Under maintenance
הויפט זייט » "כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס

"כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13528
מיטוואך יאנואר 08, 2020 4:52 pm#441176
"כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.

נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא 12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.

נאכדעם איז דא החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)


נו, ווער קען צולייגן?
מיטוואך יאנואר 08, 2020 9:21 pm#441180
מלכיות של מטה....
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:09 pm#441210
פרייטאג יאנואר 10, 2020 7:23 am#441243
All Is Lost די גאנצע פילם איז איין מענטש.
Black Hawk Down
The Hunt for Red October

דעס איז פון זכרון ארויס, איך געדענק נישט ס׳זאל האבן אומאיידעלע סצענעס.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:07 pm#441257
The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:17 pm#441259
קורקלענד האט געשריבן:The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.


אין מחנה שלוה ד'באבוב פלעגט מען עס ווייזן פאר די קינדער, איידער ווידיאוס זענען גע'אסר'ט געווארן ביים דינער אין אין תשנ"א.

אגב ביז יענע דינער, ועד בכלל, איז א יעדע מאורע אין באבוב אויפגעכאפט געווארן מיט א ריזיגע ווידיאו קעמערא.
זונטאג יאנואר 19, 2020 10:10 am#441756
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.

נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא 12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.

נאכדעם איז דא החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)


נו, ווער קען צולייגן?

שטיסל האט נשים אבער פארמאגט נישט קיין שום אומאיידעלע סצענעס.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 7:45 am#450499
כ'האב לכתחילה געוואלט דערמאנען די פאלגענדע פילמס אין ATUB @אספקלריה ATUB 'ס אשכול אבער למעשה בין איך מסופק ווי פאמיליע פריינטליך זיי זענען, אבער כשר זענען זיי זיכער לכתחלה אפילו פאר א ירא שמים מרבים וואס האט הייבט נישט אויף קיינמאל די אויגן אויף לי עוועניו, ואלו הן:

Duel from Steven Spielberg
א דראמאטישע סיפור פון א פארמעסט אויפן ראוד

Never Cry Wolf (1983)
כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די מעשה, אבער אינטערעסאנט איז עס געווען און כשר אויך, עפעס אן איינזאמער פארשער אין אלאסקע צו וואו, קומט צום אויספיר פון קוהלת.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:52 am#450500
Re: "כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:17 am#450503
אונטער חכם האט געשריבן:ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?

אושפיזין קען מען דאונלאודען בחינם אין די פאלגענדע טעלעגראם טשעט (כ'בין נישט זיכער אויב עס קומט דארט מיט די ענגליש סובטייטלס, אויף עמעזאן איז עס עוועילעבעל מיט סובטייטלס):
m https://t.me/joinchat/AAAAADv80K5MQnqRnA0-8A m

החצר קען מען דאונלאודן דא:
m https://t.me/joinchat/AAAAAFgGE1UUpRBKAEgGbA m
דאנערשטאג יוני 04, 2020 1:05 pm#450514
ווי קען מען טרעפן שטיסל מיט ענגלישע סובטייטלס?
(אגב, עס וואלט געפאסט פאר די חשוב'ע חלוצים דפק"ק צו מאכן יודישע סובטייטלס פאר שטיסל)
דאנערשטאג יוני 04, 2020 1:25 pm#450518
Netflix
זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:57 pm#456532
ארטאדאקסישע פילמען אינעם מאָדערענעם וועלט