מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:16 am#440627
ווען דרייסיג רבנים באשמוצן א ת"ח ומורה הוראה מובהק
מיט שאק און ווייטאג האט מען אויפגענומען די פרישע קול קורא וואס איז היינט אווענט ערשינען קעגן א חשוב'ען רב, א תלמיד חכם, א דיין, א בעל עצה, הרה"ג הנפלא רבי שמואל ניימאן שליט"א, פון מאנסי. ווער עס ווייסט וואס הרב ניימאן האט שוין אלץ אויפגעטוהן פאר כלל ישראל און פאר יחידים – ווייסט. און דער וואס ווייסט נישט, מעג נעמען דעם פאקט אז 30 רבנים האבן אים גע'אסר'ט ווי א ראיה אז ער האט שוין אוודאי אויפגעטון גדולות ונצורות.
אבער איך בין נישט דא אויסן צו איבערצייגן אידן אז הרב ניימאן איז א איש מורם מעם, וואס האט אריינגעבלאזן א חיות אין אידישקייט און אין לעבן פאר אומצאליגע מענטשן. איך רעד דא בעיקר צו די וואס ווייסן דאס שוין, און קומען היינט נאכט צו קאווע שטיבל מיט א צעבראכענעם געמוהט, זעענדיג ווי שוין ווידעראמאל האבן עלטערע רבנים פון די פריערדיגע דור אריינגעשטאכן א שווערד אין הארץ פון כלל ישראל, און זויגן פון אונז ארויס אונז לעצטע ביסעל התלהבות און חשק פאר תורת ה' ומצוותיו הק'.
איך וויל דא זאגן, טייערע אידן, דאס איז נישט אידישקייט!! מיר דארפען נישט ווערן געפאלן ווען מענטשן באיצטלא דרבנן טוען זיך אהן א פלאכן הוט און פסק'ענען דיני נפשות אהן אפילו רעדן צו דעם מענטש אליין. חז"ל האבן געוואוסט וועגן די אלע דרייסיג רבנים, און האבן אונז שוין געווארענט וועגן זיי אז זיי וועלן ברענגען א חורבן פאר כלל ישראל.
ווי די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין "לא תסמכו לנא לא מסרמיסין ולא מסרמיטין ואמרי לה לא מחמיסין ולא מטורמיסין" מ'זאל חלילה נישט געבן קיין סמיכה פאר תלמידי חכמים וואס זענען סרמיטין, סרמיסין, מחמיסין און טורמיסין. וואס זענען זיי? זאגן די מפרשים וואס זיי זענען:
סרמיסין: די וואס פארדרייען די טעמי התורה
סרמיטין: די וואס געבן נישט קיין גוטן טעם פאר זייערע פסקים
חמיסין: די וואס געבן נישט קיין טעמים אויף די תורה
טורמיסין: דאס א מין זויערע באנדעל. מ'זאל נישט מסמיך זיין א זויערע מענטש וואס פארשטייט זיך נישט מיט מענטשן.
אט דאס זענען אונזערע דרייסיג רבנים!
איינע פון הרב ניימאן'ס חשוב'סטע פעולות טובות איז אז ער דרייט צוריק די תורה לתיקונה, צו פארעכטען די אלע פארדרייטע פסקים און זענען נאר געמאכט צו פארשווערן די לעבן און צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט. די דרייסיג רבנים ווילן זיך האלטען צו זייערע פארדרייטע תורות. סרמיסין!
יעדער האט געהערט די רעקארדינגס ווי מ'פרעגט די רבנים פארוואס און פארווען מ'גייט אזוי ארויס און מ'אסר'ט א איד א ת"ח ברבים, מ'באשמיצט אים און מ'שעכט אים אפ זיין לעבן, אבער זיי קעקעצען און קענען נישט ארויסברענגען קיין שום טעם, און אוודאי נישט קיין טעם הגון. סרמיטין! חמיסין!
ווער עס קען די אלע רבנים פערזענדליך ווייסט וואספארא זויערע באנדלעך זיי זענען. ווי מ'קען נישט האבן קיין נארמאלע מענטשליכע קשר מיט זיי. אלעס איז מיט יהורא און אויבער חכם'דיגקייט אהן קיין שום מענטשליכקייט. און די צווישען זיי וואס האבן יא אביסעל סאשעל סקילס, זענען אינגאנצן אפגעריקט פון די דור. זיי לעבן אין זייערע יארן פון א דור אדער צוויי צוריק, און ווילן אונז געבן די פסקים וואס זייערע רבי'ס האבן זיי געגעבן אין סענז סטריט, וואס איז אפשר געוועהן גוט פאר דעמאלטס אבער איז אינגאנצען אפגעריקט פון די מציאות פון היינט. טורמיסין!
אז מ'האט ליידער ממנה געוועהן אזעלכע דיינים יושבי חושך, קוקען מיר ליידער אויס ווי מיר זעען אויס. און ווי חז"ל זאגן אין מסכת שבת "אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל".
מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געזאגט ווי אזוי קען מען וויסן אויב א דיין איז א ערליכע איד, אויב מ'קען מיט אים רעדן וועגן זיינע פסקים, און ער איז זיך מסביר קלאר, אזא איינער איז א ערליכע איד. וכן ראינו ביי מו"ר וואס ער האט זיך מסביר געוועהן אפילו פאר א קינד, וכן כל גדולי ישראל ווי מרן החזו"א וכו'. א דיין וואס קען נישט שטיין פאר זיינע פסקים און זיך מסביר זיין און נעמען אחריות דערויף איז ווי די גמ' זאגט אין יבמות, הא גמלא והא קבא ולא רקדה!
די קול קורא קעגן הרב ניימאן פאנגט זיך אהן מיט די צרות וואס מיר ליידן ליידער אין די לעצטע טעג. קען מען נאר זאגן וואס די גמרא זאגט אי בטלי יהירי בטלי אמגושי, אי בטלי דייני בטלי גזירפטי, אז די דיינים רשעים וועלן בטל ווערן, וועלן בטל ווערן די גויאישע נוגשים וואס פייניגן אידן.
טייערע אידן חזק ואמץ. די תורה הק' איז קילורין לעיניים. חז"ל האבן געוואוסט וואס מיר גייען ליידן, און ווי מ'וועט זיך ארויפזעצן אויף אונז אין נאמען פון די תורה. זה לעומת זה עשה אלוקים, מארגן קומט פאר די גרויסע סיום הש"ס און די התחלת מחזור י"ד פון דף היומי. לאמיר זיך נעמען די תורה הק' לערנען און חזר'ן און טרעפן די אמת'ע ליכטיגקייט פון אידישקייט.
ויאמר אברם אל מלך סדם, הרמותי ידי אל ה' א-ל עליון קונה שמים וארץ!
לאמיר זאגן פאר די אלע דייני סדום, מיר וועלן אויפהייבן אונזער י"ד, זיך מצרף זיין צו די תורה פון כלל ישראל מיט מחזור י"ד, און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן קונה שמים וארץ. און מיט דעם וועלן מיר ראטעווען אונזער נפש פון נישט ווערן פארדארבן פון ענקער ביטערע און זויערע אידישקייט וואס רייסט אונז צו דערווייטערן פונעם רבוש"ע. מיר וועלן נאר נענטער ווערן, ווייל מיר האבן ליב די תורה!