דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 9:47 pm#440878
איראן׳ס גענעראל סולאמאני טויט
עס קומט יעצט אריין די נייעס אז דער טרויעריג בארימטער גענעראל סולאמייני איז ערמארדעט געווארן דורך אמעריקאנער לופט קרעפטן אין א לופט אטאקע אין באגדאד איראק
איסר האטלקי האט געשריבן:טראמפ האט נאך גארנישט געוואונען, ווארט אויף זייער רעאקציע. דא קען קומען א דריטע וועלט מלחמה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז מיר צו שווער צו ליינען די פארגרייזטען אידיש איבערזעצונג פון פאקס ניוז, על כן וועל איך עס לאזען פאר א צווייטען.
נאר מיר זעט אויס די גאנצע זאך ווי א שפיל. איראן האט איהם געוואלט טויט, מ'האט געלאזט די אמעריקאנער וויסען אז זיי מעגן עס טון. אמעריקא הרג'ט איהם, זיי שיסען צוריק אויף ליידיגע בניינים, און דערנאך בארואיגט מען זיך און יעדער מעג זיך פאטשען אויף די פלייצעס. און די פופציג-זעכציג מענטשן וואס האבען געכאפט א שטארב ביים לויה איז נאר לקינוח הסועדה פאר די בלוט-דארשטיגע נקמה באוועגונג.
איך קלער אז טראמפ האט פאראויס נישט געוואוסט פון די סטרייק, און נאכ'ן סטרייק האט מען איהם געווארענט אז טאמער ער גייט נישט אין שפאן, וועלן אלע רעפובליקנער שיסערס ארויס גיין קעגן איהם, און ער וועט טאקע פארלירען זיין אמט. ער האט זיך געשראקן און געשוויגן פאר א גאנצע טאג, און אזוי האט מען געטון וואס מ'האט געמוזט טון. לכאורה וועט ער טוויטען עפעס קעגן די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די נעקסטע פאר וואכען נוקם צו זיין אויף דעם וואס מ'האט איהם אזוי באזייטיגט.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט, איך האב נישט קיין פארטיגע פלאן וויאזוי אלס איז פארגעקמוען. עס פעלט נאך אסאך. אבער צודרייט מוז מען זיין צו גלויבען די אפיציעלן ווערזיע. איך האב אנגעצייכענט וואס זעט מיר אויס, די פארוואס ווייס איך נאך נישט. קיין גרויסע חסיד פון בריסק בין איך נישט, אבער אין די סארט עניינים מעג מען זיי נוצן. מיר זאגן וואס, נישט פארוואס.