Under maintenance
הויפט זייט » אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר

אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13576
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:36 am#442775
אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר
די ADL האט ארויסגעשטעלט א מודעה אז זיי ווילן פארגיטיגן הר"ר יוסף אלי' גליק מיט 20,000 דאללער צוליב זיין העלדישקייט ביי די אטעקע אין פארשעי.

000001.jpg


אבער אידן וואס האט שטארק געבאדערט אז די געלט פון ADL א טמנ'א ארגינעזאציע כלשונם, זאל אנקומען צו א היימישע איד האבן נאך גרויס דרוק און סטראשערייען אז מ'וועט פארשפרייטן פאשקווילן און מיט טעראר אפגעשטעלט די אקט, אזוי אז די געלט איז נישט אנגעקומען צו הרב גליק, דערנאך האבן זיי אריינגעלייגט מודעות אויסצולויבן זיין העלדישע אקט...
מאנטאג פעברואר 10, 2020 2:02 am#442782
דו ווייסט קלאר עס איז געווען טעראר מיט סטראשערייען, אדער האט דאס פשוט אויסגעזויגן פון די פינגער?

אויף קול מבשר זאגט ער יענע וואך בו ביום אז מאכן הערן וואס די ארגיניזאציע איז האט ער אנגעפרעגט זיין זיידע הרה"צ רבי מרדכי שטיינר און זיין רב ביידע האבן עם געהערט עס נישט צו נעמען, ער קאכט נאך אריין אז יעדע איז דארף האבן א רב א דעת תורה.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:55 am#442793
קיין שום טעראר נישט געווען
ווער ס'קען ר' יוסף אלי' פערזענליך, און פון וואסערע שטוב ער קומט (זיינע עלטערן און זיידעס פון ביידע צדדים), איז בכלל נישט קיין קשיא אז ער האט עס אפגעזאגט. פונקט פארקערט ס'וואלט געווען א קשיא ווען ער נעמט עס ווען יא.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:20 pm#442796
נישט קיין טעראר. לויט ווי איך האב געהערט האבען אפאר סאטמארע גבירים פאר אים צאמגעשטעלט די 20 אלפים אז ער זאל עס נישט נעמען פון די ADL.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:23 pm#442797
עמעזאן האט געשריבן:דו ווייסט קלאר עס איז געווען טעראר מיט סטראשערייען, אדער האט דאס פשוט אויסגעזויגן פון די פינגער?
.


דאס איז וויאזוי איך האב געהערט די מעשה, נאכדעם וואס דו האסט ראגערט דא, האב איך מברר געווען די פרטים און די מעשה איז אזוי.

מיטוואך נאכט ווען ער האט זיך געגרייט צוגיין צו אפנעמען די געלט האט ער באקומען א טעלעפאון קאל וואס האט האט איהם מסביר געווען וואס ADL איז און וואס זיי ווילן אויפטוהן מיט איהם געבן די געלט (וואס די פאון קאל פונקטליך איז געווען ווייס איך נישט) איז ער דעמאלטס געגאנגען אנפרעגן דעת תורה, און ער האט אריינגעקאלט ADL זאגן אז ער דארף גיין אין שפיטאל מיט א קינד און וועט נישט קענען זיין דארט.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:42 pm#442800
איין קשיא האב איך נאר,
פארוואס ווען ער טוט אזא הערויאישע אקט פון זיך אקעגן שטעלן קעגן די מערדער און ער ראטעוועט מיט דעם יידן פון טויט הערט מען נישט גארנישט פון אונזער קאמיוניטי אים צו באעהערן, (נאר די ציונים טוהן עס)
אבער ווען ער זאגט אפ 20 אלפים פאר די שיטה הקדושה ווערט ער א גרויסע העלד און מהענגט פלאקאטן איבעראל???
מאנטאג פעברואר 10, 2020 6:43 pm#442814
איך זעה עס ווי א תשובת המשקל קעגן דעם התגרות באומות פונעם ווארפן דעם טיש אויפ'ן גוי, כ'האף אז די תשובה וועט נתקבל ווערן און אפטון דעם געוואלדיגן חרון אף, אני מתיר את בשרכם איז גארנישט קיין וויץ, ס'זאל נישט שאדן פאר קיין שום איד רחל.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 8:36 pm#442820
זייער גוט האט ער געטוהן מיטן נישט נעמן די געלט. ס'איז זיין מצוה און זיין זכיה, און ס'שטייט נישט צום פארקויפן. די קרעדיט זאל ווייטער זיין זיינס.ס'איז זייער גרינג צו מאכן די טעות און יא נעמען און איך שעץ באמת דאס אז ער האט אין די לעצטע מינוט געהאט די קאפ אויפן פלאץ נישט צו גיין.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:34 pm#442831
Because if he would've taken the money it wouldn't be his MITZVAH any more
דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:07 am#442832
חסד לאומים חטאת
דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:30 am#442833
Re: אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר
קורקלענד האט געשריבן:זייער גוט האט ער געטוהן מיטן נישט נעמן די געלט. ס'איז זיין מצוה און זיין זכיה, און ס'שטייט נישט צום פארקויפן. די קרעדיט זאל ווייטער זיין זיינס.ס'איז זייער גרינג צו מאכן די טעות און יא נעמען און איך שעץ באמת דאס אז ער האט אין די לעצטע מינוט געהאט די קאפ אויפן פלאץ נישט צו גיין.

וואספארא טעות? די באשעפער האט אים געוואלט באצאלן פאר די מצוה פון גמ"ח שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה, איז ער געגאנגען און עס צוריקגעוויזען. פעיספאלם.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 1:39 pm#442942
חתם סופר האט געשריבן:נישט קיין טעראר. לויט ווי איך האב געהערט האבען אפאר סאטמארע גבירים פאר אים צאמגעשטעלט די 20 אלפים אז ער זאל עס נישט נעמען פון די ADL.

מאמענט באשטעטיגט
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 2:54 pm#442943
Re: אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר
אפשר וויל עמעצער מסביר זיין פארוואס ער זאל נישט נעמען דאס געלט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 3:51 pm#442945
טאר מען טאקע נישט ???
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 3:52 pm#442946
טאר מען טאקע נישט ???
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 4:05 pm#442947
כ'וועל פרובירן אין קורצן לויט ווי איך פארשטיי עס. ס'קען אבער זיין אז דער אינגערמאן האט עס אפגעזאגט פאר אינגאנצן א אנדער סיבה.

די עי.די.על. אנגעבליך איז א אידישע ארגענעזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן אויסראטן און פארדאמען אנטיסעמיטיזם איבער דער גארער וועלט. זיי האבן זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אז רעפרעזענטירן די אלגעמיינער אידישע געמיינדע. זייערע אקטיוויטעטן זענען אבער אינגאנצן אנדערע פון וואס וואס זיי פארשפרעכן אונז. און פּלענטי האלטן אז זיי מאכן אונז אסאך שאדן. מאיר כהנא פלעגט כסדר זיך אפרעדן אויף זיי, ס'איז כדאי פאר ווער ס'איז אונטערעסירט זאל עס נאכקוקען.

איינער פון די פעחער ווי מען זעהט אז זיי מיינען נישט אונזער אינטערעסע איז געווען ווען זיי האבן אפיציעל פארדאמט טראמפּ אלס א אנטיסעמיט. בעת ווען רוב אידן האלטן לכאורה נישט אזוי. על כל פנים נישט אונז חרידישע אידן.

מיט דעם וואס דער אינגערמאן וואלט אנגענומען די פרס, וואלט עס ארויסגעוויזן שטיצע און הסכמה אז מיר זענען צופרידן צו זיין רעפרעזענטירט דורך אזא פארפוילטע ארגענעזאציע. מיט דעם וואס ער האט זיך אנטזאגט איז עס א קלארע מעסעדשז אז זיי רעפרעזענטירן אונז נישט!

נאכאמאל איך ווייס נישט די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אפגעזאגט. אבער דאס איז וואס איך זעה. ס'איז זייער גרינג צו כאפן א שנעלער צוואנציגער, און מ'דארף האבן אייזערנע כוחות זיך אפצוזאגן דערפון. איך גיב דעם אינגערמאן אסאך קרעדיט.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 4:06 pm#442948
פאר עמיצער וואס האט נישט געקענט זיין גרויסן זיידן הרה''ח רבי לייבעלע גליק ז''ל, און האט נישט זוכה געווען זיך צו ווייקן אין די הייסע בור אין די ראדני מקוה , און טרינקן די נארמהאפטע מילך-קאווע פון רבי יעקב הערש קאווע ז''ל, און עסן די קאקאש פון רבי יוקל שווארץ ז''ל ר''ה ביי פאזע, וועט דאס קיינמאל אין לעבן נישט פארשטיין....
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 4:06 pm#442949
.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 4:28 pm#442951
Re: אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר
קורקלענד האט געשריבן:כ'וועל פרובירן אין קורצן לויט ווי איך פארשטיי עס. ס'קען אבער זיין אז דער אינגערמאן האט עס אפגעזאגט פאר אינגאנצן א אנדער סיבה.

די עי.די.על. אנגעבליך איז א אידישע ארגענעזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן אויסראטן און פארדאמען אנטיסעמיטיזם איבער דער גארער וועלט. זיי האבן זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אז רעפרעזענטירן די אלגעמיינער אידישע געמיינדע. זייערע אקטיוויטעטן זענען אבער אינגאנצן אנדערע פון וואס וואס זיי פארשפרעכן אונז. און פּלענטי האלטן אז זיי מאכן אונז אסאך שאדן. מאיר כהנא פלעגט כסדר זיך אפרעדן אויף זיי, ס'איז כדאי פאר ווער ס'איז אונטערעסירט זאל עס נאכקוקען.

איינער פון די פעחער ווי מען זעהט אז זיי מיינען נישט אונזער אינטערעסע איז געווען ווען זיי האבן אפיציעל פארדאמט טראמפּ אלס א אנטיסעמיט. בעת ווען רוב אידן האלטן לכאורה נישט אזוי. על כל פנים נישט אונז חרידישע אידן.

מיט דעם וואס דער אינגערמאן וואלט אנגענומען די פרס, וואלט עס ארויסגעוויזן שטיצע און הסכמה אז מיר זענען צופרידן צו זיין רעפרעזענטירט דורך אזא פארפוילטע ארגענעזאציע. מיט דעם וואס ער האט זיך אנטזאגט איז עס א קלארע מעסעדשז אז זיי רעפרעזענטירן אונז נישט!

נאכאמאל איך ווייס נישט די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אפגעזאגט. אבער דאס איז וואס איך זעה. ס'איז זייער גרינג צו כאפן א שנעלער צוואנציגער, און מ'דארף האבן אייזערנע כוחות זיך אפצוזאגן דערפון. איך גיב דעם אינגערמאן אסאך קרעדיט.


טאמער האט ער באקומען א צוואנציגער פון א צווייטן פארמאגט ער גארנישט אייזערנע כוחות. און אפילו אז ער האט ביים אפזאגן נאכנישט געוויסט אז מען וועט עס אים משלים זיין, איז עס אויך נישט לויבבאר אויב איז עס פאר א נארישע סיבה. איך פארשטיי נישט אין וואס איז ער אלס א יחיד מודה מיט נעמען דער געלט?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 4:45 pm#442952
Re: אינגערמאן זאגט אפ 20 טויזנט צוליב טעראר
איך פארשטיי נישט וואס די פראבלעם צו נעמן פון די פעדערעשין, משה דוד נידערמאן האלט אין איין ברענגן געלט און פראדוקטן פארי׳ן וומסב"ג ציבור פון מעט קאנסול וואס באלאנגט פאר די פעדערעשין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 5:02 pm#442953
ס'איז דא אזעלכע וואס פארשטייען באמת נישט פארוואס נישט. און ס'איז דא אזעלכע וואס פארשטייען עס יא. דערנאך איז אויך דא אזעלכע וואס פארשטייען יא און דאך קענען זיי זיך נישט צוריק האלטן פון נעמען...
זונטאג פעברואר 16, 2020 5:14 am#443014
די אמת איז אז ער האט יא געפלאנט צו נעמען די געלט.
ביז עפעס א אומפארגינער וואס האט נישט געקענט צו קוקן ווי א צווייטער מאכט צוואנציג אלף'ליך בנשימה אחת. דער יעניגער איז געלאפן אנקלונגען ר'מרדכי שטיינער אז זיין אייניקעל וויל נעמען געלטַ פון די מדינה. ר'מרדכי האט אים שנעל גע'אסרט פון עס נעמען.

און פארשטייט זיך אז סאטמאר האט דערקלערט קידוש השם און ניצחון. די A.D.L אליינס ווייסט נאכנישט אז ער פלאנט עס נישט צו נאמען ,פאר זיי האט ער געזאגט אז ער דארף לויפן מיט א קינד אין שפיטאל...

און ליידער איז דער אינגערמאן ארויס אהן די געלט אפצוצאלן זיינע חובות און מען האט אים מיט טעראר עס אפגעהאלטן פון עס באקומען.

שרייט'ס אלע הויעך 'לקדש שם שמים!'
זונטאג פעברואר 16, 2020 9:24 am#443015
כאילו איינער גיבט א פארץ צו ער נעמט יא אדער נישט. נעם יא נעם נישט, געדענק נאר נעקסטע מאל פרעג דער שטיינער אויב ווארפען א בענקעל אויף א גוי הייסט התגרות באומות אדער נישט.

לאמיר לייגן די זאך אין קאנטעקסט, א איד האט זיך באשיצט, און אנדערע זענען געראטעוועט געווארן, דורך דעם וואס ער האט זיך נישט געלאזט פירען כצאן לטבח, נאר געווארפען א בענקעל אין קאפ פין דער גוי, און געלאפען ווארענען נישט צו עפענען דער טיר, און איז נאך געלאפען דער גוי אויך. ד.ה. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א כך'ניק, א מזרחי'ניק, אדער ווייס איך וואס, נישט א גלות איד וואס זיצט און ווארט מען זאל אים קומען פירען צו די גאז קאמערן. ווילען אים די סארט אידן געבן א אות הכרה דערפאר.

ער קען יא נעמען אדער נישט נעמען, מאכט נישט אויס, זיין התנהגות איז נישט שלש שבועות'דיג.
זונטאג פעברואר 16, 2020 10:38 am#443017
אישתישבי האט געשריבן:כאילו איינער גיבט א פארץ צו ער נעמט יא אדער נישט. נעם יא נעם נישט, געדענק נאר נעקסטע מאל פרעג דער שטיינער אויב ווארפען א בענקעל אויף א גוי הייסט התגרות באומות אדער נישט.

לאמיר לייגן די זאך אין קאנטעקסט, א איד האט זיך באשיצט, און אנדערע זענען געראטעוועט געווארן, דורך דעם וואס ער האט זיך נישט געלאזט פירען כצאן לטבח, נאר געווארפען א בענקעל אין קאפ פין דער גוי, און געלאפען ווארענען נישט צו עפענען דער טיר, און איז נאך געלאפען דער גוי אויך. ד.ה. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א כך'ניק, א מזרחי'ניק, אדער ווייס איך וואס, נישט א גלות איד וואס זיצט און ווארט מען זאל אים קומען פירען צו די גאז קאמערן. ווילען אים די סארט אידן געבן א אות הכרה דערפאר.

ער קען יא נעמען אדער נישט נעמען, מאכט נישט אויס, זיין התנהגות איז נישט שלש שבועות'דיג.

ער האט זיך אויך נישט אויפגעפירט ווי א רבי און אנטלאפן דורך א זייטיגע טירל און זאל דער עולם גיין צום טייוול.
זונטאג פעברואר 16, 2020 2:47 pm#443023
באמת האט ער געוואלט נעמען די געלט אבער ווען די קנאים האבן געמאכט א שטינק האט ער געזאגט פאר יעדעם אז ער נעמט עס נישט און עס גענימען אונטערן טיש און אויך גענימען די 20k פטן די סאטמארע
כך אומר ליבי