Under maintenance
הויפט זייט » עס קומט גרויסע נייעס וועגן פארלוירענע מיידעל קריסטין סמארט

עס קומט גרויסע נייעס וועגן פארלוירענע מיידעל קריסטין סמארט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13551
מיטוואך יאנואר 22, 2020 7:15 pm#441915
עס קומט גרויסע נייעס וועגן פארלוירענע מיידעל קריסטין סמארט
24 יאהר צוריק איז א ניינצען יעריגע מיידעל קריסטין סמארט פארלוירען געווארן איין נאכט נאכן זיין ביי א בירטדעי פארטי. און זייט דעמאלטס האט מען נישט געהערט פון איר. אין 2002 איז זי דערקלערט געווארן טויט.

איינער וואס האט איר די לעצטע געזעהן פאול פלארס איז באשילדיגט געווארן אין איר טויט , אבער מ'האט אים קיינמאל נישט ארעסטירט ווייל מ'האט נישט געטראפען קיין קלאר באווייזן. אבער די משפחה האט געהאלטען אז ער האט עפעס געהאט מיט איר פארשווינדונג.

אין די לעצטע טעג האט די עף בי איי געלאזט וויסען איר משפחה אז זיי זאלען זיך גרייט מאכן פאר וויכטיגע נייעס "וואס ענק עקספעקטען נישט" , און האבן נישט געזאגט וואס. זיי האבן געזאגט אז די משפחה זאל זיך צוגרייטען א ספאוקספערסאן , און זאל זיין גרייט צו אוועקפארן א שטיק צייט נאכדעם וואס די נייעס קימט ארויס.

דאס איז זייער א אומגעווענטליכע זאך , און ברענגט צו שפעקילירען וואס ס'קען זיין די נייעס גייט זיין.

איז עס אז איינער אין די משפחה איז שילדיג ? איז עס אז זי לעבט נאך ??
מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:42 pm#441918
די עף בי איי האט שוין אויסגעקלארט אז זיי האבן גארנישט געזאגט פאר קיינעם.

א געוועזענער עף בי איי אגענט וואס פירט אליין אייגענע אינוועסטיגאציעס האט דאס געזאגט פאר די מאמע.
מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:47 pm#441919
איסר האטלקי האט געשריבן:די עף בי איי האט שוין אויסגעקלארט אז זיי האבן גארנישט געזאגט פאר קיינעם.

א געוועזענער עף בי איי אגענט וואס פירט אליין אייגענע אינוועסטיגאציעס האט דאס געזאגט פאר די מאמע.

אה , שקויעך פארן אפדעיט'ן
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:55 pm#441994
נו ווי האלט עס?
מיטוואך פעברואר 05, 2020 6:04 pm#442561
m https://mol.im/a/7970517 m
פאול פלארס ארעסטעד
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:49 am#442596
און ארויסגעלאזט