ברוינפן קומט אויס צו 50 דאלער, צומאל 60.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:04 pm#440379
מפיל קינד. ביטע מודיע זיין צום רבים וואו מ'קען פארשאפן אזא ביליגע פעקעדזש. ס'קען מזכה זיין אסאך אידן. די זעלבע מעניו פאר א וואכנאכט איז ביי מיר אריינגעקומען דריי מאל אזוי טייער.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 2:05 pm#440383
איך ווייס נישט וויפיל דער טאץ פין באבוב קאסט, אבער א ברוינע טאץ קאסט זיכער ארום אכציג דאלאר.
צוויי פלעשלעך ברויכן קאסט אויך מינימום פיפציג דאלאר.
פלאס קליינע טאצען מאנדעלברויט, און מען האלט שוין ביי צוויי פיפציג, און דער שמש מעג עפעס פארדינען אויך.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 3:56 pm#440386
Re: מיט קידוש תקנות זאל סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבו
די גאנצע שקלא וטריא דא האט נישט מיט תקנות צוטוהן ס׳איז א שאלה צו די משמש זאל צושטעלן די קידוש צו נישט. ס׳קען זיין תקנות און יעדער זאל אליין צושטעלן די קידוש, ס׳צוויי עקסטערע ענינים.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 4:13 pm#440388
טראכטכמוני האט געשריבן:די גאנצע שקלא וטריא דא האט נישט מיט תקנות צוטוהן ס׳איז א שאלה צו די משמש זאל צושטעלן די קידוש צו נישט. ס׳קען זיין תקנות און יעדער זאל אליין צושטעלן די קידוש, ס׳צוויי עקסטערע ענינים.

צושטעלן א קידוש מיינט נישט אז מ'רופט פרוינדס פיש און קארן'ס בעקעריי צו באשטעלן די עסן. איינער דארף אפנעמען די דעליוועריס, פלאצירן אין די נויטיגע מקומות, פרידזש, פריזער, בלעך וכו', שבת ביים דאווענען דארף מען צוגרייטן, און דערנאך דארף מען גוט אויסרייניגן. אלע די 'זייטיגע' זאכן וועלן פאלן אויף די שמש, און אפי' מיט א שמש א חזיר, און א רויבער וועסטו אויסקומען ביליגער און גרינגער וואו צו טראגן אדער באצאלן אליינס פאר די אלע אויבן דערמאנטע אתריותן. מ'וויל עס נישט אנערקענען אבער מ'טראכט נישט וויאזוי מ'וואלט זיך באמת באגאנגען אן קיין תקנות.

אראפרייסן, בארעדן און נישט פארגינען שמשים איז א אלטע איינגעגעסענע מידה ביי פיל. ס'איז עפ''י רוב געטריבן פון שלעכטקייט און אומפארגינערישקייט אדער סתם אומסענסיטיוויטעט. אני בעצמי פלעגט אויך אמאל טראכטן (און רעדן) אזוי ביז איך האב אליינס אנגעהויבן פארדינען און נהנה זיין פון מיין אייגן פארדינטע געלטַ, זינט דאן גייט אלס מיט א אנדער בליק.

א געווענליכע שמש אין א שול פארדינט נישט אזויפיל, און די רווחים איז א חלק פון זיין געהאלט., און ער איז פיל בארעכטיגט צו מאכן געלט פאר די ארבעט וואס ער טוהט. און עפ''י רוב זענען די סורטשארדזעס וואס מ'בארעדט אזויפיל אויך א שיבוש וואס ער פארדינט זיך.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:54 pm#440395
Re: מיט קידוש תקנות זאל סאטמער קוקן וואס איז געשעהן אין באבו
אמת, @קורקלענד ו@וואלווי איך פארגין דעם שמש מיטן גאנצן הארץ צו מאכן אביסל אויף מיין חשבון אויך. אבער ווען די פרייזן הייבן אן אויסזעהן ווי כאילו מאיז אויף א פליגער, וועלט זיך אז דער משמש זאל מיך אויך אביסל פארגינען.

נ. ב. איך ווייס נישט צו ס׳איז דא א פלאץ וואס איז טאקע אזוי, איך זאג נאר אין פרינציפ.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 3:09 am#440401
מפיל קינד האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:א משפּחה מיטגליד מיינער האט געמאכט א קידוש אין באבוב נישט לאנג צוריק. דאס אראפרייסן דעם שמש דארט אין באבוב איז מער ווייניגער א סטיריאטיפּ, און מענטשן פארגינען סתם נישט די סוקסעס זיינע. א קידוש אין באבוב קאסט בערך צוויי מאות, און די מזונות וואס ער שטעלט צו איז ווערט פיל מער פון פופציג דאלער. מ'קען טאקע טרעפן אט די זעלבע מזונות פאר עטוואס ביליגער ווי ער רעכענט, אבער זיינע פרייזן זענען נישט אזוי איבערגעטריבן ווי מ'מאכט עס. צוויי טאצן מזונות רעדט זיך נישט פון צוויי קליינע טעצעלעך, נאר געווענליך איז עס צוויי גרויסע ברוינע באקסעס, סופלאמענטירט מיט נאך צוויי קליינע טעצעלעך אין די זייט. ועל כולם, קאסט א קידוש אין סיי וועלכע אנדערע 'נארמאלע' פלאץ מינימום זעקס מאות ווען מ'שטעלט קוים צו און די שמש מאכט ניטאמאל קיין געלט. אין א פאל ווי מ'שטעלט צו שיין, און ס'גייט מיט א שמש רעדט זיך עס פון א מינימום פון פופצן מאות. ממילא זענען די וואס מאכן אוועק די באבוב'ע סיסטעם סתם אראפרייסערס, ס'איז פון די איינציגסטע שולן ווי ס'איז מעגליך צו מאכן א שמחה פאר אזא ביליגע פרייז, וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייען.

ווי איך הער אויך, שטעלט ער צו די קידוש אפגעזען צו ער ווערט יא אדער נישט באצאלט.....

פאר 750 האב איך צוגעשטעלט קעיק, הערינג, טשולענט, קוגגל, גאלע, אלעס פון שענסטן און בעסטן פאר איבער 150 אידן.

און יא, די טאץ קעיק וואס באבוב שטעלט צו קאסט מאקסימום 25, ס'איז די ביליגסטע קעיק אויפן מארקעט, פאר א סיבה טרעפט מען עס נאר אין בית מדרש נישט אין גראסערי.... פלאס ברוינפן קומט אויס צו 50 דאלער, צומאל 60.

אן נעמען א צד דא, ביזטו א ליגענער!!
פאר 150 מענטשן קאסט (מינימום): קעיק $96, הערינג/קיכל $240, טשולנט $220, קוגל $150, גאלע $60 גרעיפ דזוס $48, סאדע $24, בראנפן $50 (די ביליגע), פעיפער גודס $35, קלינינג $40, אויב א משמש שטעלט עס צו (וואס רוב בעלי שמחה ווילן) איז עטליסט $100 טיפ, און אויב איז עס געווען פון די שענסטע (באנט קעיק, קלעיר פעיפער גודס, וועיטער, בעסערע טרינקן וכו׳) לייג צו $250, און אויב אויך פון די בעסטע (בעסערע בראנפן, פלאנקן טשולנט וכו׳), נאך $250, בקיצור א מינימום פון 12 ביז 17 הונדערט.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 11:00 am#440405
אדונינו האט געשריבן:אן נעמען א צד דא, ביזטו א ליגענער!!

דאס האב איך באצאלט פארן משמש, ער האט געבעטן א טשעק פון 750. טשאלענט איז געווען איין גרויסע טאפ וואס קאסט אביסל מער פון הונדערט. פארן גוי האב איך נישט באצאלט ווייל ער קומט ממילא יעדע וואך. קען זיין אז דער שמש באקומט אלעס פאר אסאך ביליגער און ער האט מיר פשוט געבעטן קאסט פרייז.

ברויפן האב איך בכלל נישט געהאט קיין טייערע, נאר פשוט'ע. נישט געווען קיין וועיטער, אויך נישט קיין קלעיר פעיפער גודס. די קוגל, הערינג, טשולענט זענען געווען פון בעסטן קוואליטעט. כ'האב נישט געשריבן אז ס'איז געווען א טייערע אפגרעיטעד קידוש, נאר: פאר 750 האב איך צוגעשטעלט קעיק, הערינג, טשולענט, קוגגל, גאלע, אלעס פון שענסטן און בעסטן פאר איבער 150 אידן.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:42 pm#440412

דיין משמש איז א צדיק (אדער א עסקן לשם מצוה)
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 3:39 pm#440416
בעיסד פון מיין עקספיריענס איז @מפיל קינד גערעכט. נישט אריין גערעכנט ברוינפן. @אדונינו קום אין אישי פאר א רעסיט
מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 9:04 pm#440419
שוין, אז די האסט ליב צו לעבן אויף יענעם, קענסטו גיין נאך געלט יעדעס אינדערפרי.

תקנות דארף נישט מאכן אז אנדערע זאלן צאלן פאר דיין שיינע קידוש. תקנות דארף מאכן אז מען זאל געבען א פשוטער קידוש וואס זאל נישט קאסטען אסאך.

ווילסט געבן א פולער קידוש מיט טשולענט גאלע און יאפטשיק? געזונטערהייט, אבער וויפיל עס זאל דיר נאר קאסטען, איז עס דער פארקערטער פין דער איידיע פין תקנות.