Under maintenance
הויפט זייט » גייענדיג צום דרוק...

גייענדיג צום דרוק...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13524
פרייטאג יאנואר 03, 2020 9:54 am#440914
גייענדיג צום דרוק...
אינעם היינטיגן אימעיל פונעם 'דעילי איד' ווערט באריכטעט איבער דער אטענטאט אויף דעם איראנער גענעראל, אונטערן קעפל "גייענדיג צום דרוק". פארשטייט זיך אז דאס איז אומפאסיג פאר אן אנליין אויסגאבע. לאמיר העלפן דעם שרייבער, און אנדערע שרייבער, אויפקומען מיט א בעסערן אויסדרוק וואס איז מער פאסיג פאר 2020.

מיין הצעה: "ביים שליסן דעם נומער"

נאך הצעות?
פרייטאג יאנואר 03, 2020 10:04 am#440915
נאך הצעות ?
מיין הצעה איז מען זאל אינגאנצען "שליסען" דעם איד
ביז ווילאנג ער וועט זיך מקבל זיין נישט צו מפרסם זיין השקפה ברבים, (ע"ע הג"ר שמואל ניימאן שליט"א)
און ביז ווילאנג ער וועט באהאלטען דעם אמת !!
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:53 pm#440951
Re: גייענדיג צום דרוק...
ס׳איז בעסער עס צו האלטן טראדישינעל און בלייבן מיט׳ן ווארט ״דרוק״, ממילא וואלט איך געשריבן: ״דריקענדיג די סענד בוטטען קומט אריין א באריכט וכו׳״
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:28 pm#440962
אפשר גייענדיג צום דרעק?
מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:16 am#441371
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר גייענדיג צום דרעק?

איך געדענק נישט ווער עס האט עס געזאגט, אבער אזוי זאגט מען נאך לשמצת ה"דער איד" וואס גייט ארויס (עושה צרכיו) נאר איין מאל א וואך