Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » צו איז נאך איינער אינטערסירט?

צו איז נאך איינער אינטערסירט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13548
זונטאג יאנואר 19, 2020 6:51 pm#441777
צו איז נאך איינער אינטערסירט?
בס"ד

א וועטער א קאלטער און א גרויזאמער
שניי און שטורעם געוועלטיגן אין די גאס
ער זיצט ביי זיך אין שאץ קאמער
און ציטערט פון קעלט ער איז בלאס

אריין איז ער מיט זיכערע טריט
און פארהאקט אונטער זיך דעם טויער
יעצט יעדע זאך ער טוט
צו קענען עפענען דעם גרויסן מויער

ער האקט און זעצט ער שרייט און פארפירט
און וויינט מיט טרערן, אין אייז זיי ווערן פארוואנדלט
אך אביסל ווערט ער דא פארפרירט
פארגעסן פון זיין געלט, זיין לעבן מיט וואס ער האט געהאנדלט

ווען ער איז אריין האט ער געוואלט ציילן זיין געלט
יעצט צופליקט ער באנקנאט נאך באנקנאט
ער קען נישט ארויסגיין צו די פרייע וועלט
זיך בטעות אויסגעשפארט אין זיין קעמערל ער האט

און ווייל די וועטער אזוי קאלט זי איז
גייט קיינער נישט דאס פלאץ פארביי
שרייבן א צוואה שוין ער מוז
אז עס זאל עפעס בלייבן פאר זיינע נאנטע פאר זיי

ער שטעכט אריין אין א אדער פון זיין גוף
און שרייבט ארויף אויף די וואנט
מיינע נאנטע איך וויל אייך שרייבן א בריף
ווייל כ'האב א טעות געהאט ביז היינט

איך האב זיך געהאט געשוואוירן אלץ
אז איך וועל נישט שטארבן אליין
אבער יעצט ווען איך קלער גיס איך מיינע וואונדן מיט זאלץ
איך גיי פון די וועלט גיין

קיינער ווייסט נישט וואו איך בין יעצט
איך ווייס נישט ווען איינער וועט גיין קריכן
זוכן דאס קערפער פון דעם נגיד געשעצט
ווער וועט מיר אפירזוכן

און דעריבער געדענקט און שפעקולירט
ווען עס קומט אייך אונטער סיי וואס פאר א גוטע זאך
אין מיר דער מיליאנער איז קיינער נישט אינטערסירט
אבער אויב וועט איר טון גוטס זענט איר מער ווי מיר רייך

ווייל א באליבטער מענטש קען מען נישט מיט געלט ווערן
ווי אויך נישט קלוג און געזונט
נאר אין גוטע מעשים און ליבשאפט זייט מיליאנערן
וועט איר נישט שטארבן ווי מיר אפגעשינדט

מאכט זיכער צו זיין באליבט און באוויליגט
און נאר אויפריכטיג זיך פירט
ווייל די איינזאמקייט פארטיליגט
מאכט אז מען זאל אין אייך יא זיין אינטערסירט
זונטאג יאנואר 19, 2020 7:35 pm#441778
זייער א שיינע מעסעדזש. איך געדענק נישט אז פינטער קצין זאל האבן געוועהן דער סארט.
זונטאג יאנואר 19, 2020 7:37 pm#441780
Re: צו איז נאך איינער אינטערסירט?
זייער שיין און באלערנדיג. עס דערמאנט פון די פינטער קצין מעשה.

אישתישבי האקט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 19, 2020 10:31 pm#441786
איז נישט די מעשה אויף באראן ראטשילד?
מאנטאג יאנואר 20, 2020 12:47 am#441792
הערליך שיין, אביסל מעלאנכאליע קומט אויך אמאל אריין.
נאר די אנהויבווערטער: "א וועטער א קאלטע"האט מיר עס אביסל צעשפילט ווייל ס'האט זיך געזינגען אין מיין קאפ מיט די טאון פון "א סוכה'לע א קליינע" וואס לויפט אויף אן אנדערען ביעט (א ווינט א קאלטן, בלאזט דורך די שפאלטן וכו').
מאנטאג יאנואר 20, 2020 5:08 am#441795
בת קול האט געשריבן:איז נישט די מעשה אויף באראן ראטשילד?

יא.