Under maintenance
הויפט זייט » וויליאמסבורגער מיידלעך, מחללי שבת

וויליאמסבורגער מיידלעך, מחללי שבת

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13598
זונטאג פעברואר 23, 2020 5:46 pm#443298
וויליאמסבורגער מיידלעך, מחללי שבת
הרה"ג ר' יוסף טייטלבוים שליט"א דומ"ץ חבר ב"ד התאחדות הרבנים , האט פארעפנטליכט די טעג א מעלדונג, אז ער ווייסט בידיעה ברורה, אז עטליכע חרדישע מיידלעך פון חסידישע משפחות פון די נייע וויליאמסבורג געגענט, ארבייטען היינט און די פריוואטע אמבולאנס אגענטור פון ח.ה., ווי מען מוז ארבייטען אויך און ש"ק רח"ל. די מיידלעך האבן אנגעפרעגט ביי א געוויסן מו"ץ פון די וויליאמסבורגער בית הוראה וואס שטייט תחת פקודת ק"ק אדמו"ר מ'סאטמער שליט"א, און ער האט זיי געגעבן א היתר, אז אויב מען רופט זיי אריין ארבייטען אין די הצלה אפיס און ש"ק, מעגן זיי גיין צוליב פיקוח נפש...

דאס איז א פרישער נידעריגער שטאפל פון היתרים אויף חסד צווישען כלל ישראל וואס קומט מיט חילולי ש"ק אין דינסט פון די אידישע אגענטורן. ה' ירחם.
זונטאג פעברואר 23, 2020 6:37 pm#443302
יאסל ראקאווער האט געשריבן:הרה"ג ר' יוסף טייטלבוים שליט"א דומ"ץ חבר ב"ד התאחדות הרבנים , האט פארעפנטליכט די טעג א מעלדונג, אז ער ווייסט בידיעה ברורה, אז עטליכע חרדישע מיידלעך פון חסידישע משפחות פון די נייע וויליאמסבורג געגענט, ארבייטען היינט און די פריוואטע אמבולאנס אגענטור פון ח.ה., ווי מען מוז ארבייטען אויך און ש"ק רח"ל. די מיידלעך האבן אנגעפרעגט ביי א געוויסן מו"ץ פון די וויליאמסבורגער בית הוראה וואס שטייט תחת פקודת ק"ק אדמו"ר מ'סאטמער שליט"א, און ער האט זיי געגעבן א היתר, אז אויב מען רופט זיי אריין ארבייטען אין די הצלה אפיס און ש"ק, מעגן זיי גיין צוליב פיקוח נפש...

דאס איז א פרישער נידעריגער שטאפל פון היתרים אויף חסד צווישען כלל ישראל וואס קומט מיט חילולי ש"ק אין דינסט פון די אידישע אגענטורן. ה' ירחם.

אויב ר' מאטעלע וויזניצער זי"ע וואלט ארויסגעגעבן א צייטונג וואלט טאקע דיין באריכט דארטען געקענט אריינגיין....
זונטאג פעברואר 23, 2020 6:55 pm#443303
איך געדענק הערן אז דער דיין פין הצלה אין ווילי איז בעמח"ס אוצר הלכות.