דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:22 am#441589
פאפא געט ארויס ליסטע פון ערלויבטע ניגונים....
פאלגענד זענען די ניגונים וואס פאפא ערלויבט צו זינגען
פארווע חסיד האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט פונקטליך, וואס איז כל ניגוני פאפא אין וואס איז דומה
פארווע חסיד האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט פונקטליך, וואס איז כל ניגוני פאפא אין וואס איז דומה
יעקב מענטש האט געשריבן:פארווע חסיד האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט פונקטליך, וואס איז כל ניגוני פאפא אין וואס איז דומה
לכאורה מיינען זיי בערי וועבער'ס סחורה, א פאפאנ'ע אינגערמאן
איסר האטלקי האט געשריבן:'וכל הדומה לזה'.
א שורה שפעטער: נאר ניגונים וואס זענען אויף די רשימה קענען געזינגען ווערן...
שבת אחים האט געשריבן:און וואס איז מיט די ניגון וואס די רבי זי״ע האט אפקויפט פונעם פאסטוך? טאר מען שוין אויך נישט זינגן???
נישט איז נישט...
צוה צוה צוה צוה, צוה ישועות יעקב
כי לה׳ המלוכה ומושל בגוים, כי לה׳...
ס׳ווערט נאר ערגער און ערגער...
סקוקט אויס ווי זיי זענען דא literally צו קאנטראלירן יעדע קלייניקייט...
איך ווער א אמיש און פארטיג...
גענוג געוועהן...
לעיקוואד האט געשריבן:ביי דער חסידישע עולם וואס איז מקפיד אויף דעם דרייען זיך שוין לאנג אזוינע ליסטעס, די שפילערס וואס שפילען ביי די אמונת ישראל תולדות יהודה חתונות וכדו' האבן גוטע ליסטעס פון די ניגונים וואס זיי האבן ליב. נישט אלעס מוז זיין אן איסור חמור נאר ווער עס האט א טעם אין מער היימישע ניגונים איז פשוט גוט צו האבען א פלעליסט וויסען וואס מען קען זינגען ווייל מאיזה סיבה איז די דיפולט ביי די שפילער צו זינגען נארישע ניגונים.
יואליש האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ביי דער חסידישע עולם וואס איז מקפיד אויף דעם דרייען זיך שוין לאנג אזוינע ליסטעס, די שפילערס וואס שפילען ביי די אמונת ישראל תולדות יהודה חתונות וכדו' האבן גוטע ליסטעס פון די ניגונים וואס זיי האבן ליב. נישט אלעס מוז זיין אן איסור חמור נאר ווער עס האט א טעם אין מער היימישע ניגונים איז פשוט גוט צו האבען א פלעליסט וויסען וואס מען קען זינגען ווייל מאיזה סיבה איז די דיפולט ביי די שפילער צו זינגען נארישע ניגונים.
די קאנטעסט איז אומקלאר, אבער עפעס שרייבן זיי אז אויב א בעל שמחה וויל דוקא מער זאל דער בעל מנגן מעלדן דעם אגענט פאראויס. ווער איז דער אגענט? איז דאס נישט אזא כפה הר כגיגית און נישט בלויז עצה טובה קמ"ל?