כפתור האט געשריבן:דאס איז מיין שאלה, צו דאס הייסט אביוז.
ווען זיי זאלן כאטש זאגן וואס מיין עבירה איז..
יא, דאס איז אביוז.
אין קורצען וועל איך פראבירן מסביר צו זיין.
א יעדע טעלעפון קאל וואס די מאכסט קאסט געלט פאר די פראוויידער/ טעלעפון קאמפעני, אפילו זיי פארקויפן עס אלס אנלימיטעד. זיי מאכן זיך זייערע חשבונות ווי סאך א געווענליכע מענטש רופט ארויס, און לויט דעם מאכ'ן זיי די פרייזן. (ביי סעלפאנס זעהט מען מער אפט אז די קאמפאניס האקן אפ די אנלימיטעד ליין נאך אפאר טויזנט מינוט). עס ווערט גערופן origination fee.
די געלט צאלט די טעלעפון קאמפעני פאר די אנדערע טעלעפון קאמפעני וואס באקומט די קאל. (שמועה שמעתי, אז עקסטשעינדזש געט די ליין פאר קול מבשר בחנם, 1) וויבאלד זייער אסאך פון די עקסטשעינדזש ליינס רופן קולמע, אזוי דארפן זיי נישט צאלן ווען מען רופט עס. 2) זייער אסאך פון אנדערע קאמפאניס רופן קולמע, אזוי מאכן זיי געלט)
לעניננו, גוגל צאלט אויך פער מינוט וואס די רופסט, אבער וועגן זייערע חשבונות געבן זיי עס בחינם. זיי ויבאלד עס קומט דאך אויך אריין געלט פון די קאלס וואס קומען אריין, און אויך מן הסתם צו פאמפן זייערע באצאלטע ווערסיע פאר ביזנעס, און וואס נאך קען אלס זיין זייער חשבון ווייס איך נישט.
איז א ליין וואס רופט כסדר ארויס פאר שעהס, און עס באקומט נישט קיין קאלס, איז א גרויסע פארלוסט פאר זיי.
אויב די האסט נישט קיין כח א יעדע חודש צו טוישן א כץגוגל וואטס נומבער, קענט איר ניצען לאקעלפון אלס די SIP, זיי בעטן זייער ביליג $5 פאר 5000 א חודש