לבי ובשרי האט געשריבן:אייגענארטיג האט געשריבן:דעי וואך איז עדווערטייזט און קרית יואל אז סגייט זיך אנהייבן סעריע'ס פון שיעורים. יעדע סעריע וועט האבן ארום 6 שיעורים פאר א געוויסע פרייז.
די ערשטע סעריע וועט זיין ר' בערל טויבער אונעם ענין פון אידישקייט. (כפראביר צו באקומען א פיקטשער פונעם מודעה כוועל עס פאוסטען ווען כהאב עס)
אויפן מודעה שטייט אז "חלק הארי" ווערט באצאלט פון קהל, מילא ווי איך פארשטיי גייען אלע בעלי דרשנים דארפן דורך גיין צענזוס פון קהל (מיין טעאריע).
ר' בערל זאגט שיעורים אין קרית יואל יעדע וואך פאר יונגעלייט שוין צוויי יאר זיכער. זעט אויס אז ייעצט האט די סאטמארע קהילה מחליט געווען אז זיי וועלן פארהאנדלען עפעס א גוטן ביליגן פרייז און אזוי וועלן מער פון די קהילה פאציענטן אנטיילנעמען ביי די שיעורים.
ס׳אמת אז ער זאגט שיעורים פאר די קדושי הקהילה... אבער פאר עמך אידן וואס זיכען עפעס וואס זאל רעדן צו זיי איז ער נישט געמאכט לפענ״ד
גייט ער רעדן צו דעך אינגערמאן וואס ארבעט אגאנצן טאג צווישן נשים מפוארות און זיכט א וועג ציליידיגן דעם זעקל בהיתר ? גייט ער אפי׳ פארשטיין דעם אינגערמאן ?
גייט ער רעדן דער שפראך וואס דער אינגערמאן וועט הערן און פארשטיין ? אדער גייט ער קומען בתורת סימן ר״מ (נישט ח״ו אוועקצומאכן די הלכות הנלמד בשו״ע אבער לסבר את האוזן) ר״מ אדער מ״ר ?
איך מיין אז די אינגעלייט וואס גייען פאר דעי שיעורים האבן אן אנדערע שיעור אין מיינד.
נישט אפי׳ געטאשט דעם נושא אז ווען ער קומט מטעם הקהילה זענען זיי גאנץ זעכער די וואס קוקן עס איבער און זאגן דעס יא און דעס נישט...